מחלוקת צאנז - רוזין (והמסתעף למרכז ויזניץ)

ר' אלעזר'ל אושפצינער האט געזאגט אז וואס ראפשיץ האט געאקט פשיסחא און וואס צאנז האט געאקט סאדיגעטשקע האבן זיי געמיינט אגודה מזרחי
עס איז א בזיון פאר אותו צדיק נאך צוזאגען אזא פתגם , וואס אויב ער האט עס אמאהל געזאגט איז עס געוועהן א פליטת פה
חס ליה לזרעא דאבא דליספיה ליה מידי דלא סבירא ליה
 
און אז צאנז'ע רב האט געזאגט איז אזוי געווען
ער איז דאך געווען די תורה אליין
רבי אברהם שלום הלברשטאם אדמו״ר סטרופקוב
אן אייניקעל פון צאנזער רב , און ער שרייבט קלאהר
אז מען האט גיברענגט לשון הרע פאר זיין זיידע דער צאנזער רב און ער האט עס מקבל גיוועהן - ווייל די מוציאי דבה , זענען גיוועהן אנשים חשובים
און ברית על הלשון שתתקבל .
 
איך זעי מ'דארף דיר מסביר זיין בעסער.

דער דברי חיים איז ארויס מיט א פלאם פייער קעגן די רוזינער קינדער און זייער חסידים, מיט א טענה אז זייער וועג פירט צו שמד. די מחלוקת מאכערס פון ביידע זייטן האבן געטרעטן אויף די תורה בריש גלי, פון ביידער פראקציעס. איינער פון די עשרת הדברות איז דאך לא תרצח, ניין?
אבער ברבות הימים, לויט אונזער ידיעות, קען קיינער נישט אנצייגן איין זאך אין רוזין וואס אלס א תוצאה פון די מעשה מיט דער לעווער האט צוגעפירט צו שמד. והא ראיה, סאנזער אייניקלאך שמדן זיך פונקט ווי רוזינער. ווען די רוזינער חינוך וואלט געפעלט עפעס, וואלט מען געזען די חילוק.

קאפיש?

(און דיין זכות אבות איז נאך אן אמונה טפלה. ביסט די זעלבע אטד אקס ווי אלע אנדערע, און שטארבן וועסטו א נבילה סרוחה טאמער דו טוסט נישט קיין תשובה. דער סאנזער זיידע וועט דיר, און די אנדערע סאנזער אייניקלאך, גארנישט העלפן)
א וודאי דארף מען טהון תשובה , ווער דארף דען נישט,עס איז דא א עובדא פון רבי הירץ וואס איז גיקומען אויף דער עלטער צום צאנזער רב און ער האט איהם גיגעבן א פתקא -קוויטעל - אז ער זאל נאך זוכה זיין צו תשובה , און דער צאנזער רב לייענט עס מיט מחשבה, און רבי הירץ איז עיניו זולגות דמעות, און צאנזער רב רופט זיך אהן צו איהם - איך האב דעם זעלבען פראבלעם איך בין אלט און איך דארף אויך טהון תשובה
אלזא לאמיר ביידע צוזאמען אט יעצט טהון תשובה,
און עס איז גיווארן א התעוררות תשובה פאר די אלע אהנוועזענדע , מען דארף רעדן איידלער
דברי חכמים בנחת נשמעים .
 
עס איז א בזיון פאר אותו צדיק נאך צוזאגען אזא פתגם , וואס אויב ער האט עס אמאהל געזאגט איז עס געוועהן א פליטת פה
חס ליה לזרעא דאבא דליספיה ליה מידי דלא סבירא ליה
אבער דאך האט ער אזוי געזאגט
 
רבי אברהם שלום הלברשטאם אדמו״ר סטרופקוב
אן אייניקעל פון צאנזער רב , און ער שרייבט קלאהר
אז מען האט גיברענגט לשון הרע פאר זיין זיידע דער צאנזער רב און ער האט עס מקבל גיוועהן - ווייל די מוציאי דבה , זענען גיוועהן אנשים חשובים
און ברית על הלשון שתתקבל .
מיר ווייסן אז א ווארט וואס א צדיק זאגט ווערט מקוים
און אז די סנהדרין פסק׳נט עפעס אזוי איז דאס
און די הייליגע רוזינער האט געזאגט אמאל פארן סאנדז׳ע זיידע אז ער איז פון סנהדרין של מעלה
סאו אז סאנדז׳ע רב האט געזאגט איז אזוי איז דאס געווען
 
