ממלכת אשור - אן ארטיקל געשריבן פארן כוואליעס נאר איז מחמת חוסר מקום נישט אריין. ליינט און האט הנאה

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
84
רעאקציע ראטע
637
מַשְׁמַנֵּי פוּל וְלוּד - א לשון אין פרעכטיגן פיוט אומץ גבורותך צו דערמאנען דעם נס מיט סנחריב וואס האט לויט א חשבון אין חז״ל פאסירט ליל פסח. פול ולוד זענען מדינות אין מערב אנאטאליע, היינטיגער טערקיי. און ווערט דורך׳ן פייטן גענוצט אלץ כינוי פאר מלכות אשור, לכאורה ווייל אשור׳ס הערשאפט האט געגרייכט ביז אהין אויפן מערב. צו ס׳איז היסטאריש אויסגעהאלטן איז שווער צו וויסן, על כל פנים אזוי ווייזט אויס פון די מפרשי הפיוט, אז די צוויי סימבאליזירן אשור מיט איר ווייטגרייכנדער הערשאפט.

און אז שוין אזוי, לאמיר זיך טאקע נעמען איבער אשור, ווער איז זי, וואס איז איר היסטאריע, און וואו ווייט האט טאקע איר הערשאפט דערגרייכט, דאס אלעס אינעם פאלגענדער ארטיקל:

ממלכת אשור לדורותיה

חלק א׳

קודם כל ווער איז אשור?

לראש וראשונה איז ״אשור״ א נאמען פון דער ״הערשער פון דער וועלט״ (אפשר האט עס אויך א שייכות מיט ״אשרה״), גלייך ווי דער אפגאט ״אנליל״ איז דער הערשער פון דער וועלט ביי די בבליים, און ״אל״ ביי די צוריים, וכדו׳ ד.ה. ביי די עובדי אלולים איז געווען אזוי איינגעפירט אז ס׳דא א הויפט גאט און א פמליא פון געטער, קינדער און ווייבער פון געטער און אויך מתנגדים וכו׳.

פון וואנעט דאס משוגעת האט זיך גענומען ביי די אמאליגע אומות ווייס איין באשעפער, אבער אזוי איז געווען מקובל איז דער ״נארמאלער וועג״, יעדער לאנד האט א הויפט גאט מיט א פמליא פון געטער, און מער ווייניגער האט איין לאנד נאכגעמאכט דעם אנדערן נאר אנגעטון דעם אייגענעם אן אנדער בעקעשע מיט אן אנדער נאמען וקרא שמו בישראל אשור, אנליל, כמוש, רע, וכו׳ וכו׳, איינעם טוט מען אן א ספאדיק, דעם צווייטן א שטריימל, איינעם א צילינדער, מען דערציילט שבחי האליל און מ׳האט א נאציאנאלער גאט.

איז אזוי אויכעט געווען מיט אשור, און על שם זייער גאט האט געהייסן די ערשטע הויפט שטאט, אדער אפשר להיפך, על שם דעם שטאט האט געהייסן דער גאט.

אין די תורה ביי די טאבלעט פון די שבעים אומות איז אשור א נאמען פון א מענטש א ראש אומה. נאר ס׳איז לאו דוקא א סתירה צום אויבנדערמאנטן טאמער קוקט מען דערין מיט א שארף אויג.

מן הארץ ההיא- ארץ שנער - יצא אשור

גלייך ווי מצרים אידענטיפיצירט זיך מיטן נהר מצרים דער נילוס, בבל - מיטן פרת, ארץ ישראל מיטן ירדן, אידענטיפיצירט זיך אשור מיטן חידקל. אשור איז פון די ערשטע לענדער וואס ווערן דערמאנט אין די תורה און טאקע און באציג מיטן חידקל, ביים סיפור גן עדן גלייך מיט חוילה און כוש.

אזויווי מיר זעען קלאר שוין אין חומש האט זיך אשור אנגעהויבן מיט שנער, און אזוי איז היסטאריש באשטעטיגט. ווייל קודם איז אשור געווען א טייל פון ארץ שנער וואס די חוקרים רופן ״שומער״, דאס א אימפעריע געפירט דורך אנשי שנער וועלעכע האבן גערעדט א שפראך וואס איז רחוק פון לשון אכדי (אכד פון פסוק) די מוטער פון אלע אראמישע דיאלעקטן וואס די אשורים האבן גערעדט. אבער לאמיר נישט פארגעסן אז שנער איז געווען דער ״רבי פון אלע רבי׳ס״ ווען ס׳איז געקומען צו א שטאטיש לעבן, נישט בחינם הייסט זי די מאמע פון ציוויליזאציע. שנער האט איינגעפירט דאס אקערן און זייען, לוח השנה, אויסגעטראפן רעדער און נאך א סך איינפירונגען און ערפינדונגען פון וועמען די גאנצע וועלט האט גענאשט און נאכגעמאכט.

די לעצטע תקופה פון די אימפעריע פון שנער, ווי מען רופט עס שושלות / דינאסטיע, איז געווען די דינאסטיע פון ״אור״, און נמרוד איז געווען מסתמה פון אירע לעצטע מלכים (נמרוד איז א שטארק אשורישער נאמען ווי מיר וועלן שפעטער זעהן), יתכן אז דער ״אור״ האט טאקע א שייכות מיט אור כשדים, דאס איז די תקופה ווען אשור האט זיך אפגעטיילט פון ממלכת שנער און אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, און דאס זעהט מען קלאר אין פסוק - ותהי ראשית ממלכתו בבל וארך ואכד וכלנה בארץ שנער: מן הארץ ההיא יצא אשור ויבן את ננוה ואת רחובות עיר ואת כלח.

פון אשור ווייסן היסטאריקער היינט א סך ווייל ס׳געבליבן שריים פון אן אור אלטער ביבליאטעק נאך פון די צייטן פון די מלכי אשור (געבויט פון א מלך וואס מיר וועלן דערמאנען צום סוף), אזעלעכע מגילות און פאפיראסן, אויך זענען געבליבן מצבות, ארונות, אויסשניצונגען פון וואו מ׳קען ארויס האבן א גאנץ קלארער כראנעלאגיע פון די מלכי אשור, און מיר געפונען אזעלעכע שמות מלכי אשור (רוב פון זיי נישט באקאנט פון פסוק) ווי - פוזור-אשור; אילושומא; אירושום; שמשי-אדד; אשמי-דגון וכו׳

די ערשטע מלכי אשור ווייזט אויס האבן געוואוינט אין געצעלטן (גלייך ווי שפעטער די מאנגאלישע מלכים), צוביסליך האבן זיי אנגעהויבן בויען פאלאצן און טעמפלען און אנטוויקלט א פארגעשריטענער האנדלס סיסטעם מיט אנדערע מדינות. אשור האט זיך ענדליך אנטוויקלט אלץ זעלבסשטענדיגער מדינה, נאר נישט פאר צי לאנג. ביי איין גרויסע מלחמה וואס חוקרים זענען משער אז דאס האט א שייכות מיט מלחמת כדרלעומר און עמרפל מלך שנער איז אשור ווידער געפאלן צו שנער (וואס האט שוין יעצט געהייסן בבל, בבל איז געווען אן אנדער פאלק ווי שנער נאר געבויט אויף שנער׳ס חורבות) און געבליבן אונטער די בבלישע יאך אזוי א תקופה ביז זי האט ווידער געהויבן דעם קאפ.

