מקורות און אויטאריטעטן: דער פסיכאלאגישער דורכבראך (די וועלט, דער מענטש און אידישקייט - ב')

די וועלט, דער מענטש און אידישקייט - חלק ב': מקורות און אויטאריטעטן; דער פסיכאלאגישער דורכבראך

אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מיר ארומגערעדט וועגן דעם וועלטבאנעם וואס יעדער ירש'נט פון זיין ערציאונג, און וועגן דעם מאמענט פון שכל'דיגער אויפוואכונג ווען מען אנערקענט אז אט די השקפת־עולם און רעפרעזענטאציע פון רעאליטעט איז לאו־דווקא א פארלעסליכע שילדערונג פון די פאקטן פון עקזיסטענץ. אינעם יעצטיגן ארטיקל וועלן מיר מרחיב זיין וועגן דעם נושא פון וועלטבאנעמען און זייערע מקורות און זיך פארטיפן אביסל מער אינעם פענאמען פון שכל'דיגער אויפוואכונג.

ווי געשמועסט, איז דער מקור פון יעדנ'ס ערשטן וועלטבאנעם זיין ערציאונג. זיין סביבה און זיינע ערציער זענען פאר אים זיינע מקורות און זיינע אויטאריטעטן אויף אלע עפיסטאמאלאגישע שאלות, ווי וואס איז אמת און וואס שקר, וואס עקזיסטירט און וואס נישט, וואס זענען אנדערע פארלעסליכע מקורות פון וויסן און וואס נישט, אא"וו. אז דער מענטש וואקסט און קומט צום אייגענעם שכל, אויב גייט ער נישט דורך קיין ראדיקאלע שכל'דיגע אויפוואכונג (ווי באשריבן אין פאריגן ארטיקל), דאן, הגם אז זיין וועלטבאנעם אנטוויקלט זיך און זיינע עפיסטעמאלאגישע מקורות פארברייטערן זיך, מוזן זיי נישט קומען אויפן חשבון פון זיינע קינדהייטס מקורות און אויטאריטעטן, וויבאלד די שפעטערדיגע זענען נישט סותר די פריערדיגע, נאר זיי זענען זיי משלים און פארברייטערן זיי. נאכמער, מען קען אפילו אנקוקן די מקורות און אויטאריטעטן פונעם דערוואקסענעם אלס די אומפארמיטלטע (דירעקטע) מקורות פון זיינע קינדהייטס אויטאריטעטן גופא. ד.ה אז דאס קינד, ווען ער וואקסט אונטער און קומט צום אייגענעם זינען, באקענט ער זיך פון דער נאענט און אומפארמיטלט מיט די מקורות פון זיינע ערציער, אזוי אז אנשטאט אז זיי זאלן אים זיין צווייטהאנטיגע מקורות פון וויסן, גייט ער גראד צו זייערע מקורות און מאכט זיי פאר זיינע אייגענע.

צב"ש, א קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין א חרדי'שער סביבה מיט א שטרענג־ארטאדאקסישער דערציאונג, ווערט באגאבט מיט א וועלטבאנעם באזירט אויף דער קלאסישער חרדי'שער ליטעראטור, פון דער גמרא ביזן חפץ־חיים. אלס קינד, זענען די מקורות און אויטאריטעטן פון זיין וועלטבאנעם זיינע עלטערן און מחנכים, און ווען ער וואקסט אונטער – על הצד אז ער גייט נישט דורך קיין ראדיקאלע שכל'דיגע אויפוואכונג – וועלן זיינע מקורות שוין נישט זיין זיינע ערציער, נאר די אומפארמיטלטע מקורות פון זיינע ערציער זעלבסט, ווי די גמרא, דער חפץ־חיים אא"וו. און אפילו אז ער וועט איבערשטייגן זיינע ערציער אין בקיאות און חריפות, אדער אז ער וועט צוקומען צו עטוואס אנדערע מסקנות אין געוויסע ספעציפישע אפטייטשונגען פון הלכה אדער השקפה, מיינט דאס נאכנישט אז זיין וועלטבאנעם איז אן אנדערער, אדער אז זיינע עפיסטעמאלאגישע מקורות און אויטאריטעטן זענען אנדערע, דערפאר ווייל עס איז דא א קלארער, אומאפגעבראכענער המשך צווישן זיין יוגנט־וועלטבאנעם און זיין דערוואקסענעם, צווישן די עפיסטעמאלאגישע מקורות פון זיין קינדהייט און זיינע יעצטיגע אויטאריטעטן.

