מחאות

רבותי מוחה! מוחה!:ninja:

מען דארף מוחה זיין אויף די קאמפעני מהדרין
וואס מאכען די אלעמען באקאנטע לעבענס!

זיי האבן שוין יארן צוריק אינסטאלירט די רשעותדיגע קריצן פין אינטער די לעבענס אין עס פיט נישט דארטן קיין לעפל
אין מען דארף קראצן שמירען ווישען אז די אימשילדיגע ברוינע געמויזאכט זאל ארויפשפאצירן אויפן לעפל🥄

כלל ישראל האט שוין גענוג געליטן
גענוג איז גענוג

מי שאמר לישראל די יאמר לצרתנו די

View attachment 15324
איך ווארט עס זאל ארויסקומען א לעבען וואס מען הערט נישט קיין נויז ווען מען סאקט עס אויס צום סוף...
 
יעצט א ערענסטע מוחאה אנטקעגן די א. ג. היימישע מאגעזינען וואס פאר יום טוב געבען זיי ארויס א פארגרעסערטע אויסגאבע וואס דרייפערטל איז אנגעפיקעוועט מיט ווערטלאזע עדווארטייזמענטס אין איך דארף נאך צאלן דאפלט פין יעדע וואך
וויייל זיי האבן געזעהן פאר וויכטיג אריינצילייגען אלע מידענווויכטיגע ארטיקלען וואס א גאנץ יאר וואלטן זיי זיך געשעמט דערמיט מיינענדיג אז מען כאפט נישט ווייל עס איז דא אזוי סאך שטאף

געווענליך וועט זיין איין צוויי ווערדפולע ארטיקלען

צום פוינט די יום טוב אויסגאבעס
-ווערטלאזע ארטיקלען
-אנגעפאטשקעט מיט עדס
-זייער טייער
 
איך בין מוחה אויף אלע דברי כפירה וציונות וואס ווערן געליפטערט דא אויפן זייטל.
בזכות דעם זאל מען זוכה זיין צו ניצל ווערן פון מינות וכפירה.
עס זענען דא אזאנע סייטס ווי אייועלט אין אידטיש וואס דארט איז מען פארנומען מיט די חפצי קודש פינעם ברך ע"ה
 
Back
Top