אמעריקאנע עיר פארס - פייטינג דזשעטס

1000052371.webp

יעצט וועלן מיר באזוכן די,
E-3,
עס איז גאר א וויכטיגע אמעריקאנער פליגער,
און עס ווערט אויך שטארק גענוצט דורך נאטא,
אנדערש ווי די E-2 וועלכע איז ספעציעל פאר פרי ווארענונג,
דאס הייסט ווארענען באצייטענס איבער געפאַרן,
איז די פליגער טוט אויך די אויפגאבע,
אבער איז אויך א פליענדיגע קאמענד צענטער,
פון ווי מען קאנטראלירט די גאנצע שלאכטפעלד,
און בעיקר לופט צו לופט שלאכטן!
עס האט א דרייסיג פוס ברייטע ראדאר אויפן דאך!
און קען אויפכאפן פליגערס פון איבער 300 מייל ווייט!
און קען נאכפאלגן ארום 600 ציל אויף איין מאל!
עס קען פליען איבער אכט שעה אן קיין אפשטעל,
און קען פליען אויף ווי לאנג מען וויל אויב מען פילט עס אן אין די לופט!
עס קען אויפכאפן שיפן,
נאכפאלגן קרוז מיסילס,
אויפכאפן ראדאר סטאנציעס,
מיליטערישע איינהייטן,
און וואס נישט!
און קען פליען און אויפכאפן אין יעדע שווערע וועטער!
עס איז געווען די ערשטע פליגער צו רעקארדירן א לופט מלחמה!
ביי די איראקע מלחמה,
און עס האט געהאלפן ראטעווען מענטשן בײ האריקעין קאטרינא!
עס קאסט בערך דריי הונדערט דרייסיג מיליאן דאלאר!
און ווערט גענוצט דורך אמעריקע,
נאטא,
פראנקרייך,
און סאודיע אראביע.
 
1000052375.webp

יעצט וועלן מיר באזוכן גאר א אונטערעסאנטע פליגער,
די,
E-4,
אדער ווי מ'רופט עס די פליענדיגע פענטאגאן!
יא אזויווי די עיר פארס וואן איז די פליענדע ווייסע הויז,
איז דאס די פליענדע פענטאגאן!
עס איז איינס נאך די עיר פארס וואן!
און עס האט רוב פון די סאפיסטיקירטע באשיצונג וואס די עיר פארס וואן האט!
מען קען פון די פליגער קאנטראלירן די גאנצע אמעריקאנע מיליטער!
עס האט גאר אסאך סעטעלייט אונטענעס,
צו קענען זיין פארבינדן צו אלע עקן וועלט!
איין אזא פליגער איז אלעמאל גרייט ארויסצופליען!
און עס איז געבויט ספּעציעל צו קענען איבערלעבן א נוקלעארע קאטאסטראפע!
עס איז נאר געבויט געווארן פיר אזאלכע פליגערס!
און איין אזא פליגער קאסט ארום פיר הונדערט מיליאן דאלאר!
און מען בויט יעצט א פרישע ווערסיע און דאס וועט קאסטן אסאך טייערער!
עס איז שוין אין דינסט זינט 1973,
און אין די קאלטע קריג יארן,
איז אייביג געווען איין אזא פליגער אין די לופט!
אין די פליגער באנוצט מען זיך נאך מיט די אלטע קאמפיוטער'ס,
וויבאלד עס איז מער פארלעסליך און פארזיכערט!
ביי די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס איז אויך איינס געזען געווארן פליען העכער וואשינגטאן!
עס פארמאגט אויך גאר אסאך געהיימע מעגליכקייטן,
וואס מען ווייסט נישט!
און עס איז איינע פון די,
זעלטענסטע מיליטערישע פליגערס!
 