און אז צאנז'ע רב האט געזאגט איז אזוי געווען
ער איז דאך געווען די תורה אליין
טרייבסט שפאס?
אויב איינער קען זין די תורה אליינס, פארוואס קענן זיי נישט זאגן די זעלבע גארבעדזש אויף דער לעווער?

דער מושג פון 'די תורה אליינס' איז די חרבן, פון וועלכע קרייז נאר. קיינער איז נישט די תורה אליינס, נישט דער רבי זכרוינעלברוכה, דער רוב זאזיינגעזינט, דער אדמו"ר הזקן, צו דער סבא קדישא. נאר משה רבינו, נישט מליצות.
 
מיר ווייסן אז א ווארט וואס א צדיק זאגט ווערט מקוים
און אז די סנהדרין פסק׳נט עפעס אזוי איז דאס
און די הייליגע רוזינער האט געזאגט אמאל פארן סאנדז׳ע זיידע אז ער איז פון סנהדרין של מעלה
סאו אז סאנדז׳ע רב האט געזאגט איז אזוי איז דאס געווען
מ'גלויבט אלסדינג, אחוץ די תורה.
 
טרייבסט שפאס?
אויב איינער קען זין די תורה אליינס, פארוואס קענן זיי נישט זאגן די זעלבע גארבעדזש אויף דער לעווער?

דער מושג פון 'די תורה אליינס' איז די חרבן, פון וועלכע קרייז נאר. קיינער איז נישט די תורה אליינס, נישט דער רבי זכרוינעלברוכה, דער רוב זאזיינגעזינט, דער אדמו"ר הזקן, צו דער סבא קדישא. נאר משה רבינו, נישט מליצות.
די זעלבע סאנז׳ע רב וואס האט לוחם געווען קעגן דעם בער׳ניו האט אויך געזאגט אויף זעך אז ער איז די תורה
סאו….
 
והדברים ידועים.
ביי די חתונה פון זקה"ק מבייטש, איז כידוע זיין טאטע די אמרי נועם נישט געווען, צוליב דעם אז גבה טורא ציווישן אים מיט'ן מחותן (נאך פארן שידוך) דער סאנז'ע רב, און ער איז נישט געפארן צום חתונה.
און ער האט דריי זאכן אנגעזאגט דעם חתן, איינע פון זיי איז געווען, פרעגן דעם גרויסן שווער, ווי שטייט דאס וואס ער האלט וועגן דעם ארענדער. ווען דער בייטשער רב איז אריין פרעגן, האט עם די סאנז'ע זיידע געענטפערט, יאך בין די תורה, און ביי מיר שטייט עס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
און די חסידים שוטים האבן געגלויבט..........

דער סאנזער רב איז געווען א גרויסע ת"ח און אן ערליכער איד, און טאמער ער האט געמאכט א מיסטעיק נעמט עס נישט צו פון זיין תורה און עבודה.

איך בין סתם נייגעריג צו דער אמרי נועם האט טאקע חוזר געווען פון זיין פסק עפ"י דער מימרא.
 
ער האט נישט חוזר געוועהן ווייל על פי הלכה איז דער אמרי נועם געוועהן גירעכט , און דער צאנזער רב האט עס אלץ געוואוסט, ער האט אבער גיהאלטען אז מיט זיין כח התורה קען ער מחייב זיין אז יענער זאל נישט ארויס דינגען אן ארענדע און מקפח זיין פרנסה פון א צווייטען ייד ווייל ביי דיני ממונות איז שייך תקנות. ,האט ער גיהאלטען אז עס קען זיין א המשך צו די תקנת מערופיא וואס איז ענדליך צו דעם, און עס ווערט געברענט אין חושן משפט
עס האט גארנישט קיין שייכות צו די מרידה פון בעריניו, וואס ער האט גיהאט א ביי פאולער עפיזאד
און צוזאם גירעדט על ה׳ ועל משיחו שפעטער איז ער צוריק גיווארן רבי אין גיזאגט הויכע תורות פאר זיינע צוהערער .
 