אזא איינער וועט זיך מעגליך קיינמאל נישט דארפן פרעגן איבער דער פארלעסליכקייט פון זיינע מקורות און דער ריכטיגקייט פון זיין וועלטבאנעם. אמת זיינע ידיעות פארברייטערן זיך דורכאויס זיין לעבן, אמת ער קען טוישן זיין מיינונג איבער געוויסע ספעציפישע עניינים, אבער זיין וועלטבאנעם גופא בארירט ער נישט, אין זיינע אויטאריטעטן און בעלי־סמכות איז ער קיינמאל נישט מטיל־ספק. ער קען זיך אפשר דינגען מיט זיינע מחנכים איבער אן אפטייטש פון א שטיקל גמרא, וואס אין דעם אפטייטש וועט זיך ווענדן אן עלעמענט פון זיין ידיעות־וועלט, אבער דאס אז די גמרא אין איר ריכטיגן אפטייטש איז א פארלעסליכער מקור איבער די פאקטן פון דער וועלט, אין דעם איז ער הונדערט־פראצענטיג מסכים מיט זיינע בעלי־פלוגתא און ס'איז ביי אים א פשיטא שבפשיטות. ער קען צום ביישפיל האבן א פייערדיגן וויכוח מיט זיין רבין צי די גמרא זאגט אז די וועלט ענדיגט זיך נאך זעקס טויזנט יאר (ס'איז כנראה א מחלוקת הראשונים). זיין רבי האלט אז יא און ער אז נישט. אין זיין רבי'נס ידיעות־וועלט איז דא א פראפאזיציע (א רעפרעזענטאציע פון א כלומרשטן פאקט) 'די וועלט וועט זיך ענדיגן פארן יאר ו' אלפים', און אין זיינער איז נישטא אזא פראפאזיציע. אין דעם פונקט זענען זייערע באזונדערע ידיעות־וועלטן פארשיידן. אבער ביידע זענען זיי פולקאם מסכים אז דער ריכטיגער אפטייטש פון דער גמרא דאס איז טאקע דער מכריע צי די פראפאזיציע איז אמת צי נישט, וויבאלד זיי זענען ביידע איינשטימיג אז די גמרא איז א פארלעסליכער מקור און אויטאריטעט איבער די פאקטן פון עקזיסטענץ.

מיר האבן יעצט מער פינקטליכע ווערטער צו באשרייבן די שכל'דיגע אויפוואכונג וואס אונז האבן באגעגנט אין פאריגן ארטיקל. די אויפוואכונג איז נישט ווען דער אונטערוואקסנדער מענטש הייבט אן טראכטן פאר זיך, באקענט זיך אליין מיט די מקורות און הייבט אן בויען זיין אייגענע ידיעות־וועלט. ניין, די אויפוואכונג איז ווען מען איז מטיל־בספק אין די סאמע עפיסטעמאלאגישע מקורות און אויטאריטעטן, און במילא אינעם עצם גע'ירש'נטן וועלטבאנעם. דער נאכפאלגנדער קריזיס קומט פון דעם וואס נישט נאר ווייסט נישט דער מענטש וואס צו גלייבן פאקטיש, נאר ער ווייסט ניטאמאל וועלכע מקורות זענען פארלעסליכע אויף צוריק אויפצובויען א נייעם וועלטבאנעם.

