מעיקאפ...

עס איז דא א תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס און רבי משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק אין זייערע תשובה ספרים, ווי זיי זענען ביידע נוטה להיתר צו לייגן מעיק אפ דורך א גויטע (אדער אפשר אפילו אליינס, איך געדענק נישט) פאר ווער עס גייט אין מקוה פרייטאג צונאכטס און נאכדעם גייט מען גיין צו א משפחה שמחה און מען שעמט זיך אז עס זאל זיך נישט אנזעהן אז מען איז געווען אין מקוה, שרייבן זיי דארט ביידע להיתר (אפילו עטליכע אנדרייערס האבן זיי פרובירט צו טעראריזירן).

די היתר איז וועגן כבוד הבריות און וועגן נאך היתרים וואס זיי בויען עס עס.
 
ניין איך קום נישט דא מוחה זיין אדער עפעס... נאר סתם אן אבזירעוואציע און א מחשבה וואס איך האב געהאט...
גייענדיג אויפן בארא פארקער גאסן די ערשטע נאכט יו"ט, געפאקט מיט מענטשן, קאפלס, משפחות, וכו', באמערק איך, אומוועלעדיג פארשטייך זיך, ווי די פרויען זענען אזוי שיין אויסגעפיצט לכבוד יו"ט, און דאס מערסטע האט ארויסגעשיינט די דיקע לעיערס פון שמירעכטס אויפן פנים... טארכט איך צו מיר, וויפיל טאנען און טאנען פון מעיקאפ זענען גענוצט געווארן דעם ערב יום טוב דא אין בארא פארק אליין... אזוי פיל טויזענטער פרויען, מיט אזוי פיל מעיקאפ... טראכט איך אריין אינטערסאנט פארוואס האבן נישט די יודישע ביזנעסלייט ארויף געכאפט דערויף??! פארוואס איז נישטא קיין היימישע מעיקאפ קאמפעניס?!! זייער אסאך גויאישע זאכן וואס ווערט גענוצט מיט די יודן אסאך, מאכן עס יודן נאך, און מ'מאכט שיין פרנסה דערפון... אתמהה...
ס'איז יא א דא היימישע קאמפאני, ס'האט נישט קיין היימישע נאמען אבער ס'ווערט געמאכט דורך פרומע
 
היימישע ווייבלעך לייגן מער אפט מעיקאפ ווי אלגעמיינע מענטשן?

איך געדענק נישט אריינשפאצירן אין וואלמארט און זעהן אויף א מיטוואך אינדערפרי דער עולם זאל זיין אנגעשמירט.

גיי אריין אין עווערגרין ביי סיי וועלכע געגעבן צייט, ס'זעהט אויס ווי א מאסן בעשוי פעסטיוואל...
פשוט אזוי.
מ'לעבט נישט נאטורליך.
 
עס איז דא א תשובה פון ר' אברהם עמרם מייזעלס און רבי משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק אין זייערע תשובה ספרים, ווי זיי זענען ביידע נוטה להיתר צו לייגן מעיק אפ דורך א גויטע (אדער אפשר אפילו אליינס, איך געדענק נישט) פאר ווער עס גייט אין מקוה פרייטאג צונאכטס און נאכדעם גייט מען גיין צו א משפחה שמחה און מען שעמט זיך אז עס זאל זיך נישט אנזעהן אז מען איז געווען אין מקוה, שרייבן זיי דארט ביידע להיתר (אפילו עטליכע אנדרייערס האבן זיי פרובירט צו טעראריזירן).

די היתר איז וועגן כבוד הבריות און וועגן נאך היתרים וואס זיי בויען עס עס.
הייסט דאס אז ער האלט נישט אז מעיק אפ איז אסור?
 
זיי ווייסען אז זייערע מענער האבן נישט ליב די עצם ווייב זייערע, נאר אויב זיי זענען א פולקאמע קאלארינג בוק....
 
וואז איז מיט די ארגינעלע אין לשה"ק?
 
Back
Top