מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

עס איז יא אמת, ביז איינער ברענגט א ראי' אנדערש. הוילע שמועות אן קיין שום דעטאל צו קענען נאכגיין זענען גארנישט ווערט.
די חיליש פון טעקסאס איז א אייניקל פונעם עצי חיים. נישט קיין זין
 
יא, ס׳איז באוואוסט אז די ברך משה האט געהאט צוויי ברודער וואס זענען געוועהן קאמוניסטן און גענצליך פריי. זיי זענען געוועהן קייליכיגע יתומים פון טאטע מאמע אלץ קליין קינד.
ברידער אדער קינדער?
 
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו ענטפערסט מיך,

צאנזע רב האט נישט געפירט א מלחמה מיט די סאדוגערעס וועגן די וועג וויאזוי זיי פירן זיך אויף,
נאר אויף די איין פרט, אז א רבי איז העכער פון די תורה.

אויב האט מען אין סאדיגורא אויף געהאלטן אז די תורה איז העכער אלעמען, דאן האט די צאנזע רב גארנישט קעגן זיי,
ער האט בלויז פארפירט אויף דעם וואס זיי פלעגן זאגן אז די ריזשינערס א קינד איז א צדיק נישט קיין חילוק וואס ער טוט..

אבער גארנישט געהאט קעגן די סאדוגערעס פרעזענליך.
און זיין הייליגע מחלוקת איז קאי וקיים - קעגן די וואס זאגן אז א רבי איז העכער די תורה - למשל די שמייליגע שוואנצונעם פון דעם עבודה זרה מענדלע ימ''ש.
עס איז נישט ריכטיג אין דעם בריעף וואס ער שרייבט צו רבי שלמה שפירא פון מונקאטש רעכנט א סדר פון קארדינאלע עבירות -אין איינע פון די מכתבים שרייבט דער צאנזער רב, והנה זה קמו בני אדם הפרו תורה ,השחיתו והתעיבו באין סיגופים ומקוואות וגם טבילת עזרא בטלו ,ומרבים ממונם וימאנו לעשות צדקה,שמנו ,עשתו והתעיבו וכל התנהגתם בגודל וגאון לב…ואומרים שהכל גבוה משלחן ערוך … וינהו אחריהם כל העם המתאוים
ולפרוק עול היראה מעל צוארו שלא לעשות שום מצוה ומבזים לכל הממאנים לשמוע להם וגם הטו לב הנשים לצאת כדרך הזונות …כי המה מינים ..
יא ברית כרותה
 
  • שמייכל
רעאקציעס: Yesh
ווען מ'ליינט די מקורות איבער די סאנז סאדיגורער מחלוקה, וואס קומן אין די מערהייט פון צד סאנז, איז עס זייער שווער צו בארעכטיגן דער דברי חיים.

היסטאריא האט זיכער געוויזן אז די רוזינער קינדער זענן פונקט אזוי פרום און ערליך ווי די סאנזער קינדער, און די גאנצע סומאטוכע איז געווען גאנץ איבעריג.
ח"ו פון אזוי צו זאגן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איהר זאגט שיין און הויך איבער אלעס וואס מען האט גע'טענה'ט אין צאנז!
אין רוזשין האט מען געהאלטן דירעקט אנדערש
אזוי אויך אין נאך מקומות
נאר אין אנדערע האט עס נישט אויסגעקלאפט אויף אזא פארנעם ווי אין סאדיגורא
וויבאלד זיי זענען טאקע געווען גרויסע מענטשן
ח"ו פון אזוי צו זאגן
זיי האבן נישט תשובה געטוהן און אז די הייליגע סאנדזע רב האט געזאגט איז אזוי געווען
 
דער צאנזער רב האט געהאט פיל מער קינדער, און זיי זענן אנגעקומן קיין אונגארן פיל פריער.
עס זעט מיר אויך אויס אז אסאך רוזינער אייניקלאך זענן אוועק קינדערלאז, אבער מ'דארף דאס מער בודק זיין. צוויי פון די קינדער פון די רוזינער, לכה"פ, זענן אוועק אן קינדער, ניין?
1 בערניו
אויך מוזטו געדענקן אז סקווירא און וויזניץ זענן רוזינער אייניקלאך, רעכן זיי אלע אריין.
ויזניץ איז נישט געווען געמישט אין מחלוקת
סקווירא האט נישט גיהאט קינדער פון דעם זיווג
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ר' שלום אליעזר האט דאך געהאט אן איידעם ר' חיים צבי טייטעלבוים, ניין? וויפיל פון זיין קינדער זענן געבליבן פרום?

עס איז ממש זינלאז צו נוצן די מעשה מיט דער לעווער מסביר צו זיין די אייניקלאך וואס זענן געווארן מזרחניקעס. איינס האט נישט מיט די צווייטע, און דער דעספערעישן זיך צו פארדרייען א קאפ ביז מ'פארענטפערט די הנהגה פון דער צאנזער רב ווייזט נאך מער אויס מיין אריגינעלע טענה - דאס גלויבן בלינדעהייט אין די צדיק איז נישט קיין רוסישע משוגעת, ווי אויך נישט קיין רומעינישע. דאס איז א feature נישט קיין bug, אזוי קומט עס.
ר' אלעזר'ל אושפצינער האט געזאגט אז וואס ראפשיץ האט געאקט פשיסחא און וואס צאנז האט געאקט סאדיגעטשקע האבן זיי געמיינט אגודה מזרחי
 
איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך,

וואס האט עס מיט וויפיל זענען געבליבן ערליך?