אשור ווערט אן אימפעריע

ווער ס׳האט געגעבן אשור נאך א געלעגנהייט זיך צוריק צושטעלן אויף די פיס איז געווען דאס לאנד ״ארם-נהריים״ (וואס אנדערע האבן גערופן ״מיטאני״, די מלכים פון ארם נהריים זענען גראדע געווען חוריים וועלעכע שטאמען פון ארום די אררט בערג, דאס זענען די זעלבע חוריים וועלעכע זענען אונז באקאנט פון הר שעיר), נהריים האט איינגענומען אשור פון בבל, און א שטיק צייט שפעטער האט זיך איינגעגעבן דעם אשור׳ישן קעמפער ״אשור-אובלוט״ צו באפרייען אשור, און ער האט געקעניגט, דאס איז דער אנהייב פון די צווייטער אשורישער תקופה.

פון די קעניגן נאך אשור-אובלוט״ זענען געווען אדאד-נירארי; שלמנאסר דער ערשטער (דאס איז נישט שלמנאסר פון פסוק); טוקורטי-נאנורטא וכו׳ וכו׳ די דאזיגע קעניגן האבן ווידער געבויט טעמפלען פאר זייערע הויפט געטער, בראש וראשון דעם אשור גאט, אויך פון דעם ״אדד״ גאט (שני למלך) און עשתר (פון וואנעט דער נאמען אסתר שטאמט, עשתר איז געווען א ״אינטערנאציאנאלער״ שטערן-גאט אין מעסטפאטאמיע ד.ה. דער ״בקעה״ פון פרת וחידקל).

דער הויכפונקט פון אט דער אשורישע אימפעריע איז געקומען בימי ״תגלת-פלאסר דער ערשטער״. דאס איז נאך נישט אונזער תגלת פלאסר פון תנ״ך נאר א פארגייער. די דורות איידער תגלת פלאסר׳ן איז אשור באשטאנען פון נישט מער ווי די שטאט אשור והגלילות, און תגלת-פלאסר דער ערשטער מיט זיין מעכטיגקייט האט געברענגט אשור׳ן צו א בכבוד׳יג ארט אויף די ארענע פון די ממלכות הארץ.

דער נאמען תגלת-פלאסר און נישט ווי מאנכע צווישן אונז מיינען אז דאס איז א כינוי פארן מלך אשור צוליב וואס איינע אזא מלך מיט דער זעלבער נאמען האט געשיקט די עשרת השבטים אין גלות, נאר דאס איז באמת א צאמשטעל פון אכדי׳שע ווערטער אין די אשורישע דיאלעקט ״תוכלת-אפיל-אשרה״ סטייטשט - דער אפגאט אשור איז מיין פארזיכערונג.

תגלת-פלאסר דער לעגענדארער

תגלת-פלאסר דער ערשטער האט עספייעט איינגענומען אזעלעכע מעכטיגע לענדער ווי בבל, ארץ החיתים ועוד ועוד, פון א קליין מדינה ביים צפון חידקל האט זי זיך אויסגעשפרייט ביזן ים הגדול, וואס איז געווען א חידוש גדול בימים ההם. מאנכע זאגן אז די סוד פון זיין גבורה איז געווען די מאס אייזן וואס ער האט באוויזן זיך איינצוהאנדלען, נישט בחינם האבן מאנכע גערופן אשור ״די אייזענע מדינה״ ווייל אויסער איינעמען מיט א אייזענע ארעם האט זי פאקטיש געהאנדלט מיט אייזן וואס איז דאן געווען א רעלאטיוו נייער מעטאל וואס מען האט אנגעהויבן ניצן בעיקר פאר כלי מלחמה, ווייל לויט די מאס פון אייזן אזוי האט זיך געמאסטן די שטארקייט פון א מדינה ווי מיר זעען ביי די כנענים אז זיי האבן פארמאגט רכב ברזל וואס האט די אידן דערשראקן.

דער פאקט אז ער האט געגרייכט מיטן ארמיי ביזן ים הגדול האט אנגערייצט די פאנטאזיעס פון די מאסן, ווילדע לעגענדעס זענען דערציילט געווארן איבער זיין ערשטער באגעגעניש מיטן ים, מען האט דערציילט אז ער מיט זיין העלדישקייט און ווילדער ענטוזיאזם האט זיך אריין געלאזט אין ים הגדול אריין צו פאנגען דעם ״נחירי״ מאנסטער וואס מאנכע באציען אים צום ״לויתן״ (צוליב זיינע איינדרוקספולע פארע לעכער ווי ס׳שטייט אין איוב: מִ֭נְּחִירָיו יֵצֵ֣א עָשָׁ֑ן כְּד֖וּד נָפ֣וּחַ וְאַגְמֹֽן), און ווי ער אליינס דערציילט איז עס אים געלונגען… ער האט אהיים געברענגט פון זיינע רייזעס סחורות פון ווייטע מדינות, עלעפאנטן און אנדערע עקזאטישע חיות פון די מזרח ברעגן פונעם ציוויליזאציע וואס קיין אשור׳יש אויג האט ביז דאן נישט געזעהן, און זיי געשטעלט אינעם מלוכישער טיהר גארטן אין די הויפט שטאט פון אשור.

זיינע שטורעמישער איינעמונגען האט אזוי באצויבערט דאס דעמאלדיגע מענטשהייט אז ער איז פארוואנדלט געווארן אין א כמו סופער-מאן אין די אויגן פון מענטשן, גלייך ווי שפעטער אלכסנדר מוקדון, ווייל ביז תגלת-פלאסר דער ערשטער האט קיין ממלכה אין די וועלט נישט מצליח געווען שולט צו זיין אויף אזעלעכע שטחים און איבער אזויפיל אומות ולשונות.

דאס איז די אנהייב פון די אשורישע גלאררייכע תקופה (נאר מיט א סך בלוט באגלייט ווי מיר וועלן באלד זעהן).

