- זיך איינגעשריבן
- אוג. 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 91
- רעאקציע ראטע
- 212
דער עולם באשולדיגט א געוויסע אדמו"ר אז ער איז א קולט פירער און אז זיין עולם דינט עבודה זרה, הגם איך האב נישט דורכגעליינט די דערנעבענדיגע שנירל וואס טוט אדורך צו רעליגיע איז א קולט, וויל איך אבער פארשטיין מאי שנא חסידות זו משאר חסידיות? ואפרש שיחתי, אוודאי איז דא ביי זיי זאכן וואס זיי האבן גענומען עקסטרעם ווי למשל שרייבן "מיטן הייליגע רבינ'ס כח" וכדומה אבער אויף די עיקר פרינציפן איז דאך דא מקורות אין חסידות אויף די מהלך.
למשל זיך מקשר זיין מיט'ן רבי'ן אדער טראכטן פון רבי'ן בשעת המצוה, און אפילו דאס אז ער זאגט אז ער קומט פאר כיבוד אב ואם טרעפט מען דאך אין רש"י רי"ש פרשת קדושים.
אים רופן הייליגע רבי טרעפט מען אנדערע חסידות'ן אויך.
ואבקש מחברי הקרעמל צו ארויסברענגן נאך ענליכקייטן וואס זיי האבן צו אנדערע חסידות'ן

לעצט רעדאגירט: