מדינת ישראל אפעראציע אין עזה

אילנא דחיי

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 15, 2025
מעסעדזשעס
12
רעאקציע ראטע
46
פונקטן
13
כ'ווייס נישט ווי צו לייגן ביטע אריינלייגן אין א געהענגל ווי ס'קומט אריין ואתכם הסליחה.

כ'האב געזעהן דעם ווידאו ווי זיי טענהן אז מ'האט גארנישט אויפגעטון אינעם מלחמה אין עזה. מ'האט נישט אטאקירט די עיקר הויפשטאט, און מ'האט צוריק ארויסגעלאזט אזוי פיהל רוצחים ווי זייער פלאן איז מתחילה געווען.

View: https://youtu.be/5gg43uvoyg4?si=VqiVrUUOqP886FEx


כ'האב גערעדט צו א סאלדאט וואס איז געווען אין עזה.

ער זאגט מיר די אראבער וואס זענען אין עזה ווייסן נישט אז דריי פערטל עזה איז נאר ציווארפענע הייזער, די מיליטערישע טרעקלעך קענען זיך קוים דארך שמוגלען. ס'איז פיל מיט הינט און ס'שמעקט פון פגרים.

נאר צו אויסרייניגען די שמוץ וועט נעמען איבער צען יאר. ווען די מדינה וועט זיך ארויסצוען וועלן זיי ערשט כאפן אז עזה איז מער נישט וואוינבאר און זיי וועלן האפנטליך בעטן אנדערע לענדער זיי אריינצונעמען.

אז ס'איז א סוד וואס זיי טוהן דארט, ער איז געווען פארנימען מיט פארגעשריטענע טעכנעלאגישע סיסטעמען וואס וועלן האלטן מדינת ישראל אין די ליכטיגקייט מיט וואס טוט זיך אין עזה אפי' נאכן ארויסגיין. כ'גיי נישט שרייבן ווייטער זאל זיך יעדער אליין פארשטעלן.

די וואס ווילן א אידישער ישוב אין עזה ווייסן נאכנישט אז (חוץ פון פאליטיק) עזה איז פשוט אום וואוינבאר.
 
די וואס ווילן א אידישער ישוב אין עזה ווייסן נאכנישט אז (חוץ פון פאליטיק) עזה איז פשוט אום וואוינבאר.
מיר האבן שון באוואוינטע ערגערע ערטער,
מיר וועלן דא אויך מצליח זיין בסייעתא דשמיא.
 
עזה איז פון די שענסטע פאזיציעס און דרום. ער זיצט ביים ים און א רעלאטיוו שיינע געגנט, אז די בני ישמעאלים האבן דארט באזיצט פאר א צוויי צענדליג יאר מיינט נאכנישט אז סאיז דערנאך,
ווער געדענקט נאך די הערליכע צייטן פון לבנון? טאקע א ריזיגע נפקא מינא ווי פון עזה, אבער דארט זענען הכל מודים אז די פלאץ איז פשוט הערליך!


כ'האב געזעהן דעם ווידאו ווי זיי טענהן אז מ'האט גארנישט אויפגעטון אינעם מלחמה אין עזה. מ'האט נישט אטאקירט די עיקר הויפשטאט, און מ'האט צוריק ארויסגעלאזט אזוי פיהל רוצחים ווי זייער פלאן איז מתחילה געווען.
'גארנישט אויפגעטיען" איז זייער אסאך אינטערגעשאצט, אבער אזויפיל יא, אז ביז די לעצטע פאלעסטינער פארלאזט נישט עזה, איז די סכנה נאכאלץ דא
 
Back
Top