און וואס איז דער בעסטער וועגן צו צייגן די וועלט זיין מאכט להראות גדלו? דאס איז דורך די הויפט שטאט, איר באפעסטיקן און איר באצירן להראות עשרו וגדולתו,
א הויפט שטאט איז ווי דער האלדזבאנד פון א מלך,
לויטן הויפט שטאט מעסט זיך די מעכטיגקייט פונעם לאנד, און זעהן וואס מען האט אלץ באוויזן צאמצורויבן פון די אונטערטאנען. תגלת פלאסר האט גענומען רענאווירן זיינע האלב צופאלענע ״בתי מקדשות״ פאר די געטער, וואס איז באותם הימים נישט געווען א דבר של מה בכך, ווי מיר זעען להבדיל ביי אונזער בית המקדש. די אשורים האבן געמאכט פון זייער הויפט שטאט א גאט. אלצדינג פרעכטיג און פארבלענדנט איז געווען אינעם הויפט שטאט, רייכע פאלאצן, באבלישע טורעמעס, און כלערליי טעמפלען, פארן מדרוך גאט, פארן שמשי גאט, פארן סין גאט, ועוד ועוד, געווען א תקופה ווען עס האבן זיך אין שטאט געפונען קרוב צו פופציג טעמפלען, ווייל די הויפט שטאט האט פארמאגט מענטשן פון כלערליי אומות, מיט אן ארץ מרובות אוכלוסין מיט רבבות אלפי בני אדם.

נאר זיין מעכטיגער ממלכה האט אנגעהאלטן ווי מען זאגט פון אסתר תענית ביז פורים, זי איז שווער אטאקירט געווארן דורך די פארשידענע אראמישע אומות און זיך צופאלן כמעט אינגאנצן.

אשור׳ס נייער תקופה

און דא קומען מיר צו אשור׳ס דריטער, מעכטיגסטער, מערסט פאפולערע, אבער אויך, לעצטע תקופה, וואס דאס איז די תקופה פון וואס אלע ווייסן. ס׳איז אשור׳ן געלונגען צוריקצוזאמלען כוחות, און ווידער זיך גענומען איבערן איינעמונג מלאכה, אנגעהויבן האט זיך עס מיט אשור-דן, פארזעצנדיג מיט אדאד-נירארי דער צווייטער.

צו א נייער הויכפונקט איז צו געקומען ״אשור-נציר-אפל דער צווייטער״ (טאטע פון שלמנאסר דער דריטער בימי יהוא מלך ישראל) וועלעכע האט געבויט דעם שטאט ״נמרוד״ (ווייזט אויס על שם אותו נמרוד וועלעכע האט דאך געגרינדעט די ערשטע אשורישע שטעט) וואס איז כלח פון פסוק און איר געמאכט פאר הויפט שטאט. אשור-נציראפל איז געווען דער וואס האט געמאכט אשור ווי מיר ווייסן, די גרעסטע אימפעריע בימים ההם וואס איז שפעטער אנגעקומען צו די הענט פון סנחרב זיין אור יורש.

די שרעקליך גרויזאמע מעטאדן פון די מלכי אשור

אשור-נצרפול האט דערגרייכט צו וואס ער האט דערגרייכט טיילווייז א דאנק זיין אומבאשרייבליכער אכזריות, בדומה צו דזשינדזשיס חאן און די טארטארן שפעטער הידוע לשמצה, האט זיך ערהאבן א נאמען פאר אן אויסנאמליכער אכזר, ער האט פארברענט שטעט, געשניטן נעזער און אויערן ועוד אזעלעכע כאמילעצקי האר אויפשטעלנדער אכזריות

און אזוי שרייבט דער אכזר ״אשור נציר אפל״ שלמנאסר׳ס טאטע:

״דער שפוץ פון דעם בארג האט זיך ערהויבן ווי א שפיץ פון א אייזענע מעסער, און עס וועט נישט זיין קיין עוף השמים וואס וועט פליען דארטן. ווי די נעסטן פון נשרים איז די באפעסטיגונג פון אירע איינוואוינער אויפן בארג. דארטן האט קיינער פון מיינע עלטערן די מלכים נישט אריינגעדרינגען. דריי טעג האט מיין לוחם גענישטערט אויפן בארג, ער האט געקראכן צו פיס, אונטערדרוקט דעם בארג, חרוב געמאכט זייער נעסט, פארשפרייט זייערע מאסן. צוויי הונדערט פון זייערע קעמפער האב איך צושניטן מיט מיין שווערד, זייערע שווערע רויב האב איך געטראגן ווי א סטאדע שאף. מיט זייער בלוט האב איך געפארבט דעם בארג אין רויט ווי מען פארבט וואל. מיט זייער איבערבלייבענישן האב איך פארשווארצט די בערגלעך, זייערע שטעט האב איך צעווארפן, פאר׳חרם׳ט, און פארברענט אין פייער!

ערגעץ אנדערש שרייבט דער רשע כלפי איינע פון זיינע כיבושים ווי פאלגנד:

״איך הא געבויט א זויל אנטקעגן דעם טויער פון שטאט און איך האב אפגעשינדן די הויט פון די אלע פירער פון די מורדים, און איך האב באדעקט דעם זויל מיט זייערע הויט, טייל פון זיי האב איך אריינגענאגלט אינעם זויל, טייל האב איך אריינגענאגלט אויף שפיזיגע שטאנגען, און די איבעריגע האב איך צוגעבינדן ארום דעם זויל. און איך האב אפגעשניטן די אברים פון די הויפטן און קענעגליכע פארשטייער וועלעכע האבן מורד געווען. פיל פון זייערע געפאנגענע האב איך פארברענט אין פייער, און פיל האב איך גענומען אלץ שקלאפן. פון טייל האב איך אפגעשניטן זייערע נעזער, זייערע אויערן און פינגער, צו פיל פון זיי האב איך אויסגעשטאכן די אויגן. איך האב אויפגעשטעלט איין זויל פון לעבעדיגע מענטשן און איין זויל פון קעפ. און איך האב צוגעבינדן זייערע קעפ צו בוימער שטאמען ארום דעם שטאט. זייערע יונגען און מוידן האב איך פארברענט אין פייער, צוואנציג לייט האב איך געכאפט לעבעדיג און זיי געפאנגען אין די מויערן פון מיין פאלאץ. די איבעריגע פון זייערע קעמפער האב איך געהארגעט דורך דארשט אינעם מדבר פון פרת!
און דאס איז געווען דער צד השוה פון אלע קומענדיגע מלכי אשור, די אכזריותדיגע מעטאדן כלפי זייערע יריבים, זייער שטענדיגער גליסט נאך מער מאכט און אייננעמונגען, זייער מעכטיגער מיליטער און כלי מלחמה וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן ביז דאן.

