מנהלים אין מיידל שולעס

לכאורה קומט עס פין די געדאנקענגאנג, אז אין סומכין על אשה, אין כדי צי זיכער מאכן, אז אלעס ווערט געפירט אויף די ריכטיגע וועג, מיז דוקא זיין א מאן בראש

איך זע פערצופאל נישט די גרויסע פרובלעם מיט דעם, למעשה קען אפשר זיין גיט, אויך צי האבן א מאן involved, עכ"פ אונז האבן זיכער גרעסערע פרובלעמען פארדעם

די חלק וואס שטייט אין אבן העזר (בהל' ייחוד) איז נישט אזוי נוגע דא לפענ"ד, ווייל ער איז נישט קיין שומר, ער ארבעט סך הכל אין די אפיס, אין פירט אן מיט די operation
 
לעצט רעדאגירט:
Wow, די שנירל רייצט מיר צו שרייבן אן ארטיקל אריינצושמייסן אין די מהלך המחשבה אבער איך האב נישט די געדולד דערצו.
 
נישט די דירעקציע וואס דו טראכסט...
 
לכאורה קומט עס פין די געדאנקענגאנג, אז אין סומכין על אשה, אין כדי צי זיכער מאכן, אז אלעס ווערט געפירט אויף די ריכטיגע וועג, מיז דוקא זיין א מאן בראש

איך זע פערצופאל נישט די גרויסע פרובלעם מיט דעם, למעשה קען אפשר זיין גיט, אויך צי האבן א מאן involved, עכ"פ אונז האבן זיכער גרעסערע פרובלעמען פארדעם

די חלק פין הלכות ייחוד איז נישט אזוי נוגע דא לפענ"ד, ווייל ער איז נישט קיין שומר, ער ארבעט סך הכל אין די אפיס, אין פירט אן מיט די operation
א שומר וואס די הלכה רעדט איז לכאורה נישט אלס איסור יחוד נאר כמבואר אלס אין אפוטרופוס לעריות.
מיין שאלה איז בנוגע א מנהל וואס טוט מער ווי זיצן אין א אפיס, ער רעדט דרשות פאר די מיידלעך ושמעתי אז אין אלע סאטמערע סקולס רעדט די מנהל פאר די מיידלך אן קיין מחיצה.
והמנהל שהעמיד רבי יואל ז"ל בסקול ידע אישית את כל הילדות.
און פון ווי נעמסטו די סטעיטמענט "אין סומכין על אשה"? און אפשר זאל מען האבן מענער טיטשערס לפי זה?
 
ס'דא א גרויסע חילוק צווישן די צוויי זאכן,

עיין בגמרא יבמות דף צ' אז בי"ד מתנין לעקור דבר מן התורה איז דוקא בשב ואל תעשה (למשל נישט בלאזן שופר אום שבת), אבער בקום ועשה האט בית דין נישט קיין כח! בית דין (און כל שכן א איינצלנע רב/רבי) קען דיך נישט זאגן: האב חתונה מיט א נדה, אדער זיי עובר בקום ועשה אויף סיי וועלכע איסור
אויב ס'וועט זיין א שטארקע צורך פאר רבנים און ס'וועט זיי העלפן האבן מער power צו מתיר זיין א קום ועשה אזוי ווי א נידה וועלן זיי עס זיכער טון.
 
א שומר וואס די הלכה רעדט איז לכאורה נישט אלס איסור יחוד נאר כמבואר אלס אין אפוטרופוס לעריות.
מיין שאלה איז בנוגע א מנהל וואס טוט מער ווי זיצן אין א אפיס, ער רעדט דרשות פאר די מיידלעך ושמעתי אז אין אלע סאטמערע סקולס רעדט די מנהל פאר די מיידלך אן קיין מחיצה.
והמנהל שהעמיד רבי יואל ז"ל בסקול ידע אישית את כל הילדות.
און פון ווי נעמסטו די סטעיטמענט "אין סומכין על אשה"? און אפשר זאל מען האבן מענער טיטשערס לפי זה?
איך האב נישט געמיינט אלס הלכות ייחוד, איך האב נאר מציין געווען אז ס'שטייט דארט, איר זענט גערעכט ס'איז נישט אלס ייחוד ממש

די סטעיטמענט "אין סומכין על אשה", איז נישט דוקא א הלכה'דיגע סטעיטמענט, ס'איז א געדאנקענגאנג. (פארשטייט זיך, אז אויב מ'וויל דוקא, קען מען טרעפען מקורות בהלכה וואס שטימען מיט די גענקענגאנג, איך האב אבער בכלל נישט גערעדט מצד הלכה)
 
לעצט רעדאגירט:
@טשאדעלע באדעלע האט אמאל געברענגט אויף ק''ש א בילד ווי ר' הערץ שרייט אהן א מיידעלע
(כהיום, קען מען עס נישט זעהן דארט, איך ווייס נישט פארוואס)

אפשר לייגסטו עס איבער לטובת הענין
 
@טשאדעלע באדעלע האט אמאל געברענגט אויף ק''ש א בילד ווי ר' הערץ שרייט אהן א מיידעלע
(כהיום, קען מען עס נישט זעהן דארט, איך ווייס נישט פארוואס)

אפשר לייגסטו עס איבער לטובת הענין
1000518326.jpg
 
I am not justifying it
אבער איך פארשטיי נישט די גרויסע תמיהא דא, עס איז א איינגעפירטע זאך ביי כמעט אלע הויך שולעס, חסידיש, ליטוויש, אמעריקאניש, מאדערן, סעמינארן וכדומה
צו עס איז נארמאל אדער נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער וואס וויל מען דייקא פון סאטמאר ? אה ווייל זיי טענה'ן אז זיי זענען שטארק צניעות'דיג, יעדער האלט דאך אז "זיין מוסד" איז אויסגעהאלטען לשיטתו
 
אלע חסידישע מוסדות דרייען זיך מנהלים זכרים מיט די מיידלעך? מעורר די מיידלך איבער צניעות? אויב יא איז א טענה אויף אלע.
 
ס’איז שוין העכסט צייט אויפצונעמען פרויען / רעבעצינ’ס "משגיחות" אין די ישיבות גדולות וואס זאלן מעורר זיין די בחורים אויף שמירת הברית...
 
Back
Top