1000052376.webp

איצטער וועלן מיר א בליק טון אויף גאר א וויכטיגע און אויך גאנץ אונטערעסאנטע פליגער,
די
E-6,
עס איז גאר א וויכטיגע פליגער פאר די אמעריקאנער מיליטער,
עס איז ספעציעל געמאכט צו קאנטראלירן און אפערירן די אמעריקאנע נוקלעארע כוחות!
דאס הייסט א פליענדע קאמענד צענטער ספעציעל פאר די נוקלעארע קרעפטן!
און פאל פון א קריזיס וועט מען פון דא קאנטראלירן אמעריקע'ס נוקלעארע ארסענאל!
און די פליגער איז שטענדיג פארבינדן מיט אלע נוקלעארע סובמארינען!
גאר אונטערעסאנט די פליגער פארמאגט א גאר לאנגע אונטענע וואס איז פינעף מייל לאנג!
און אין פאל פון נויט לאזט מען עס ארויס!
דאס הייסט געווענליך ליגט עס אינעם פליגער אבער מען קען עס ארויס ראלן אין פאל פון נויט!
די פליגער איז געבויט געווארן צו קענען איבערלעבן א נוקלעארע קאטאסטראפע!
נאר אמעריקע פארמאגט די פליגער!
און עס איז דא 16 אזאלכע פליגערס!
און די מיליטער ארבעט יעצט פאר א פרישע פלאטע פון נייע פליגערס וואס זאלן איבערנעמען די אויפגאבע פון קאנטראלירן די נוקלעארע כוחות אין פאל פון נויט.
 
1000052377.webp

גיימער ענדיגן מיט די E פליגער!
מיט די לעצטע,
און עס איז די,
E-18,
עס איז גאר א גוטע פליגער,
און עס איז איינס אין די וועלט!
זיינע מעגליכקייטן האט נישט קיין איין אנדערע פליגער אין די וועלט!
עס איז סיי א פייטינג דזשעט!
דאס הייסט פאר לופט צו לופט שלאכטן!
און אויך א מאסיווע דזשעמער!
לאמיר אונהייבן פון אונפאנג,
עס איז א קאמף פליגער פון די אמעריקאנע נעווי!
ספעציעל זיך צו קענען הייבן אין לאנדן אויף א עירקרעפט קעריער!
קען פליען 1.8 מאך!
ווי נארמאלע קאמף פליגער!
און קען טראגן 9 סארט וואפן!
און אין צוגאב האט עס אויך נאך א אויפגאבע,
דאס איז צושטערן פיינטליכע ראדאר סטאנציעס!
וויאזוי?
דורכן דזשעמען זייער סיסטעם!
צו פארשטיין וויאזוי דזשעמענג סיסטעמס ארבעטן,
איז פונקט ווי מען דארף האבן ליכטיקייט צו קענען זעהן,
אבער ווען מען שיינט אריין דירעקט אין דיין אויגן מיט א שטארקע לייט,
וועסטו גארנישט זעהן!
די זעלבע זאך,
די פליגער באמבאדירט די פיינטליכע ראדאר סטאנציעס מיט אזויפיל סיגנאלן אזש עס קען באשיצן א גאנצע פלאטע קאמף פליגערס!
און עס מאכט ממש בלינד די פיינטליכע סיסטעמען!
איז די פליגער טוט ביידע זאכן!
סײ קאמף און סײ דזשעמענג!
עס פארמאגט אויך נאך פארשידענע עלעקטראנישע סיסטעמס וואס קענען פארמישן סעטעלייט נעוויגאציע סיגנאלן!
און זיינע סיגנאלן זענען אזוי מאכטפול אז עס קען צושטערן די סטעלט מעגליכקייטן פון גאר פארגעשריטענע סטעלט פליגער!
און דאס מאכט עס אזוי ספעציעל,
און עס איז נאכנישט דא קיין איין אנדערע פליגער אין די וועלט וואס קען טון די ביידע!
רוסלאַנד און כינע ארבעטן אויך אויף דעם אבער דערווייל ארבעט עס נישט!
עס איז דא ארום 170 אזאלכע פליגערס,
און עס קאסט בערך 60 מיליאן דאלאר א פליגער!
נאר אמעריקע מיט,
אסטראליע פארמאגן די פליגער!
 
האבן מיר געענדיגט מיט די E סעריע,
צו די קומענדיגע וועלן מיר אי''ה גיין צו די אמעריקאנע מיליטערישע פליגערס וועלכע ווערן באצייכענט אלץ X פליגער,

עס באדייט עקספערעמענטל פליגערס!
זיי דינען נישט אויפן שלאכטפעלד און אין קיין שלאכטן בכלל!
יעדע פליגער וועלכע ווערט געבויט צו טעסטן נייע טעכנאלאגיע און נייע מעגלעכקייטן,
ווערט גערופן X פליגער,
מיר וועלן עס פראבירן צו מאכן קורץ,
אזויווי עס איז נישט ממש פליגערס וואס מען ניצט אין שלאכטן,
אבער מיר וועלן כאפן א שנעלע בליק אויף אלע פון זיי.
 