שלמנאסר דער דריטער אין וואס ער שרייבט וועגן די מלכי ישראל

זיין זון שלמנאסר האט פארהערליכט זיין טאטנס הויפט שטאט מיט טאפלטע מויערן און טעמפל רענאווירונגען, ער האט פארברייטערט די גרעניצן אריינדרינגענדיג אין נייע שטעט, שטארק בערגיגע געגנטער ביי די ברעגן פון די אימפעריע. ער האט זיך געשלאגן מיט א לאנד וואס הייסט בית עדן וואס ווערט געברענגט אין פסוק ויש אומרים זי האט א שייכות מיטן מקום גן עדן (וואס זיצט לכאורה ביים מקור פון פרת און חידקל). ער האט שוין געניצט די מעטאד פון אויסטוישן איינגענומענע שטחים מיט אויס לענדער און די תושבים פארשיקן צום אנדערן עק פון די אימפעריע.

טראץ וואס שלמנאסר דער דריטער ווערט נישט דערמאנט אין פסוק ווערן אבער להיפך, פיגורן פון פסוק, דערמאנט אין שלמנסר׳נס כתבים, ער דערמאנט אז עס האבן זיך צוזאמענגענומען א קאליציע פון מלכים פונעם חוף ים הגדול און זיך ארויס געשטעלט קעגן אים, צווישן זיי ווערן דערמאנט אחאב און בן הדד פון ארם דמשק. טראץ וואס שלמנאסר גרויס אפט זיך איבער זיינע נצחונות האט ער זיי נישט געקענט איינעמען. אויפן שווארצן אובליסק (א מאנומענט מצבה פון נצחונות) וואס געפונט זיך היינט אין בריטישע מוזעום ווערט דערמאנט יהוא בן נמשי - איך האב ערהאלטן די שטייער פון יהוא בן עמרי: זילבער, גאלד, א גאלדענע שיסל, א גאלדענע טעלער, גאלדענע בעכערס, גאלדענע עמערס וכו׳

די מלכי אשור פון די פסוקים

אז מען וויל אנהייבן מיט אן ערשטער מלך אשור פון די פסוקים וואלט געפאסט זיך אנצוהייבן מיטן מלך ננוה פון יונה הנביא, נאר ס׳שטייט נישט דארטן קיין נאמען פונעם מלך, און אפשר איז עס נישט געווען מלך ממש נאר דער שר פון ננוה וואס קען אמאל אנגערופן ווערן מלך, נאר טאמער האנדלט זיך עס פון מלך אשור ממש איז עס בפשטות געווען בימי ירבעם בן יואש מלך ישראל, ווייל יונה האט נביאה געזאגט בימיו ווי ס׳איז משמע פון פסוק: מָ֠לַךְ יָרׇבְעָ֨ם בֶּן־יוֹאָ֤שׁ מֶֽלֶךְ־יִשְׂרָאֵל֙ בְּשֹׁ֣מְר֔וֹן וכו׳ ה֗וּא הֵשִׁיב֙ אֶת־גְּב֣וּל יִשְׂרָאֵ֔ל וכו׳ כִּדְבַ֤ר השם אלוקי יִשְׂרָאֵ֔ל אֲשֶׁ֣ר דִּבֶּ֗ר בְּיַד־עַבְדּ֞וֹ יוֹנָ֤ה בֶן־אֲמִתַּי֙ הַנָּבִ֔יא אֲשֶׁ֖ר מִגַּ֥ת הַחֵֽפֶר.

לויט א בערך׳דיגער חשבון זענען די מלכי אשור בימי ירבעם בן יואש געווען איינע פון די מלכים נאך שלמנאסר דער דריטער, צו ״שמשי-אדד״ דער פיפטער, צו זיין זון ״אדד־ניררי״ דער דריטער וואס האט זיך געפארעט מיט ננוה, ביידע שטארקע מלכים, נאר דער לעצטער דערמאנט יואש מלך ישראל דער פאטער פון ירבעם השני, אין זיינע געדענקסמאל מאנומענטן. גיימער צו נעקסטן, זיין זון שלמנאסר דער פערטער (נאך אלץ נישט שלמנאסר פון פסוק) גאנץ א שוואכער מלך פון וועמען מען זעהט ווייניג געשריבן אין די אשור׳ישע ספרי דברי הימים, נאר דוקא דאס שטימט מיטן אנאנימישקייט פונעם מלך ננוה בימי יונה און קען זיין אן אינדיקאציע אז דאס איז טאקע ער. נאך א פארשלאג איז זיין יורש דער ברידער אשור-דן, אויך א גוטער קאנדידאט ווייל אויך פון אים ווייס מען ווייניג.

עטליכע דורות פון גאנץ שוואכע מלכים זענען אריבער, וואס אין זייערע טעג איז די כוח פון אשור ווידער געווען גאנץ קנאפ, ביז ס׳אויפגעשטאנען תגלת-פלאסר דער דריטער, ער איז שוין יא דער פון פסוק, דא רעדט מען שוין פון א בחור מיט ביינער, א מלך ביפיו, א ריכטיגער מחזיר עטרה ליושנה׳דיג, ער האט זיך ארויס געלאזט אויף א מסע כיבושים און כמעט ווי פארטאפלט די גרויס פון די אשורישע אימפעריע, געגרייכט צו די ווילסטע ווייטסטע פעלקער, געוועלטיגט פון די ארצות החיתים (אנאטאליע) גרייכענדיג כמעט די יוונישע שבטים אינעם מערב ביז די ארצות מדי אינעם היפך׳דיגן מזרח. אשור איז בימיו געווארן דער פיאנער אינעם בקעה (מעסאפאטאמיע) צו שאפן קשר צווישן די מערב מיטן מזרח הרחוקים זה מזה וועלעכע האבן ביז אהער קוים געוואוסט איינע פון צווייטנס עקזיסטענץ.

און דא הייבט זיך אן די היסטאריע פון אשור לויט די פסוקים מיט די שמות המלכים.

לויט די גמרא אין סנהדרין זענען די אלע פאלגענדע שמות מלכי אשור הנזכרים בתנ״ך וואס מיר וועלן באלד ברענגען - נישט עפעס אנדערש ווי פארשידענע נעמען פאר איין מענטש, און דאס איז סנחריב דער באלאגערער פון ירושלים בימי חזקיהו מלך יהודה. מסתמה האבן חז״ל גוטע סיבות אזוי צו זאגן, נאר לויט די געפונסן פון אור אלטע אשורישע שריפטן קומט אויס אז רוב פון די נעמען זענען יא באזונדערע מלכים. וועלן מיר גיין לויט די שריפטן און זיי רעכענען פאר באזונדערע מלכים.