די צאנזע רב האט בסך הכל געזאגט אז די תורה איז אונזער וועג ווייזער,
איינער וואס איז עובר אויף די תורה איז א שגץ און נישט א צדיק!
און דאס איז בעצם וואס די תורה אליינס זאגט אונז!

די סאדיגורער האבן געהאלטן אז א קינד פון די ריזשינער איז א צדיק אפגעזען זיינע מעשים..
נישט קיין חילוק צו ער טוט מצוות אדער עבירות, ער איז א צדיק עניוועי,
און אויף דעם האט די צאנזע רב געשריגן!

די דורות קומען נישט אריין דא!
ווער ס'האלט אז די סאדוגערעס זענען געווען גערעכט, קענען ווארפט די תורה אין מיסט!
אז מ'קען זיין א צדיק אהן פאלגן די תורה, דאן פארוואס זאל מען טאקע פאלגן די תורה?
אין לנו אלא דברי (בן) @עמרם
 
אויב דאס איז געווען די מחלוקת מוז צאנז מודה זיין אז דער ריזשינער איז גערעכט,
קוק אויף אלע צאנזער אייניקלעך, די קינדער זענען באמס און טרעטען אויף די תורה, אבער אלע ווערן רבי'ס\
ח"ו מלומר כך על זרעיה דאבא
 
עס איז נישט ריכטיג אין דעם בריעף וואס ער שרייבט צו רבי שלמה שפירא פון מונקאטש רעכנט א סדר פון קארדינאלע עבירות -אין איינע פון די מכתבים שרייבט דער צאנזער רב, והנה זה קמו בני אדם הפרו תורה ,השחיתו והתעיבו באין סיגופים ומקוואות וגם טבילת עזרא בטלו ,ומרבים ממונם וימאנו לעשות צדקה,שמנו ,עשתו והתעיבו וכל התנהגתם בגודל וגאון לב…ואומרים שהכל גבוה משלחן ערוך … וינהו אחריהם כל העם המתאוים
ולפרוק עול היראה מעל צוארו שלא לעשות שום מצוה ומבזים לכל הממאנים לשמוע להם וגם הטו לב הנשים לצאת כדרך הזונות …כי המה מינים ..
יא ברית כרותה
און אז צאנז'ע רב האט געזאגט איז אזוי געווען
ער איז דאך געווען די תורה אליין
 
ח"ו פון אזוי צו זאגן
זיי האבן נישט תשובה געטוהן און אז די הייליגע סאנדזע רב האט געזאגט איז אזוי געווען
בקיצור, ביסטו די זעלבע אויף וועמען דער ד"ח האט געהאקט.
אפאר ח"ו'ס און פערטיג.

ווייל דער דברי חיים איז דאך מיינס, ווי קען ער זיין נישט גערעכט?
נישט ווי יענע חברה, וואס זענן בלינדע גלייבערס.
 
בקיצור, ביסטו די זעלבע אויף וועמן דער ד"ח האט געהאקט
אפאר ח"ו'ס און פערטיג.

ווייל דער דברי חיים איז דאך מיינס ווי קען ער זיין נישט גערעכט?
נישט ווי יענער חברה, וואס זענן בלינדער גלויבערס.
ניין
עס איז דא אסאך סאנדז׳ע קינדער פרייע נישט קיין שומתו״צ ואני הק׳ בתוכם
די חילוק איז אז אויף אונז האט זכות אבות מגין געווען און מיר זענען אחד בפה ואחד בלב
נישט קיין עושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס
 
ניין
עס איז דא אסאך סאנדז׳ע קינדער פרייע נישט קיין שומתו״צ ואני הק׳ בתוכם
די חילוק איז אז אויף אונז האט זכות אבות מגין געווען און מיר זענען אחד בפה ואחד בלב
נישט קיין עושים מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס
איך זעה מ'דארף דיר מסביר זיין בעסער.

דער דברי חיים איז ארויס מיט א פלאם פייער קעגן די רוזינער קינדער און זייער חסידים, מיט א טענה אז זייער וועג פירט צו שמד. די מחלוקת מאכערס פון ביידע זייטן האבן געטרעטן אויף די תורה בריש גלי, פון ביידע פראקציעס. איינער פון די עשרת הדברות איז דאך לא תרצח, ניין?

אבער ברבות הימים, לויט אונזערע ידיעות, קען קיינער נישט אנצייגן איין זאך אין רוזין וואס אלס א תוצאה פון די מעשה מיט דער לעווער האט צוגעפירט צו שמד. והא ראיה, צאנזער אייניקלאך שמד'ן זיך פונקט ווי רוזינ'ע. ווען די רוזינער חינוך וואלט געפעלט עפעס, וואלט מען געזען די חילוק.

קאפיש?

(און דיין זכות אבות איז נאך אן אמונה טפלה. ביסט די זעלבע אט"ד אקס ווי אלע אנדערע, און שטארבן וועסטו א נבילה סרוחה טאמער דו טוסט נישט קיין תשובה. דער סאנזער זיידע וועט דיר, און די אנדערע סאנזער אייניקלאך, גארנישט העלפן)
 
Back
Top