מה ענין קאפל אצל אידישקייט

דער עיקר קשיא אויף די אויפאסונג אז די פר קומט אויף פארלעצן די קאנסטיטוציע, איז פון די הלכה וואס זאגט אז אויב בית דין איז עוקר א גאנצע הלכה, לדוגמא אז ער איז מתיר אכילת חלב, אדער מטהר דם טמא, איז נישט דא קיין פר העלם דבר של ציבור, וק״ל
 
למעשה האט די קאפל אן אפעציעלע ברכה וואס מ'מאכט דערויף יעדע צופרי
כי פריס סודרא על רישיה לימא ברוך עוטר ישראל בתפארה
 
למעשה האט די קאפל אן אפעציעלע ברכה וואס מ'מאכט דערויף יעדע צופרי
כי פריס סודרא על רישיה לימא ברוך עוטר ישראל בתפארה
אין תלמוד קידושין זעהט אויס אז פאר די נישואין איז גיוועהן/ לא פריס סודרא על רישיה- ערשט נאך די חתונה האט מען פורס געוועהן דעם סודר אויף די קאפ, פון איז דער סמך אז מען דעקט נישט איבער די קאפ מיט א טלית פאר די נישואין , מוז נישט זיין לויט דעם , אז די ברכה האט מיט די קאפעל .
 
"יענקי! דיין קאפל איז אראפגעפאלן!" הערט זיך א היסטערישע געשריי ווען א קינד'ס קאפל פאלט אראפ.

"ער גייט נאך מיט א קאפל?" איז די פראגע וואס באשטימט צי דער אפגעפארענער איז שוין אינגאנצן פארפאלן אדער ער האלט זיך נאך פרום.

דאס קאפל איז נישט בלויז א לבוש, נאר אן אידענטיטעט. (הערט זיך עי איי געשטימט… "נישט בלויז… נאר אפילו…") די שוואכסטע אידן וואס האלטן קוים שבת, גייען אבער שטאלץ מיט א קאפל. אזש עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז ביים מעמד הר סיני, צווישן לא תרצח און לך רד מן ההר, זענען זעקס הונדערט טויזנט מלאכים געקומען צופליען און אנגעטוהן א קאפל פאר אלע אידן וואס וועט פארבלייבן מיט זיי לדורות עולם.

דער פראבלעם איז אבער אז אין תנ"ך זעט מען קיינמאל נישט קיין רמז אז אידן זענען געגאנגען מיט קאפלעך, הגם ס'איז אנגענומען אז זיי האבן זיך ווארשיינליך יא צוגעדעקט דאס קאפ אזויווי די בעדואינער, אבער נישט אלס רעליגיעזע אקט, נאר פשוט אלס קולטורעלע טראגע.

אין גמרא זעט מען עטליכע מאל אז א קאפ צודעק איז א סגולה אויף יראת שמים, הגם ס'איז גאנץ קלאר אז על פי רוב איז מען געגאנגען מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, עכ"פ ביז צו די חתונה זיכער.

פארשטייט זיך אז עס זענען דא עטליכע וואס ווילן איבערשרייבן היסטאריע און קלעימען אז די אלע גמרות רעדן זיך פונעם אויבערהיטל, וואס מען טראגט איבער'ן קאפל. דאס איז אבער פשוט נישט אמת. נאך אזוי שפעט ווי אין די דרייצענער יארן האט א גרויס טייל כלל ישראל נאך געהעריג שפאצירט און געמאכט ברכות אן א קאפל, דער לעצטער פון וועמען עס איז שוין יא געווען טיילווייז קאנטראווערסיאל, נאך וואס טייל ראשונים שרייבן קלאר אז א ברכה דארף מען מאכן מיט א צוגעדעקטע קאפ.

די אחרונים זענען די ערשטע צו דעבאטירן די הלכה'דיגע פליכט פון גיין א קאפל אפילו ווען מען מאכט נישט קיין ברכה, און אפילו דארט איז נישט יעדער איינשטימיג. בעת טייל טענה'ן אז עס איז נישט מער ווי מידת חסידות, הויפטזעכליך דער גר"א, דער רמ"א און דער חיד"א, טענה'ן אנדערע אז עס איז א געהעריגע חיוב, ווי דער טורי זהב וואס האלט אז עס איז מטעם חוקת הגוי.אנדערע מאכן פארשידענע פשרות, ווי דער בית יוסף אז דער חיוב איז בלויז ביים גיין ד' אמות, וואס ער לערנט ארויס פון א גמרא, אדער אז עס איז בלויז ווען מען מאכט א ברכה, וכו'.

מערקווירדיג איז דאס וואס דער שולחן ערוך דערמאנט אין איין אטעם דער איסור פון גיין ד' אמות אן א קאפל און דער איסור פון גיין בקומה זקופה, דער צווייטער פון וועם האט נישט זוכה געווען צו ווערן אנגענומען אין כלל ישראל, טראץ דעם וואס מאנכע זענען מדייק פונען לשון המחבר אז גיין בקומה זקופה איז פיל הארבער ווי גיין אן א קאפל… "נעבעך, ער פלעגט זיין א פיינער בחור, היינט גייט ער בקומה זקופה… זיינע עלטערן האבן אים ארויסגעווארפן פונדערהיים…"

פון דאן און ווייטער איז דער קאפל מער און מער אריינגעקומען ביים פאלק, בעיקר מיט'ן ערשיינונג פון חסידות, וואס האט שטארק פארשפרייט דעם מנהג איבער אייראפע.

