- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2024
- מעסעדזשעס
- 191
- רעאקציע ראטע
- 775
היינט איז שוין אין סטייל אז סזאל אויסקוקן נאטורליך, דהיינו א דינע שיכט, נישט קיין 7 לעיער מעקאפ...און דאס מערסטע האט ארויסגעשיינט די דיקע לעיערס פון שמירעכטס אויפן פנים..
זייער פשוט, די מוזט האבן שיפע אדער טיפע טאשן, אדער א שווערע אינוועסטער..אינטערסאנט פארוואס האבן נישט די יודישע ביזנעסלייט ארויף געכאפט דערויף??! פארוואס איז נישטא קיין היימישע מעיקאפ קאמפעניס?!! זייער אסאך גויאישע זאכן וואס ווערט גענוצט מיט די יודן אסאך, מאכן עס יודן נאך, און מ'מאכט שיין פרנסה דערפון... אתמהה...
1) דעוועלאפן די פראדוקט, יארן פון ריסערטש, טעסטן, צאלן מעלאנעס פאר כעמיסטן צו פראדוצירן די פארמולע
2) ברענדינג און פעקעדשינג, פאר ווער סקען די מארקעט, מרעדט פון שווערע געלטער
3) עדווערטייזמענט, סקאסט אביסל מער ווי א עד און די מאנסי וויו, און די נומערן שטייגן נאר...
4) די עקטועל מאנופעקשורינג, סמוז זיין די העכסטע קוואליטעט, גיין ביליג איז א וואן וועי טיקעט צו א מיליאן דאללער לאו סאוט אויב איינעמס פנים ווערט געשעדיגט און רעזולטאט פון בעד קוואליטי
5) סאיז דא אזויפיל רעגולאציעס פון די FDA און די EU קאסמעטיק רעגולעישאנס (אויך באקאנט אלס די Regulation No 1223/2009)
6) בויען א קאנסומער באזע (פארוואס זאל איינער קויפן דיין פראדוקט מער ווי MAC, Dior, Maybelline וכו )
7) דיסטריביושען, בויען א נעץ פון דיסטריביושען אדער פארטנערינג, א טיעם צו האנדלען ריטורנס וכו
8) צאלן א וועידש פאר לפחות 20/30 חברה פאר א יאר צוויי פארן זעהן א פעני רווח
9) די וועסט נישט זיין די ערשטע, סאיז שוין דא אידישע קאמפעניס... ווי Static און Careline און נאך...
10) ועיקר ואחרון חביב, די וועסט ווערן פארממזרט און פארשנאנדערט מיט א חרם דרבני ארצעסהבריתוקאנאדע פאר מכשיל זיין כלל ישראל מיט די איסור כרת פון גיי ווייס וואס....