1000052822.webp
גיימער היינט קוקן אויפן ערשטן X פליגער,
און דאס איז די,
X-1,
אזוי ווי געזאגט איז עס געווען א עקפערימענט פליגער,
און מען האט עס גענוצט נאר פאר פראבעס,
די פליגער איז געווען די ערשטע סופערסאניק פליגער אין די וועלט!
דאס הייסט אז עס איז געווען די ערשטע פליגער צו פליען שנעלער פון קול!
עס האט געקענט פליען ביז מאקסימום 1.45 מאך!
היינט איז שוין דא אסאך שנעלערע פליגערס,
אבער דאס איז געווען די ערשטע פון אלע סופערסאניק פליגער!
עס איז געפלויגן ביי א הייעך פון כמעט 80,000 פוס הויך!
די פליגער איז געבויט געווארן אין יאר 1945,
און איז געניצט געווארן ביז 1950,
עס האט זיך נישט געהויבן ווי א נארמאלע פליגער,
נאר איז ארויף געפלויגן אינעווייניג אין א B-29,
און ביי א געוויסע הייעך האט מען עס ארויסגעלאזט,
און הערשט דאן האט די פילאט אונגעצינדן די ראקעט מאטאר,
און געפלויגן ביי א סופערסאניק שנעלקייט!
פארוואס עס האט נישט געקענט זיך הייבן געהעריג?
איז ווייל זיך הייבן ניצט גאר אסאך ברענשטאף,
און מען האט געוואלט האבן ווי מער ברענשטאף עס זאל קענען פליען די שנעלסטע מעגליך,
היינט ליגט די פליגער אויף אויסשטעלן אין א מוזעאום.
 
1000052823.webp

יעצט גיימער גיין צו נאך א שנעלע פליגער,
אבער דאס מאל די שנעלסט פליענדע פליגער אויף די וועלט!
דאס איז די,
X-15,
עס איז געווען די שנעלסטע פליגער אין די וועלט'ס היסטאריע!
עס געווען אין דינסט פון יאר 1959,
ביז יאר 1968,
אבער ביז היינט האלט עס נאך די רעקאָרד פאר די שנעלסטע פליגער!
און קיין איין פליגער איז עס נאכנישט איבערגעשטיגן!
עס איז געפלויגן ביי א שנעלקייט פון 6.7 מאך!
ספעיס ראקעטן און סעטעלייטס פליען שנעלער פון דעם,
אבער אלץ א פליגער איז דאס געווען די שנעלסטע!
אזוי ווי די פריערדיגע האט זיך עס נישט געהויבן געהעריג,
נאר איז ארויף געפירט געווארן דורך א B-52,
ארויף צו 45,000 פוס הויך,
און דאן ארויסגעלאזט געווארן צו פליען אליין,
עס איז געפלויגן ארום עלף מינוט יעדע רייזע,
און אין די קורצע צייט האט עס דערגרייכט צו איבער 6 מאך!
און דערנאך צוריק געלאנדעט,
עס זענען געבויט געווארן דריי אזאלכע פליגערס,
און האט געקאסט דריי הונדערט מיליאן דאלאר,
(לויט די דעמאלטסדיגע געלט ווערט)
אכט פילאטן וואס האבן געפירט די פליגער דורכאויס די יארן,
זענען שפעטער געווארן אסטראנאטן.
 