אויב פארשטייען מיר די שכל'דיגע אויפוואכונג אויף אזא אופן, ווערט קלאר אז דאס איז אן ערפארונג וואס יעדער טראכטנדיגער מענטש דארף צו אריבערגיין. דעם מענטשנ'ס וועלטבאנעם איז דאך פון די וויכטיגסטע אייגנשאפטן וואס ער פארמאגט. דאס אינפארמירט אים איבער וויאזוי די וועלט קוקט אויס אין אירע פאקטן, וואס במילא זאגט דאס אים וואס ליגט אויף אים צו טון אין דער וועלט און וויאזוי ער דארף זיך צו פירן אויב ער וויל לעבן א גוט לעבן קורצ־ און לאנג־טערמיניג. צב"ש אויב רעליגיע א' איז ריכטיג און איר גאט וויל אז ער זאל זיך אזוי און אזוי אויפפירן, דאן איז עס לטובתו אז ער זאל טאקע אזוי טון. משא"כ אויב רעליגיע ב' איז אמת וכו'. און דער מענטש ווייסט דאך אז פונקט וויאזוי מען האט אים דערצויגן אין שויס פון איין רעליגיע און איר וועלטבאנעם, אזוי האט מען אויך דערצויגן פיל אנדערע אין שויסן פון אנדערע רעליגיעס מיט זייערע וועלטבאנעמען. און אַפּרִיאָרִי, איידערן ערנסט פארשן און זיך אריינטון דערין, איז דאך נישטא קיין גוטע סיבה פאראויס אויסצושליסן אלע אנדערע וועלטבאנעמען לטובת זיין אייגענעם. דער מענטש דערקלערט זיך אז וואלט ער ווען געבוירן געווארן אין דער נישט רעכטיגער רעליגיע, וואלט זיין גע'ירש'נטער וועלטבאנעם געווען א פאלשער און ער וואלט אפילו נישט געוואוסט מטיל־ספק צו זיין און אים. טא, כאפט ער זיך, אפשר איז ער טאקע דער אומגליקליכער פון זיין היכי־תימצא און עס איז טאקע זיין רעליגיע און זיין וועלטבאנעם וואס זענען פאלשע און ער ווייסט גארנישט!

דאס ערשטע מאל וואס דער חרדיש־דערצויגענער מענטש האט אט די רעאליזאציע דארף אים אנצוכאפן א פחד. איך געדענק נאך קלאר דעם טראומאטיזירנדן מאמענט ווען איך האב מיך געטראפן אין דעם טראגישן פעקל: פון איין זייט ווייס איך אז מ'טאר ח"ו נישט מהרהר זיין אויף די יסודות פון אמונה און אז האבן ספיקות איז א הארבע עבירה, אבער פון דער צווייטער זייט – אוי וויי טאטע זיסער! – מוז איך דאך פרעגן! איך מוז דאך וויסן אז מיין וועלטבאנעם און רעליגיע זענען ריכטיגע! איך מוז דאך זיכער מאכן אז איך בין נישט פון די משתחווים להבל וריק ומתפללים אל אל לא יושיע! אז נישט בין איך דאך אפשר מן הטועים, וואס פאר זיי וועט נישט העלפן די טענות, "איך האב געגלייבט באמונה פשוטה"; "איך האב נאכגעפאלגט מיין מסורה", וויבאלד – ווי די גמרא זאגט – "היה לו ללמוד ולא למד"! וואלסט געדארפט אליין נאכפארשן, אליין זיך דערגרונטעווען, זיין אן אברהם אבינו וואס האט איינגעזען אז די מסורה פון זיינע עלטערן איז פארפירעריש און פאלש.

איי מ'טאר נישט אריינקלערן אין אמונה זאכן? נו, דאס דארף דאך זיין די גרעסטע סיבה טאקע יא צו טראכטן! דאס אז חקר'נען איז פארבאטן איז דאס גרעסטע רויטע־פענדל אז עפעס קלאפט נישט דא, עפעס באהאלט מען. א וועלטבאנעם באזירט אויף שוואכע יסודות קען זיך נאר באשיצן מיטן כוח פון דאגמא, צענזור, קאנטראל און דורכן אונטערדרוקן דאס פרייהייט פון געדאנק. אז דער אמת וואלט געווען קלאר ווי דער טאג, וואלט מען דאך נישט מורא געהאט פון דער חקירה, פון ברייטער אינפארמאציע. אלא־מאי, אז ס'איז נישט אזוי פשוט, נו ליגט דאך א חוב זיך טאקע צו דערגרונטעווען צום אמת און נישט סתם אומקריטיש אננעמען דעם ספעציפישן וועלטבאנעם וואס די במקרה'דיגע אומשטענדן פון געבורט האבן באגאבט.

אט אזוי האב איך מיך מיט זידיגע טרערן און הייסע תפילות אויסגע'טענה'ט מיטן גאט פון מיין יוגנט. פאראדאקסיש האב איך מיך צו אים געוואנדן, "אויב דו עקזיסטירסט און דו ביסט טאקע דער וואס איך מיין אז דו ביסט, און דו הערסט מיינע תפילות, זאלסטו מיר ביטע מוחל זיין אויף מיין זינד פון מטיל־ספק זיין אין דיר, ווייל איך טו דאס למען האמת, כדאי איך זאל קענען דינען דעם וועמען עס איז ראוי צו דינען און אויפן ריכטיגן און אמת'ן אופן. און ווייטער, אויב דאס איז אין דיינע כחות, אם ישך נא מצליח דרכי אשר אני הולך עליה והַנְחֵנִי בדרך אמת!"

