כאמאס וואלט לכאורה יא מסכים געווען, סיי דאס איז געווען זייער גאנצע ציל, און סיי אז פארגעס נישט נאך אקט' 7 איז כאמאס געווען זייער פארשעמט, פון זייער גרויזאמע אויפירונג אין אקט' 7, סאו זיי וואלטן געוואלט עס ענדיגן ווי שנעלער.
און צו דיין צווייטע טאלקינג פוינט, ס'קען זיין אז די לינקע וואלטן געשריגן און ס'קען זיין אז נישט, אבער א רעגירונג וואס האט נישט די קאפ אויף די פלייצעס, און פירט אזא נארישע קריג פאר צוויי יאר אן קיין שום אסטראטעגיע און אויסזיכטן פאר אן עכטע געווינס, קען נישט קומען טענה'ן אז זיי האבן פשוט מורא געהאט פון די מחאות.
ווען מ'טוט דעמאלטס וואס איך האב געשריבן (און אגב, פאר אלע רעכטע וואס קענען עס נישט אראפשלינגען, ס'איז נישט מיין איינפאל אינגאנצן, אזוי טענה'ט שוין פון אנפאנג צבי יחזקאלי), וואלט יעצט ביבי געווען אסאך מער ברומו של עולם, נאכן צוברעכן כאמאס, אהיימברענגען די חטופים וכו'.
די מצב אין די וועלט נאך אקט' 7 איז געווען, אז אמעריקע מיט קאטאר וואלטן צוזאמען געקענט צוזאגן הרים וגבעות פאר כאמאס, נאר כדי עס צו צוברעכן א מינוט שפעטער, די מצב אין די וועלט אקעגן כאמאס דעמאלטס איז געווען בשיא כוחו, און יעדע נארמאלע לאנד וואלט זיי אויסגעשפילט כדי זיי אונטערצוברענגען.
אפי' יעצט קען מען הערן אז טראמפ (און אפי' ביידן) וואלט מסכים געווען אויסצושפילן כאמאס. ופשוט הוא.