BD0A207F-7D49-4DF3-A949-C242D2A1D881.png


- דער ערשטער תנ״ך׳ישער מלך אשור ״תגלת פלאסר״ (דער דריטער) און זיין באציאונג מיט מלכי יהודה וישראל לויט א כראנאלאגישער סדר אין די פסוקים:


מקור א׳ - ״פול מלך אשור״ (שהוא תגלת פלאסר השלישי) בא בימי מנחם בן גדי ושם אותו למס:

בִּשְׁנַ֨ת שְׁלֹשִׁ֤ים וָתֵ֙שַׁע֙ שָׁנָ֔ה לַעֲזַרְיָ֖ה מֶ֣לֶךְ יְהוּדָ֑ה מָ֠לַ֠ךְ מְנַחֵ֨ם בֶּן־גָּדִ֧י עַל־יִשְׂרָאֵ֛ל עֶ֥שֶׂר שָׁנִ֖ים בְּשֹׁמְרֽוֹן׃ וַיַּ֥עַשׂ הָרַ֖ע בְּעֵינֵ֣י השם… בָּ֣א פ֤וּל מֶֽלֶךְ־אַשּׁוּר֙ עַל־הָאָ֔רֶץ וַיִּתֵּ֤ן מְנַחֵם֙ לְפ֔וּל אֶ֖לֶף כִּכַּר־כָּ֑סֶף לִהְי֤וֹת יָדָיו֙ אִתּ֔וֹ לְהַחֲזִ֥יק הַמַּמְלָכָ֖ה בְּיָדֽוֹ׃ וכו׳ וַיָּ֙שׇׁב֙ מֶ֣לֶךְ אַשּׁ֔וּר וְלֹא־עָ֥מַד שָׁ֖ם בָּאָֽרֶץ׃

מקור ב׳ - תגלת פלאסר / פלנאסר בא בימי פקח מלך ישראל וכבש כמה ערים במלכות ישראל וכל ארץ נפתלי ויגלם אל אשור:

בִּימֵ֞י פֶּ֣קַח מֶֽלֶךְ־יִשְׂרָאֵ֗ל בָּא֮ תִּגְלַ֣ת פִּלְאֶ֘סֶר֮ מֶ֣לֶךְ אַשּׁוּר֒וַיִּקַּ֣ח אֶת־עִיּ֡וֹן וְאֶת־אָבֵ֣ל בֵּֽית־מַעֲכָ֡ה וְאֶת־יָ֠נ֠וֹחַ וְאֶת־קֶ֨דֶשׁ וְאֶת־חָצ֤וֹר וְאֶת־הַגִּלְעָד֙ וְאֶת־הַגָּלִ֔ילָה כֹּ֖ל אֶ֣רֶץ נַפְתָּלִ֑י וַיַּגְלֵ֖ם אַשּֽׁוּרָה׃

מקור ג׳: תגלת-פלנאסר (פלאסר) האט פארטריבן פון די בני ראובן

אֲשֶׁ֣ר הֶגְלָ֔ה תִּלְּגַ֥ת פִּלְנְאֶ֖סֶר מֶ֣לֶךְ אַשֻּׁ֑ר וכו׳ נָשִׂ֖יא לָרֽאוּבֵנִֽי

מקור ד׳: תגלת-פלאסר בא על פי בקשת אחז מלך יהודה להצילו מיד ארם והגלה את ארם אל ארץ קיר

וַיִּשְׁלַ֨ח אָחָ֜ז מַלְאָכִ֗ים אֶל־תִּ֠גְלַת פְּלֶ֤סֶר מֶֽלֶךְ־אַשּׁוּר֙ לֵאמֹ֔ר עַבְדְּךָ֥ וּבִנְךָ֖ אָ֑נִי עֲלֵ֨ה וְהוֹשִׁעֵ֜נִי מִכַּ֣ף מֶֽלֶךְ־אֲרָ֗ם וּמִכַּף֙ מֶ֣לֶךְ יִשְׂרָאֵ֔ל הַקּוֹמִ֖ים עָלָֽי: וַיִּקַּ֨ח אָחָ֜ז אֶת־הַכֶּ֣סֶף וְאֶת־הַזָּהָ֗ב הַנִּמְצָא֙ בֵּ֣ית יְהוָ֔ה וּבְאֹֽצְר֖וֹת בֵּ֣ית הַמֶּ֑לֶךְ וַיִּשְׁלַ֥ח לְמֶֽלֶךְ־אַשּׁ֖וּר שֹֽׁחַד: וַיִּשְׁמַ֤ע אֵלָיו֙ מֶ֣לֶךְ אַשּׁ֔וּר וַיַּעַל֩ מֶ֨לֶךְ אַשּׁ֤וּר אֶל־דַּמֶּ֨שֶׂק֙ וַֽיִּתְפְּשֶׂ֔הָ וַיַּגְלֶ֖הָ קִ֑ירָה וְאֶת־רְצִ֖ין הֵמִֽית

- דער צווייטער תנ״ך׳ישער מלך אשור, שלמנאסר (דער פיפטער)

לויט די היסטאריקער איז זיין אמת׳ער נאמען געווען אולוליו (עס זענען געווען אפאר באקאנטע קעניגליכע נעמען וועלעכע האבן געטראגן קרוינליכע באדייטן און מלכים האבן חוץ זייערע פריוואטע נעמען זיך צוגעלייגט א ״קעניגליכער״ נאמען) שלמנאסר דער פיפטער איז געווען א זון פון תגלת-פלאסר דער דריטער.

מקור א׳: שלמנאסר בא בימי הושע בן אלה מלך ישראל ושם אותו למס

בִּשְׁנַת֙ שְׁתֵּ֣ים עֶשְׂרֵ֔ה לְאָחָ֖ז מֶ֣לֶךְ יְהוּדָ֑ה מָ֠לַךְ הוֹשֵׁ֨עַ בֶּן־אֵלָ֧ה בְשֹׁמְר֛וֹן עַל־יִשְׂרָאֵ֖ל תֵּ֥שַׁע שָׁנִֽים׃ וַיַּ֥עַשׂ הָרַ֖ע בְּעֵינֵ֣י השם רַ֗ק לֹ֚א כְּמַלְכֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל אֲשֶׁ֥ר הָי֖וּ לְפָנָֽיו׃ עָלָ֣יו עָלָ֔ה שַׁלְמַנְאֶ֖סֶר מֶ֣לֶךְ אַשּׁ֑וּר וַֽיְהִי־ל֤וֹ הוֹשֵׁ֨עַ֙ עֶ֔בֶד וַיָּ֥שֶׁב ל֖וֹ מִנְחָֽה׃

יוסף בן מתתיהו אין זיין ספר קדמוניות (דער ארגינעלער יוסיפין געשריבן אין גריכיש) שרייבט אז ער האט פראבירט איינצונעמען די שטאט צור נאר אן ערפאלג, דאס האט געברענגט דערצו אז הושע בן אלה מלך ישראל האט מזלזל געווען אין אים, און ער האט געמאכט א בונד מיט סוא מלך מצרים.