1000052824.webp

יעצט וועלן מיר באזוכן,
א אינטערעסאנטע פליגער,
די,
X-29,
עס איז געווען געבויט מיט פליגלען געבויגן אויף צוריקצווועגס,
און כאטש וואס עס איז געווען א דורכפאל,
און היינט מאכט מען נישט קיין פליגערס,
מיט אזעלכע פליגלען,
אבער האט מען אויך אין די פליגער,
אויספרובירט א נייע קאמפיוטער סיסטעם,
וועלכע העלפט שטארק ארויס,
צו האלטן די פליגער סטאביל,
און נאך פארשידענע זאכן וואס די קאמפיוטער טוט,
און דאס איז יא געווען א סוקסעס!
און מען ניצט עס אין כמעט יעדע נייע מיליטערישע פליגער!
לאמיר אונהייבן פון אונפאנג,
עס געבויט געווארן אין 1984,
און מען האט געמאכט פארשונג מיסיעס דערמיט ביז, יאר1991,
עס האט געקענט פליען בײ א שנעלקייט פון 1.6 מאך!
די ציל פון די עקספערימענט,
איז ווי געשריבן געווען,
צו זעהן אויב מען קען בעסער פליען מיט די סארט פליגלען,
אבער עס איז געווען א דורכפאל,
און עס איז געווען געפערליך אומסטאביל!
און דערפאר האט מען געדארפט די קאמפיוטער זאל עס פירן,
עס זאל עס קענען האלטן בעסער סטאביל,
ווייל די פילאטן האבן נישט געקענט,
און די קאמפיוטער סיסטעם האט זיך גאר גוט אויסגעארבעט,
און מען ניצט עס היינט אין די, F-22 און אין די F-35,
מען האט געמאכט צוויי אזאלכע פליגערס,
און עס האט געקאסט ארום דריי הונדערט מיליאן דאלאר.
 
1000052825.webp

יעצט גיימער א בליק טאן אויף א מאדנע פליגער,
די
X-48,
עס ווי פארשטענדליך א עקספערימענט פליגער,
און די עקספערימענט האלט נאך אינמיטן,
און מען האלט יעצט אינמיטן בויען א פרישע ווערסיע פון די פליגער,
וואס וועט מעגליך זיין בעסער,
אבער לאמיר א בליק טון אויף די יעצטיגע,
עס איז געבויט אז די גאנצע פליגער איז די פליגלען!
דאס הייסט אז עס האט פאקטיש נישט קיין געהעריגע פליגלען,
נאר די גאנצע פליגער איז אויסגעצויגן מיט די פליגלען!
עס העלפט,
אז עס האט מער פלאץ,
און עס ניצט אסאך ווייניגער ברענשטאף,
וויבאלד עס דארף זיך נישט אזוי שטארק שלאגן מיט די לופט,
אבער די יעצטיגע פליט גאר שטייט!
עס פליט ביי א שנעלקייט פון 140 מייל פער שעה!
דאס איז אויסטערליש שטייט!
אבער די נייע וואס מען האלט נאך אינמיטן בויען וועט האפענטליך זיין שנעלער און בעסער,
די ערשטע טעסט איז געווען אין יאר 2007,
און די נייע איז ערווארטעט צו זיין פארטיג אין יאר 2027,
די נייע קאסט ארום צוויי הונדערט דרייסיג מיליאן יאר.
 
1000052849.webp

גיימער גיין יעצט צום ערשטן זעלבסט קאנטראלירטע דראן,
די,
X-45,
עס איז געווען די ערשטע פליגער/דראן,
וועלכע האט געקענט מאכן אליינס באשלוסן אן קיין שום פילאט!
היינט מער באקאנט אלץ AI,
עס האט געקענט פליען בײ א שנעלקייט פון 580 מייל א שעה,
און 40,000 פוס הויך!
עס האט געטראגן וואפן!
און אליין געמאכט באשלוסן ווען און ווי צו שיסן!
עס האט געטראפן אין ציל,
שוין ביים ערשטן טעסט!
און ווי אויך קאמיוניקירט מיט א צווייטע דראן,
און אליינס באשלאסן ווער עס זאל שיסן!
עס האט געהאט סטעלט מעגליכקייטן,
און פיינטליכע ראדאר האבן עס נישט געקענט אויפכאפן!
די גאנצע פראגראם פון די דראן האט געקאסט איבער,
א ביליאן דאלאר!
אבער עס האט זיך געלוינט,
ווייל רוב היינטיגע דראנס ניצן טעכנאלאגיעס וועלכע מען האט אויספרובירט אויף די דראן!
עס איז נאר געבויט געווארן צוויי דערפון,
און ביידע ליגן יעצט,
אין מוזעאום'ס.
 