באמת איז א פלא אז מער מענטשן גייען נישט דורך דער שכל'דיגער אויפוואכונג. עס איז אזוי פשוט, אזוי זעלבסט־פארשטענדליך, אזוי לאגיש, אז די איינפאכע רעאליזאציע אז 'אפשר איז מיין וועג נישט גערעכט' וואלט געדארפט קומען צו יעדן איינעם ווען ער קומט צום שכל. און באמת איז עס אפשר טאקע יא עפעס וואס יעדער בחור אדער יונגערמאן גייט דורך אדער שפירט אין געוויסע מאמענטן, הגם אין א פארשטיקטן און אונטערגעדריקטן קול. פון צייט צו צייט נאגט אים אט די שאלה אין א שעפשנדער שטימע וואס ווערט אלס הילכיגער ווי מער ער שלאגט זיך איר צו פארשטילן. אבער די מסקנות וואס די שאלה פאדערט זענען צו פיינליכע, צו ראדיקאלע, אז ער זאל זיך קענען באציען צו איר מיטן יישוב־הדעת און כובד־ראש וואס אזא ערנסטער נושא פארלאנגט. דערפאר, איידער ער הערט איר אפילו אויס, איידער ער לאזט איר קומען צום ווארט, ווארפט ער איר אפ מיט עפעס א תירוצ'ל, א פשט'ל, א האלב־אפגעבאקענעם פסעוודא־חקירה'לע, א תפילה, א תענית, א סיגוף, א משכהו־לבית־המדרש, א ניעוץ־ציפרניו־בקרקע. ער איז נישט מענטאליש אומשטענד זיך צו דערלאזן צו דער שכל'דיגער אויפוואכונג מיט אירע ווייטגרייכנדע השלכות און תוצאות. די מוח־באוואשונג, די פארכט פונעם גיהנום, די דיסאנאנץ, האבן צו א שטארקע שליטה אויף אים; ער קען זיך פון זיי נישט באפרייען.

אבער די יחידים וואס האבן יא דערגרייכט שכל'דיגע אויפוואכונג, זיי האבן טאקע דורכגעבראכן דעם שווערסטן פסיכאלאגישן שטאפל פונעם ביקוש־האמת, דורכן זיך באפרייען פון די קייטן וואס האלטן אפ דעם מענטש פון טראכטן פאר זיך. אבער דאס עצם זוכעניש צוצוקומען צום אמת פאנגט זיך ערשט יעצט אן. בעת די שכל'דיגע אויפוואכונג איז אן איינמאליגע אינערליכע רעאליזאציע וואס קומט צום מענטש דורך זיינע אייגענע כחות השכל, איז דאס ביקוש־האמת א לעבנסלענגליכע עבודה וואס פאדערט מי, איבערגעגעבנקייט, שטודירן, און בעיקר, זיך באקענען מיט דער וועלט און אירע פאקטן.

די שכל'דיגע אויפוואכונג איז נישט קיין מאמענט פון כפירה אדער פארלייקענונג אינעם פריערדיגן וועלטבאנעם. זי זאגט נישט אז די גע'ירש'נטע השקפה איז בהכרח פאלש. זי איז נאר א מערער, א מטיל־בספק. זי זאגט נישט אז עס איז פאלש, נאר אז עס איז אפשר פאלש. זי זאגט נישט אז זיינע אויטאריטעטן און מקורות זענען זיכער אומפארלעסליך, נאר אז מען ווייסט נישט אויף זיכער אז זיי זענען יא פארלעסליך. ערשט יעצט דארף דער מענטש טון די שווערע ארבעט פון אויספארשן וואס עס זענען פארלעסליכע עפיסטעמאלאגישע אויטאריטעטן און מקורות וואס לויט זיי קען ער זיך אוועקשטעלן א נייעם וועלטבאנעם. אבער פאר דעם מוז ער זיך באקענען אביסל מיט דער ברייטערער וועלט פון אויסער די ראמען פון זיין ענגער און צענזורירטער דערציאונג. ערשט נאכן זיך באקענען מיט אנדערע מקורות און אויטאריטעטן, מיט אנדערע וועלטבאנעמען, קען ער אנהייבן פארגלייכן צווישן זיי און קומען צו א באשלוס איבער וועלכע זענען מער פארלעסליך.