מקור ב׳: שלמנאסר תופס את הושע בן אלה מלך ישראל ושם אותו בבית הכלא

וַיִּמְצָא֩ מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֨וּר בְּהוֹשֵׁ֜עַ קֶ֗שֶׁר אֲשֶׁ֨ר שָׁלַ֤ח מַלְאָכִים֙ אֶל־ס֣וֹא מֶֽלֶךְ־מִצְרַ֔יִם וְלֹא־הֶעֱלָ֥ה מִנְחָ֛ה לְמֶ֥לֶךְ אַשּׁ֖וּר כְּשָׁנָ֣ה בְשָׁנָ֑ה וַֽיַּעַצְרֵ֨הוּ֙ מֶ֣לֶךְ אַשּׁ֔וּר וַיַּאַסְרֵ֖הוּ בֵּ֥ית כֶּֽלֶא׃

מקור ג׳: שלמנאסר באלאגערט שומרון

וַיֵּֽלְכוּ֙ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל בְּכׇל־חַטֹּ֥אות יָרׇבְעָ֖ם אֲשֶׁ֣ר עָשָׂ֑ה לֹא־סָ֖רוּ מִמֶּֽנָּה׃עַ֠ד אֲשֶׁר־הֵסִ֨יר השם אֶת־יִשְׂרָאֵל֙ מֵעַ֣ל פָּנָ֔יו כַּאֲשֶׁ֣ר דִּבֶּ֔ר בְּיַ֖ד כׇּל־עֲבָדָ֣יו הַנְּבִיאִ֑ים וַיִּ֨גֶל יִשְׂרָאֵ֜ל מֵעַ֤ל אַדְמָתוֹ֙ אַשּׁ֔וּרָה עַ֖ד הַיּ֥וֹם הַזֶּֽה׃

וַֽיְהִ֞י בַּשָּׁנָ֤ה הָֽרְבִיעִית֙ לַמֶּ֣לֶךְ חִזְקִיָּ֔הוּ הִ֚יא הַשָּׁנָ֣ה הַשְּׁבִיעִ֔ית לְהוֹשֵׁ֥עַ בֶּן־אֵלָ֖ה מֶ֣לֶךְ יִשְׂרָאֵ֑ל עָלָ֞ה שַׁלְמַנְאֶ֧סֶר מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֛וּר עַל־שֹׁמְר֖וֹן וַיָּ֥צַר עָלֶֽיהָ׃ וַֽיִּלְכְּדֻ֗ה מִקְצֵה֙ שָׁלֹ֣שׁ שָׁנִ֔ים בִּשְׁנַת־שֵׁ֖שׁ לְחִזְקִיָּ֑ה הִ֣יא שְׁנַת־תֵּ֗שַׁע לְהוֹשֵׁ֨עַ֙ מֶ֣לֶךְ יִשְׂרָאֵ֔ל נִלְכְּדָ֖ה שֹׁמְרֽוֹן׃

- דער דריטער תנ״ך׳ישער מלך אשור, סרגון (דער צווייטער)

סרגון דער צווייטער איז געווען א ברודער פון שלמנאסר דער פיפטער און זון פון תגלת פלאסר דער דריטער. לויט די אשור׳ישע שריפטן איז סרגון געווען נישט קיין קליינער מאכער, ער האט זיך געבויט א גענצליך נייער הויפט שטאט מיטן נאמען ״דור-שרוכין״, א שטאט וואס מיר זעהן נישט אין פסוק. נאר קוים וואס סרגון אליינס ווערט דערמאנט אין פסוק מיטן נאמען, בלויז איינמאל אין ישעיהו, וואו ער דערציילט אז ער איז געקומען קיין אשדוד (פלישתים) און איר איינגענומען.

פון די אשורישע ספרי דברי הימים המכונים ״אנאלן״ איז משמע אז ער איז געווען דער וואס האט צוגעענדיגט זיין ברודערס ארבעט מיטן איינעמען שומרון און ער איז געווען דער וואס האט פארטריבן די עשרת השבטים צום אומבאוואוסטן. אז מען קוקט טאקע אין די פסוקים ביי די צווייטע האלב פון די מעשה זעהט מען מלך אשור אן קיין נאמען, איז יתכן אז די פסוקים זענען מכוון צו אט דער סרגון דער צווייטער בן שלמנסר השלישי.

מקור א׳: מלך אשור נעמט איין גאנץ מלכות ישראל און פארשיקט אירע איינוואוינער

וַיַּ֥עַל מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֖וּרבְּכׇל־הָאָ֑רֶץ וַיַּ֨עַל֙ שֹׁמְר֔וֹן וַיָּ֥צַר עָלֶ֖יהָ שָׁלֹ֥שׁ שָׁנִֽים בִּשְׁנַ֨ת הַתְּשִׁיעִ֜ית לְהוֹשֵׁ֗עַ לָכַ֤ד מֶֽלֶךְ־אַשּׁוּר֙ אֶת־שֹׁ֣מְר֔וֹן וַיֶּ֥גֶל אֶת־יִשְׂרָאֵ֖ל אַשּׁ֑וּרָה וַיֹּ֨שֶׁב אֹתָ֜ם בַּחְלַ֧ח וּבְחָב֛וֹר נְהַ֥ר גּוֹזָ֖ן וְעָרֵ֥י מָדָֽי׃

וַיֶּ֧גֶל מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֛וּר אֶת־יִשְׂרָאֵ֖ל אַשּׁ֑וּרָה וַיַּנְחֵ֞ם בַּחְלַ֧ח וּבְחָב֛וֹר נְהַ֥ר גּוֹזָ֖ן וְעָרֵ֥י מָדָֽי׃ עַ֣ל אֲשֶׁ֣ר לֹֽא־שָׁמְע֗וּ בְּקוֹל֙ השם אלוקיהם וַיַּעַבְרוּ֙ אֶת־בְּרִית֔וֹ אֵ֚ת כׇּל־אֲשֶׁ֣ר צִוָּ֔ה מֹשֶׁ֖ה עֶ֣בֶד השם וְלֹ֥א שָׁמְע֖וּ וְלֹ֥א עָשֽׂוּ׃

מקור ב׳: מלך אשור ברענגט די כותים און אנדערע פעלקער קיין שומרון צו ערזעצן די עשרת השבטים

וַיָּבֵ֣א מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֡וּר מִבָּבֶ֡ל וּ֠מִ֠כּוּתָה וּמֵעַוָּ֤א וּמֵֽחֲמָת֙ וּסְפַרְוַ֔יִם וַיֹּ֨שֶׁב֙ בְּעָרֵ֣י שֹֽׁמְר֔וֹן תַּ֖חַת בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל וַיִּֽרְשׁוּ֙ אֶת־שֹׁ֣מְר֔וֹן וַיֵּֽשְׁב֖וּ בְּעָרֶֽיהָ

מקור ג׳: סרגון נעמט איין אשדוד (פון די פלישתים)