1000052850.webp

גיימער יעצט גיין צו א לעצטיגע פליגער,
בעסער געזאגט דראון,
די,
XQ-58,
די דראון גייט מען שוין אט אט אנהייב נוצן,
און עס איז שוין אין די פאבריצירונג פראצעדור,
די עיקר מעלה דערפון איז אז עס איז גאר ביליג קעגן,
מיליטערישע פליגערס!
עס קאסט נאר ארום צוויי מיליאן דאלאר א שטיקל!
און איז ערווארטעט צו ווערן ביליגער!
און וועגן דעם קען מען זיך ערלויבן אז מען זאל עס אראפשיסן,
אנשטאט די טייערע מיליטערישע פליגערס,
עס פליט ביי א שנעלקייט פון 650 מייל א שעה,
ביי א הייעך פון 45,000 פוס!
און קען טראגן 1,200 פונט וואפן!
עס איז אויסגעשטעלט צו קענען באגלייט קאמף דזשעטס,
אדער פליען אליינס,
און אויך פליען אין גרופעס,
פון צוואנציג דרייסיג שטיק!
עס קען ארויספליען פון א טרעלער,
אדער א שיף,
וויבאלד עס איז נישט צו גרויס,
ארום דרייסיג פוס לאנג!
עס קען אויך זאמלען שפינאזש,
און שטערן פיינטליכע ראדאר סיסטעמס!
און די פראדוקציע איז גאר גרינג,
מען קען פראדוצירן בערך פיר הונדערט, פינף הונדערט שטיק א יאר!
די עיר פארס וויל באשטעלן איבער צוויי טויזנט אזעלכע דראונס!
 
און מיט דעם האבן מיר בסייתא דשמיא פארענדיגט די פליגער געריפן X
יעצט וועלן מיר גיין צו די סעריע פון U פליגערס פון די אמעריקאנע מיליטער,
אויף וואס עס שטייט די U?
ווייס איך נישט פינקטלעך,
ווייל עס איז דא צוויי פליגערס וואס ווערן באצייכענט אלץ U פליגערס,
און זיי האבן פארקערטע אויפגאבעס,
איז אלזא האב איך נישט ארויס אויף וואס ארויף מען רופט עס U,
אבער מיר וועלן פרובירן צו אריינקריכן אין ביידע און זעהן.
 
1000053412.webp

גיימער גיין היינט צום לעגענדארן שפינאזש פליגער,
די,
U-2 Dragon Lady,
כאטש וואס עס איז זייער אלט עס איז שוין אין באנוץ זינט 1950,
נוצט מען עס נאכאלץ,
און אסאך פון זיינע מעגליכקייטן זענען נאך אין געהיים און מען ווייס נישט אלעס וואס עס קען!
ווי געזאגט איז עס געבויט געווארן אין די ניינצן פיפציגער יארן,
ספעציעל פאר די קאלטע קריג,
און עס איז רוטין ארום געפלויגן העכער די סאוועטישע פארבאנד,
עס פליט ביי א הייעך פון צווישן זיבעציג און אכציג טויזנט פוס הויך!
עס איז אויסטערליש הויעך פאר א פליגער,
און די פילאטן טראגן טאקע וועגן דעם ספעציעלע קליידער ענליך צו די אסטראנאטן אנצוג,
עס טראגט ארום 5,000 פונט סענסערס!
און עס קען פליען 7,000 מייל אן זיך צוריק אונפילן!
עס קען זעהן אפילו ביינאכט אדורך וואלקענעס!
אין קורצן עס כאפט אויף אלעס וואס טוט זיך ארום מיילן ווייט!
פינקטלעך ווי ווייט עס קען זעהן,
און וואס עס קען אלץ זעהן איז קלאסיפיצירט!
עס כאפט בילדער און אנאליזירט שפינאזש,
און שיקט עס אויפן פלאץ צום פענטאגאן מיילן ווייט!
אינטערעסאנט,
די ערשטע מאל וואס מען איז געפלויגן דערמיט,
איז אריינגעקומען א כוואליע פון UFO באריכטן,
אבער די גאנצע עקזיסטענץ פון די פליגער איז אויפגעדעקט געווארן פאר די וועלט,
הערשט נאכן עס ניצן פאר צען יאר!
נאר נאכדעם וואס די סאוויעטישע ראדאר סיסטעמס האבן עס אויפגעכאפט אין אראפגעשאסן,
ווי באקאנט האבן די סאוויעטן געהאט גאר פארגעשריטענע ראדארן,
און צען יאר האט מען עס געקענט אויסנארן,
אבער נאכדעם האבן זיי עס געכאפט און אראפגעשאסן,
און דאן איז עס אויפגעדעקט געווארן פאר די וועלט,
היינט איז עס שוין שווערער צו ניצן,
טאקע וועגן די פארגעשריטענע ראדארן,
אבער מען ניצט עס נאך,
צו האלטן א אויג אויף צפון קארעא'ס מיסל פראגראם,
און נאך פארשידענע קלאסיפיצירטע מיסיעס,
עס איז נאך דא היינט ארום 55 אזאלכע פליגערס אקטיוו.
 
