Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ירון ראובן האקט שוין פאר א לענגערע צייט אויף הרב פרידמאן, עס זעהט אויס ווי ער פראבירט דערמיט צי ווערן מער פאפולער, בכלל איז זיין אינהאלט וואס ער פרעדיגט אנגעפילט מיט ראדיקאליזם, ער האלט זייער פון גיהנום .ר׳ יוסף מזרחי איז אויך שארף קעגן ר׳ מאניס. אינטערעסאנט, איך האב מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א ווידיאו ווי א קריסט איז אויך זייער בייז אויף זיינע שיטות (זעה בייגעלייגט). ער פארלייגט זיך דארט אויף א סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט, אז גאט ברויך אונז מער ווי אונז ברויכן איהם, וואס איז אביסל קאנטראווירסיאל לענ״ד, ברויך מען אבער וויסן אין וועלכע קאנטעקסט ער האט עס געזאגט.אויב דו ביסט שוין אנגעקומען צו דעם ביכל גלייב איך אז דו ווייסט ווער ר' מאניס פריעדמאן איז. רבי מאניס פריעדמאן איז א חב״ד'סקער רב, מחבר, און א וועלט-בארימטער רעדנער און פילאסאף, וועלכער איז שטארק פאפולער פאר זיינע דרשות איבער אידישקייט, באציאונגען און לעבנס-פראגן. ער הייסט צוזיין די מערסט געהערטע ראביי אויף יוטוב.
ער האט ארויסגעגעבן א ביכל מיטן קעפל לא בקשתי לבוא לעולם, מיט א אידישע פילאזאפיע געבויעט אויף קבלה און חסידות. אפאר ספרד'ישע בעלי תשובה מאכער'ס האבן באשלאסן אז וואס שטייט דארט איז כפירה און ארויסגעגעבן א בוך דערקעגן מיטן נאמען חבל שבאת לעולם. זיי האבן אויך ארויסבאקומען א רעקארדינג פון ר' אהרן פעלדמאן אז דאס איז כפירה (א ליטוואק אויף חסידות).
דא זענען ביידע ביכער
dokumen.pub_9789652014467.pdf
חבל שבאת לעולם לאתר-1 CHAVAL SHEBATA LAOLAM INTERNET VERSION-1.pdf
ס'איז אינטרעסאנט װי דער קריסטשען זאגט אזױ גוט ארױס דער סעמיטישער חית. נאר װאס איך מיטשע מיך צופארשטײן איז פארװאס די אלע סארט אפאלעדזשעטיקער האבן אזא אישו מיט הומאר... קען זײן װײל זײ קענען נישט.
איך מיין אז דעי צודרייטער איז א געווזענער חבדסקערירון ראובן האקט שוין פאר א לענגערע צייט אויף הרב פרידמאן, עס זעהט אויס ווי ער פראבירט דערמיט צי ווערן מער פאפולער, בכלל איז זיין אינהאלט וואס ער פרעדיגט אנגעפילט מיט ראדיקאליזם, ער האלט זייער פון גיהנום .ר׳ יוסף מזרחי איז אויך שארף קעגן ר׳ מאניס. אינטערעסאנט, איך האב מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין א ווידיאו ווי א קריסט איז אויך זייער בייז אויף זיינע שיטות (זעה בייגעלייגט). ער פארלייגט זיך דארט אויף א סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט, אז גאט ברויך אונז מער ווי אונז ברויכן איהם, וואס איז אביסל קאנטראווירסיאל לענ״ד, ברויך מען אבער וויסן אין וועלכע קאנטעקסט ער האט עס געזאגט.
View: https://youtu.be/XpQmRk0_uY8?si=ZYCXZUCEmlWaMbc0