איבער דעם אין קומענדיגן ארטיקל​
 
הערליך הערליך! אײ לאָװ דיס. אײ לאװ יו.

א ניעוץ־ציפרניו־בקרקע

biggrin.gif

פון אנדערע האב איך געהערט אז זײ רופן די "ראדיקאלע שכל'דיגע אױפװאכונג" - מאלעסטײשְן אדער אביוז. אבער באמת, ס'קען זײן אז ס'איז רילײטעד. װײל אָהן װערן אביוזד, טראכט מען אז יעדער װאס איז דײן מקור און אױטאריטעט מײנט דײן טובה אדער מײנט דעם אמת. מען איז זײער טראָסטינג פון יעדעם. װערן אביוזד באיזה אופן שהיא װײזט דיך אז אױטאריטעט קען דיך אױכעט זוכן אױסצונוצן, אדער באהאלטן פון דיר דעם אמת, פאר אָלטעריער מאטיװן. און במילא, הױבט דער מח דעמאלס אָן טראכטן.
דאס איז שױן חוץ פון די בּײאָוקעמיקעל לעװל, פלײנע ביאלאגיע, אודות די פארשידענע האָרמאַנען װאס גײען ארײן אין אָװער דרײװ עז אײ רעזאלט פון אביוז װאס זענען "מעגליך" אױך אסאָשײאײטעד מיט א װילדערע קאפ און מיט הײטענד טעסטעסטעראָן לעװלס, הארמאנען װאס קען זײן זענען אינדײרעקטלי רילײטעד צו בעסער קענען לערנען אדער נוצן דעם קאפ. װײס איך נישט. ס'איז מסתמא עפעס װאס מען קען דיבײטְן. הגם איך דארף אכטונג געבן דא נישט צורעדן פסװעדא-סײענס.
 
אט אזוי האב איך מיך מיט זידיגע טרערן און הייסע תפילות אויסגע'טענה'ט מיטן גאט פון מיין יוגנט. פאראדאקסיש האב איך מיך צו אים געוואנדן, "אויב דו עקזיסטירסט און דו ביסט טאקע דער וואס איך מיין אז דו ביסט, און דו הערסט מיינע תפילות, זאלסטו מיר ביטע מוחל זיין אויף מיין זינד פון מטיל־ספק זיין אין דיר, ווייל איך טו דאס למען האמת, כדאי איך זאל קענען דינען דעם וועמען עס איז ראוי צו דינען און אויפן ריכטיגן און אמת'ן אופן. און ווייטער, אויב דאס איז אין דיינע כחות, אם ישך נא מצליח דרכי אשר אני הולך עליה והַנְחֵנִי בדרך אמת!"
אוי די תפילות ❤️‍🔥💔
 
פון אנדערע האב איך געהערט אז זײ רופן די "ראדיקאלע שכל'דיגע אױפװאכונג" - מאלעסטײשְן אדער אביוז. אבער באמת, ס'קען זײן אז ס'איז רילײטעד. װײל אָהן װערן אביוזד, טראכט מען אז יעדער װאס איז דײן מקור און אױטאריטעט מײנט דײן טובה אדער מײנט דעם אמת. מען איז זײער טראָסטינג פון יעדעם. װערן אביוזד באיזה אופן שהיא װײזט דיך אז אױטאריטעט קען דיך אױכעט זוכן אױסצונוצן, אדער באהאלטן פון דיר דעם אמת, פאר אָלטעריער מאטיװן. און במילא, הױבט דער מח דעמאלס אָן טראכטן.
דו זאגסט דברים של טעם. אן ערעור אין צוטרוי אין די בעלי־סמכא פון ערציאונג קען פארשנעלערן און צוהעלפן צום פסיכאלאגישן דורכבראך, דורכן ווייזן באשיימפערליך אז זיי זענען לאו־דווקא פארלעסליכע מקורות און אויטאריטעטן. דאס קען צוברענגען צו שכל'דיגער אויפוואכונג. פארשטייט זיך אז ס'פאראן פעלער וואו דאס ערעור אין סמכות וואס קומט פון בא'עוול'ען\עביוז רעזולטירט אין ווידערווילן צו די אויטאריטעטן און צום וועלטבאנעם און לעבנסשטייגער וואס זיי שטעלן פאר, אן דעם וואס ס'זאל פארקומען שכל'דיגע אויפוואכונג.
 
Back
Top