בִּשְׁנַ֨ת בֹּ֤א תַרְתָּן֙ (שר צבא) אַשְׁדּ֔וֹדָה בִּשְׁלֹ֣חַ אֹת֔וֹ סַֽרְג֖וֹןמֶ֣לֶךְ אַשּׁ֑וּר וַיִּלָּ֥חֶם בְּאַשְׁדּ֖וֹד וַֽיִּלְכְּדָֽהּ׃

- דער פערטער תנ״ך׳ישער מלך אשור - סנחריב

סנחריב איז דער זון פון סרגון דער צווייטער, און ער איז די מערסט באוואוסטער נאמען פון צווישן אלע מלכי אשור. אויך לויט די אשור׳ישע שריפטן איז ער געווען א נישט קליינער מאכער, ער האט איבער געבויט די אלטע שטאט ננוה אויף אן אבנארמאלער פראכטפולער פארנעם, ער האט זיך געבויט א פאלאץ פון הונדערט צימערן וואס ער האט גערופן שני-לא-יש (שניליש - מגזרת ״אין שני לו״). זיין נאמען סנחריב פארמאגט אן אשורישער באדייט: סן (לבנה גאט) - אח (ברודער) ערוב (מלשון ערבות). נאר די גמרא זאגט א נוטריקון אויף זיין נאמען: שיחתו-ריב, ווייל ער איז געווען א קריגערישער.

סנחריב באלאגערט ירושלים (די מעשה ווערט איבערגע׳חזר׳ט דריי מאל אין תנ״ך מיט שינוי פרטים)

וּבְאַרְבַּע֩ עֶשְׂרֵ֨ה שָׁנָ֜ה לַמֶּ֣לֶךְ חִזְקִיָּ֗ה עָלָ֞ה סַנְחֵרִ֤יבמֶֽלֶךְ־אַשּׁוּר֙ עַ֣ל כׇּל־עָרֵ֧י יְהוּדָ֛ה הַבְּצֻר֖וֹת וַֽיִּתְפְּשֵֽׂם׃ וַיִּשְׁלַ֣ח חִזְקִיָּ֣ה מֶֽלֶךְ־יְהוּדָ֣ה אֶל־מֶֽלֶךְ־אַשּׁוּר֩ לָכִ֨ישָׁה ׀ לֵאמֹ֤ר ׀ חָטָ֨אתִי֙ שׁ֣וּב מֵֽעָלַ֔י אֵ֛ת אֲשֶׁר־תִּתֵּ֥ן עָלַ֖י אֶשָּׂ֑א וַיָּ֨שֶׂם מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֜וּר עַל־חִזְקִיָּ֣ה מֶֽלֶךְ־יְהוּדָ֗ה שְׁלֹ֤שׁ מֵאוֹת֙ כִּכַּר־כֶּ֔סֶף וּשְׁלֹשִׁ֖ים כִּכַּ֥ר זָהָֽב׃ וַיִּתֵּן֙ חִזְקִיָּ֔ה אֶת־כׇּל־הַכֶּ֖סֶף הַנִּמְצָ֣א בֵית־השם וּבְאֹצְר֖וֹת בֵּ֥ית הַמֶּֽלֶךְ׃

וַיִּשְׁלַ֣ח מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֡וּר אֶת־תַּרְתָּ֥ן וְאֶת־רַב־סָרִ֣יס ׀ וְאֶת־רַב־שָׁקֵ֨ה מִן־לָכִ֜ישׁ אֶל־הַמֶּ֧לֶךְ חִזְקִיָּ֛הוּ בְּחֵ֥יל כָּבֵ֖ד יְרוּשָׁלִָ֑ם וַֽיַּעֲלוּ֙ וַיָּבֹ֣אוּ יְרוּשָׁלִַ֔ם וַיַּעֲל֣וּ וַיָּבֹ֗אוּ וַיַּֽעַמְדוּ֙ בִּתְעָלַת֙ הַבְּרֵכָ֣ה הָֽעֶלְיוֹנָ֔ה אֲשֶׁ֕ר בִּמְסִלַּ֖ת שְׂדֵ֥ה כוֹבֵֽס׃

וַיְהִי֮ בַּלַּ֣יְלָה הַהוּא֒ וַיֵּצֵ֣א ׀ מַלְאַ֣ךְ השם וַיַּךְ֙ בְּמַחֲנֵ֣ה אַשּׁ֔וּר מֵאָ֛ה שְׁמוֹנִ֥ים וַחֲמִשָּׁ֖ה אָ֑לֶף וַיַּשְׁכִּ֣ימוּ בַבֹּ֔קֶר וְהִנֵּ֥ה כֻלָּ֖ם פְּגָרִ֥ים מֵתִֽים׃ וַיִּסַּ֣ע וַיֵּ֔לֶךְ וַיָּ֖שׇׁב סַנְחֵרִ֣יב מֶֽלֶךְ־אַשּׁ֑וּר וַיֵּ֖שֶׁב בְּנִֽינְוֵֽה׃ וַיְהִי֩ ה֨וּא מִֽשְׁתַּחֲוֶ֜ה בֵּ֣ית ׀ נִסְרֹ֣ךְ אֱלֹהָ֗יו וְֽאַדְרַמֶּ֨לֶךְ וְשַׂרְאֶ֤צֶר (בָּנָיו֙) הִכֻּ֣הוּ בַחֶ֔רֶב וְהֵ֥מָּה נִמְלְט֖וּ אֶ֣רֶץ אֲרָרָ֑ט

דער אפגאט נסרוך זאגט די גמרא איז מלשון נתר - א ברעט, ווייל דאס איז געווען א ברעט פון תיבת נוח. חוקרים זיכן דעם גאט אינעם אשורישן פאנטעאן (פמליא פון געטער) צווישן זייערע שריפטן, טייל זאגן דאס איז דער הויפט אפגאט פון דער אור אלטער בבלישער שטאט ניפור, וואס איר גאט הייסט נינורטא נאר די פסוק איז משנה שם לגנאי, אנדערע זאגן ס׳איז פון נמרוד, ווייל אויך א גאט מיט דעם נאמען האט אשור פארמאגט.

אין ילקוט מעם לועז ווערט געברענגט אז דער ״בניו״ איז בלויז אין קרי און נישט כתוב ווייל זיי זענען געווען לייטיש און פון זיי איז ארויס שמעיה ואבטליון, און אדר-מלך איז מלשון הדר-מלך, און שראצר מלשון שר-אוצר התורה. אפילו א ציון המציינת איז דא פון די צוויי, אין ספר ״מסע דפלסטינא״ פון ר׳ שמואל בר שמשון מסוף תקופת הראשונים ברענגט ער א מסורה אז אין גוש חלב געפונען זיך די קברי שמעיה ואבטליון ״ובצידם קברי אדרמלך ושראצר״. אויך אנדערע נוסעים קדמונים ווי מנחם החברוני, יעקב השליח (תלמיד הרמב״ן), אשתורי הפרחי, ברענגען דעם מסורה.