1000053413.webp

גיימער יעצט גיין צום צווייטן U פליגער,
די,
U-28 Draco,
עס איז א ציוויל אויסזענדע פליגער,
און עס איז ספעציעל אזוי,
אז עס זעהט אויס ווי א נארמאלע ציווילע פליגער,
און עס האט נישט קיין מיליטערישע סימבאלן,
כדי ווען עס פליט ארום,
זאל מען נישט פארדעכטיגן אז עס איז א אמעריקאנער שפינאזש פליגער!
און עס איז געבויט אויף א דעזיין פון א פשוט'ע ציווילע פליגער טאקע פאר די סיבה
עס האט צוויי הויפט אויפגאבעס,
איין איז,
עס פליט ארום אין פארשידענע פארדעכטיגטע געגענטער,
און עס פליט רעלאטיוו נידריג,
געווענליך נידריגער פון 30,000 פוס,
און כאפט אויף,
און רעקארדירט,
דאס וואס מען דארף!
און די צווייטע הויפט אויפגאבע איז,
שטיצן טרופן ביי געהיימע מיסיעס,
עס פליט ארום העכער די טרופן,
ווי א נארישע ציווילע פליגער,
און אין פאקט,
זעהט עס אלעס ארום,
און זאגט דירעקט פאר די ערד טרופן וואס עס ווארט זיי אפ די קומענדיגע מינוטן!
די פליגער פליט ביי א שנעלקייט פון ארום 260 מייל א שעה,
עס קאסט 16.5 מיליאן דאלאר א פליגער,
די מיליטער האט 36 אזאלכע פליגערס.
 
האבן מיר בסייתא דשמיא פארענדיגט די פליגער געריפן U!
די קומענדיגעוועלן מיר גיין אי"ה צו די אמעריקאנע מיליטערישע פליגערס,
וועלכע ווערן באצייכענט אלץ V פליגער,
די V קען מיינען פארשידענע זאכן,
ווי למשל VIP,
אבער מיר האבן דאס שוין באשריבן,
די עיר פארס וואן איז אויך א V,
און נאך פליגערס וועלכע טראנספערירן הויכע מיליטערישע און רעגירונג באאמטע,
זענען VIP פליגער,
אבער מיר וועלן גיין צו א אנדערע סארט V פליגער,
עס איז דא דריי אזאלכע סארט פליגערס,
און דאס איז פליגערס וועלכע קענען זיך הייבן אין לאנדן ווי העליקאפטערס,
אבער קענען פליען ווי פליגערס!
איין האבן מיר שוין באשריבן,
די F-35V,
און מיר וועלן איצט גיין צו די אנדערע צוויי.
 