אבער אפילו אזוי, איז דער קאפל נאך אלס נישט געווען פאררעכנט אלס יסוד אין אידישקייט ביז ערשט נאכ'ן אויפשטייג פון השכלה און שפעטער ציונות, ווען אידישקייט האט גענומען א פארעם פון אידענטיטעט איידער רעליגיע, און דאס גרינגסטע שנעלסטע וועג וויאזוי מען קען פראקלאמירן אידענטיטעט איז דורכ'ן לבוש.

היינטיגע צייטן טענה'ן מאנכע אז דער חיוב פון גיין א קאפל האט אנגענומען א נייע פארעם, וויבאלד דאס איז געווארן א אידישע צייכן, און דאס אויסטוהן איז אין אנדערע ווערטער א סטעיטמענט אז מען וויל נישט באלאנגען אין כלל ישראל, וואס איז שוין יא א פארשטענדליכע הארבע איסור.

אלנפאלס, ווער קען עפעס צולייגן דא צו אויסקלארן דעם נעפל אביסל מער…
וואס שטערט דיך דיין קאפל?
די פרומע מוסלאמענער גייען אויך מיט קאפלעך, א נעקטיי גייט דיך אויך שטערן? איז מה ענין נעקטיי פאר א גוי מען איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט א נעקטיי ביז 100 יאר צוריק, אזוי איז די מציאות לבושים טוישן זיך לויט די מציאות פון די וועלט די זעלבע איז און ריליגיע די קאפל איז געווארן א סעמבאל פאר די אידישע ריליגיע איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם מיט מיין ריליגיע איך מיין פארוואס מעג די גוי ווען ער וויל שעלטן זאגן Jesus crist און איך זאל מיך שעמען מיט מיין קאפל
 
עס באדערט אים?

ער פרעגט בסך הכל וואס האט עס מיט אידשקייט?
 
עס באדערט אים?

ער פרעגט בסך הכל וואס האט עס מיט אידשקייט?
האב איך געענפערט פונקט ווי די נעקטיי האט מיט ביזנעסקייט, סהאט גארנישט אבער אזוי איז עס גאווארן מיטן צושטימונג פונעם יעדער די זעלבע איז די קאפל
 
האב איך געענפערט פונקט ווי די נעקטיי האט מיט ביזנעסקייט, סהאט גארנישט אבער אזוי איז עס גאווארן מיטן צושטימונג פונעם יעדער די זעלבע איז די קאפל
א נעקטיי אויב איינער גייט נישט גייט קיינער נישט מאכן א מצב

ווירסעס א קאפל
 
האב איך געענפערט פונקט ווי די נעקטיי האט מיט ביזנעסקייט, סהאט גארנישט אבער אזוי איז עס גאווארן מיטן צושטימונג פונעם יעדער די זעלבע איז די קאפל
ביסט מסכים אז עס איז א אינטערסאנטע מציאות, אפגערעדט פארוואס עס איז אזוי, עס איז טאקע ווערט ארויפציברענגען אין אויסשמועסן, קיינער מיינט נישט קיינעם.

עס איז גראדע דא א באקאנטע איזרעילי זינגער וואס גייט מיט ציצית אן א קאפל.... ער האט א פוינט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין תלמוד קידושין זעהט אויס אז פאר די נישואין איז גיוועהן/ לא פריס סודרא על רישיה- ערשט נאך די חתונה האט מען פורס געוועהן דעם סודר אויף די קאפ, פון איז דער סמך אז מען דעקט נישט איבער די קאפ מיט א טלית פאר די נישואין , מוז נישט זיין לויט דעם , אז די ברכה האט מיט די קאפעל .
ווילסט זאגן אז די סודר איז געווען עפעס העכערן קאפעל? מעגליך.
 
וואס שטערט דיך דיין קאפל?
די פרומע מוסלאמענער גייען אויך מיט קאפלעך, א נעקטיי גייט דיך אויך שטערן? איז מה ענין נעקטיי פאר א גוי מען איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט א נעקטיי ביז 100 יאר צוריק, אזוי איז די מציאות לבושים טוישן זיך לויט די מציאות פון די וועלט די זעלבע איז און ריליגיע די קאפל איז געווארן א סעמבאל פאר די אידישע ריליגיע איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם מיט מיין ריליגיע איך מיין פארוואס מעג די גוי ווען ער וויל שעלטן זאגן Jesus crist און איך זאל מיך שעמען מיט מיין קאפל
וואס שטערט דיר אז ס'שטערט אים? 🤪

אמת'דיג גערעדט, דיין צישטעל צי נעקטייס איז ריזיג.. ווען דיין 5 יעריג'ס גייט ארומוואקן אן א קאפל גייסטו וואקן ווייטער כאילו לא היה? אדער דו וועסט געבן א טיפע אטעם און ארויסלאזן א הימלישע קרעכטס אריינגעוויקלט אין א שווערען פסק פאר דעם קינד אז מ'וואקט נישט ארום אן א קאפל?
 
Back
Top