- דער פיפטער תנ״ך׳ישער מלך אשור - אסר-חדון

אסרחדון איז געווען דער יונגסטער צווישן די ברודער, ער איז געווען מצד אחד א נזיר א בעל דמיון, א יושב בתענתים און גרויסער פרעגער ביי מכשפים, און מצד שני א מאכטפולער כובש, ער האט געברענגט די אשורישע אימפעריע צו נייע שטאפלען, ער איז דער איינציגסטער אשורישער מלך וואס האט מצליח געווען איינצונעמען חלקים אזש פון זיין גרעסטער קאנקורענץ - מצרים, מצרים איז צום ערשטן מאל אין די היסטאריע זינט טויזנטע יארן באזיגט געווארן. אסרחדון האט ווי דער מנהג אבותיו אויך די חשובי מצרים פארטריבן פון זייער לאנד, און זיי געפירט קיין צפון. למעשה איז זיין תקופה געווען די רואיגסטע תקופה פון די אשורישע אימפעריע בדומה ווי ימי שלמה המלך ביי אונז.

מקור א׳: אסר-חדון נעמט איבער די כסא מלוכה

וַיִּמְלֹ֛ך אֵֽסַר־חַדֹּ֥ן בְּנ֖וֹ תַּחְתָּֽיו׃

מקור ב׳: די כותים ווילן העלפן בויען דעם בית המקדש זאגנדיג אז א דאנק אסרחדון וואס האט זיי אהער געברענגט זענען זיי אויך אידן

וַֽיִּשְׁמְע֔ו צָרֵ֥י יְהוּדָ֖ה וּבִנְיָמִ֑ן כִּֽי־בְנֵ֤י הַגּוֹלָה֙ בּוֹנִ֣ים הֵיכָ֔ל לשם וכו׳ וַיִּגְּשׁ֨וּ אֶל־זְרֻבָּבֶ֜ל וכו׳ וַיֹּאמְר֤וּ לָהֶם֙ נִבְנֶ֣ה עִמָּכֶ֔ם, כִּ֣י כָכֶ֔ם נִדְר֖וֹשׁ לֵֽאלֹהֵיכֶ֑ם וְל֣וֹ אֲנַ֣חְנוּ זֹבְחִ֗ים מִימֵי֙ אֵסַ֤ר חַדֹּן֙ מֶ֣לֶךְ אַשּׁ֔וּר הַמַּעֲלֶ֥ה אֹתָ֖נוּ פֹּֽה.

- א מעגליכער זעקסטער מלך אשור אין תנ״ך - אסנפר - רבא ויקירא

כידוע האבן די בני שיבת ציון בימי עזרא געליטן פון די צרי יהודה וואס מיר האבן שוין אויבן באגעגנט, זיי זענען געווען די כותים וועלעכע זענען באזעצט געווארן אין שומרון אנשטאט די עשרת השבטים. שטייט אין עזרא אז די צרי יהודה האבן זיך צאמגענומען און אפגעשריבן א בריוו צו ארתחששתא מלך פרס, רעכנט די פסוק אויס די גרופעס וועלעכע האבן גע׳חתם׳עט אויפן בריוו, פערסישע, בבלישע וכו׳ - וּשְׁאָ֣ר אֻמַּיָּ֗א דִּ֤י הַגְלִי֙ אׇסְנַפַּר֙ רַבָּ֣א וְיַקִּירָ֔א וְהוֹתֵ֣ב הִמּ֔וֹ בְּקִרְיָ֖ה דִּ֣י שָׁמְרָ֑יִן וּשְׁאָ֥ר עֲבַֽר־נַהֲרָ֖ה וּכְעֶֽנֶת.

ווער איז דער אסנפר רבא? ווי אויבן דערמאנט איז דאס סנחריב לויט די גמרא, ווייל לויט די גמרא זענען די אלע נעמען פון מלכי אשור פארבינדן מיט די כיבוש ארץ ישראל איין און דער זעלבער מענטש. נאר ווידער איז דא אן אקאדעמישער מיינונג וואס טענה׳ט אז דאס איז דער יונגסטער זון און יורש עצר פון אסר-חדון, און דאס איז דער בארומטער מלך ״אשור-בניפל״, דער וואס האט אויפגעשטעלט אין ננוה די גרעסטע ביבליאטעק וואס די וועלט האט ביז דאן געוואוסט, וואס א דאנק די איבערבלייבענישן פון דער ביבליאטעק ווייסן מיר היינט היסטארישע געשעענישן און אלטערטימליכע סיפורי מעשיות, וואס איז געווען גאר באקאנט אין די אור אלטע צייטן, ווי די סיפור בראשית פון די בבליים, סיפור המבול לויט זייער גירסה ועוד ועוד, וואס ווען נישט דער ביבליאטעק וואלט די אינפארמאציע קיינמאל נישט אנגעקומען צו אונז. דאס אלץ איז צו פארדאנקען דעם מלך אשורבניפל וואס מאנכע זאגן אז דאס איז דער אסנפר דערמאנט אין עזרא. פון וואנעט דער חוקר אלמוני נעמט דער צוזאמענשטעל איז מיר נישט ידוע, מסתם האט ער טעמו ונימוקו, נאר ס׳וועט לויט דער שיטה זיין שווער צו פארשטיין ווי עס קומט זיך אשורבניפל צו זיין דער וואס האט געברענגט די כותים קיין שומרון, דאס האט דאך פאסירט עטליכע דורות פאר אים, נאר אפשר האט די פעלקער אויסטוישעריי אנגעהאלטן עטליכע דורות. תשבי יתרץ קשיות ואיבעית.

פון דא און ווייטער האט אשור׳ס מאכט צוביסליך אנגעהויבן אראפ צוגיין, ביז איר גענצליכע צוזאמענפאל און איינעמונג פון נבוכדנצר מלך בבל וועלעכער האט צוריק פארוואנדלט בבל אלץ דער גרויס מאכט, דאס מאל ירש׳נענדיג אזא פעטן אימפעריע ווי אשור. דער נאמען אשור איז אבער נישט אינגאנצן פארלוירן געווארן, ער איז פארוואנדלט געווארן אין ״סוריא״ וואס שטאמט פונעם נאמען אשור, כאטש סוריה הערשט בעיקר אויך די שטחים פון דעם אמאליגן ארם. אויך די קריסטן פון היינטיגן עיראק רופן זיך, די אשור׳ישע קריסטן, און זיי דאווענען אין אראמיש עד היום הזה. נאר אין גרויסן בילד - טראץ די צרות וואס זיי האבן אנגעמאכט מהשם יצא -קען מען זאגן אויפן גאנצן אשור׳ישן קעניגרייך - שם רשעים ירקב
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top