1000053414.webp

גיימער יעצט גיין צו א גאר אינטערעסאנטער,
פליגער אזוי צו זאגן,
אדער העליקאפטער?
די,
V-22 osprey,
עס איז אייגענטליך ביידע!
עס איז סיי א העליקאפטער,
און סײ א פליגער!
עס איז די ערשטע אזא סארט באשעפענישן!
מיר וועלן עס רופן פליגער!
עס איז א העליקאפטער,
ווייל עס קען זיך הייבן אין לאנדן ווי א העליקאפטער,
אן דארפן צוקומען צו א ראנוועי!
אבער עס איז א פליגער,
ווייל עס קען פליען שנעלער און העכער פון סיי וועלכע העליקאפטער!
איז לאמיר באטראכטן זיינע אייגענשאפטן,
ווען זיינע פארפעלער'ס זענען אויף ארויף,
איז עס ווי א נארמאלע העליקאפטער,
ווען זיינע פארפעלער'ס זענען אראפ,
איז עס א פליגער!
דאס הייסט אז עס טוישט פאזיציע,
און די טויש געדויערט בלויז צוועלף סקונדעס!
און כדי מען זאל עס קענען גרינג ליפערן פון און צו די שלאכטפעלד,
קען עס זיך אינגאנצן צוזאמלייגן פון א ברייט פון 85 פוס,
צו בלויז 18 פוס ברייט!
עס האט גענומען צו פראדוצירן און טעסטן די פליגער גאנצע אכצן יאר!
עס איז די ערשטע מאל געפלויגן אין 1989,
עס פליט ביי א הייעך פון 25,000 פוס הויך,
העכער פון סיי וועלכע העליקאפטער!
און קען פליען בײ א שנעלקייט פון 400 מייל א שעה!
די שנעלסטע העליקאפטער פליט ביי א שנעלקייט פון ארום 250 מייל א שעה,
צו פארשטיין די חילוק!
עס גייט אריין 10,000 פונט קארגא,
אדער סאלדאטן!
עס איז נישט געמאכט פאר קאמפן אבער עס האט א צאל וואפן פאר פארטיידיגונג,
עס איז געמאכט פאר ספעציעלע אפעראציעס,
ווי מען קען נישט לאנדן מיט קיין פליגערס,
אבער די שטייטע און נידעריגע העליקאפטערס זענען אויך נישט גוט,
דא קומט ער אריין,
עס קען פליען שנעל!
און הויעך,
און קען לאנדן ווי א העליקאפטער אן א ראנוועי!
עס קאסט בערך 90 מיליאן דאלאר פער פליגער,
עס איז דא ארום 400 אזאלכע פליגערס!
 
1000053415.webp

גיימער יעצט גיין צום צווייטן און לעצטן V פליגער,
די,
V-280 Valor,
עס איז נאכנישט אין באנוץ,
און עס מוז נישט זיין אז עס וועט עווענטועל אונקומען צום שלאכטפעלד,
אויב יא?
איז עס ערווארטעט צו אריין גיין אין פראדוקציע הערשט אין יאר 2028,
און אריינגיין אין דינסט אין די אונהייבן דרייסיגער יארן!
עס איז אביסל קלענער פון זיין פארגייער די V-22,
און איז פון איין זייט בעסער,
און פון איין זייט נישט בעסער,
עס פליט בערך די זעלבע שנעל,
ביי 350 400 מייל א שעה,
אבער עס פליט אסאך נידריגער!
בלויז 6,000 פוס הויך!
אבער עס איז מער פלעקסיביל פון זיין פארגייער,
דאס הייסט אז עס קען זיך בעסער מאנעוורירן,
און עס איז אסאך גרינגער צו פירן פון די V-22,
עס קען שלעפן אביסל מער וואג פון די V-22,
בערך 12,000 פונט קארגא!
אבער די מיליטער וויל עס יא האבן כאטש די חסרונות,
ווייל זיי דארפן איינס וואס איז קלענער פון די V-22,
און קען זיך בעסער מאנעוורירן!
די פליגער איז אויך געמאכט פאר ספעציעלע אפעראציעס,
אבער מער געוואגטע אפעראציעס,
ווי לאנדן אין א פארק אדער אין מיטן א גאס וכדומה,
עס דארף נישט קיין ראנוועי,
ווייל עס איז א העליקאפטער,
און עס קען שנעל אוועק פליען פון דארט,
ווייל עס איז אויך א פליגער!
אבער די V-22 איז געווען צו ברייט און גרויס,
און האט זיך נישט געקענט גוט מאנעווירן פאר אזאלכע מיסיעס!
און די פליגער איז פונקט גוט פאר די סארט אפעראציעס!
כאטש זיין נידריגע הייעך!
עס קאסט ארום פיפציג מיליאן דאלאר א פליגער,
אבער ווי געזאגט פריער,
איז עס נאך ניטאמאל אריין אין פראדוקציע,
און עס קען זיין אז די מיליטער וועט צוריקציען פון די גאנצע זאך.
 
בסייתא דשמיא האבן מיר מיט דעם פארענדיגט אדורכגיין אלע פייטינג דשזעטס!
איך מיין איך בין דורכגעגאנגען אלע, אויב זעהט איר איינס וואס איז פארפעלט געווארן ביטע שיקט מיר א אישי איך וועל עס פראבירן ארויפברענגען,
א דאנק פארן לייענען!
אי"ה די קומענדיגע און די סעריע פון די אמעריקאנע מלחמה ארסענעלן וועלן מיר אדורכגיין אלע אמעריקאנע דראונס!

הצלחה רבה!
 
Back
Top