בקיצור, די שוואנצאנות שנירל איז ערנסט פארפארן צו צאנזער רב און רוזין...

צייט צוריקצוגיין צום מקור
 
והדברים ידועים.
ביי די חתונה פון זקה"ק מבייטש, איז כידוע זיין טאטע די אמרי נועם נישט געווען, צוליב דעם אז גבה טורא ציווישן אים מיט'ן מחותן (נאך פארן שידוך) דער סאנז'ע רב, און ער איז נישט געפארן צום חתונה.
און ער האט דריי זאכן אנגעזאגט דעם חתן, איינע פון זיי איז געווען, פרעגן דעם גרויסן שווער, ווי שטייט דאס וואס ער האלט וועגן דעם ארענדער. ווען דער בייטשער רב איז אריין פרעגן, האט עם די סאנז'ע זיידע געענטפערט, יאך בין די תורה, און ביי מיר שטייט עס.
נישט אויף דעם האב איך געפרעגט דעם מקור, די מעשה ווייס איך, סאיז ידוע. די מימרא פון ר׳ אלעזר אושפוצינער האב איך געמיינט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער האט נישט חוזר געוועהן ווייל על פי הלכה איז דער אמרי נועם געוועהן גירעכט , און דער צאנזער רב האט עס אלץ געוואוסט, ער האט אבער גיהאלטען אז מיט זיין כח התורה קען ער מחייב זיין אז יענער זאל נישט ארויס דינגען אן ארענדע און מקפח זיין פרנסה פון א צווייטען ייד ווייל ביי דיני ממונות איז שייך תקנות. ,האט ער גיהאלטען אז עס קען זיין א המשך צו די תקנת מערופיא וואס איז ענדליך צו דעם, און עס ווערט געברענט אין חושן משפט
עס האט גארנישט קיין שייכות צו די מרידה פון בעריניו, וואס ער האט גיהאט א ביי פאולער עפיזאד
און צוזאם גירעדט על ה׳ ועל משיחו שפעטער איז ער צוריק גיווארן רבי אין גיזאגט הויכע תורות פאר זיינע צוהערער .
על משיחו - בערניו??
וויסטו מיר זאגן אז וועט קומען א צייט און מוועט זאגן משיחו אויף מיר???
דאן סטאפ איך שוין יעצט ביים רעדן
ער האט גארנישט תשובה געטוהן, מדארף נישט משנה זיין מן האמת בכוח
 
על משיחו בעריניו ?
פארקערט מען זאגט אז ער האט גירעדט על משיחו
אז בעריניו איז משיחו מאן דכר שמיה

צו ער האט תשובה געטהון ווייסט נאר גאט
אבער אז ער צוריק גיווארן רבי, און גיזאגט פרומע תורות איז אהנגינומען ,עס איז דא בדפוס א ספר על התורה פון די תורות לאחר חזרה.
 
אז עס איז דא בדפוס מיינט נאך נישט אז ער האט געזאגט.
און אויך לאחר חזרתו האט די הייליגע סאנז'ע זיידע ווייטער לוחם געווען
 
צו ער האט תשובה געטהון ווייסט נאר גאט
אבער אז ער צוריק גיווארן רבי, און גיזאגט פרומע תורות איז אהנגינומען ,עס איז דא בדפוס א ספר על התורה פון די תורות לאחר חזרה.
זייט מברר דער היסטאריע
אין כאן רבי ואין כאן ספר
ער האט געלעבט בבדידות נאנט צום שטעטל סאדיגורא
עס איז דא פון איהם עטליכע תורות אין נר ישראל וואס זענען לאו דווקא לאחר החזרה

דאס יא ער האט אוועקגעשטעלט א פנים פון א בעל תשובה
 
Back
Top