מר ביעסט - ביעסט געימס

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
540
רעאקציע ראטע
3,208
המשך פון דעם שנירל..

איך האב נארוואס געוואטשט די ערשטע דריי עפיסאדס פון ביעסט געימס אויף אמאזאן פריים..

[באמת דארף איך נאך זען די סקוויד געימס פארן קאמענטירן סיי וואס - ווייל ווי די עולם טענה'ט איז דאס נישט מער ווי א ווידערוואקסונג דערפון (ווי גוט נאכגעמאכט? דארט ליגט די טענה'ריי). און ווי איך פארשטיי האט די סקוויד געים מער דראמא און בלוט אין זיך וועלכע מאכן עס לכאו' מער אינטרעסאנט, אבער מצד שני איז דארטן אלעס אן עקט משא"כ ביי מר ביעסט ווי די מענטשן זענען עכט און די געפילן זענען רוי און פראסט - גייענדיג מיט די הנחה אז עס איז נישט גע'סטעידזשד נאר אלעס איז אטענטיש וויאזוי מ'זעט עס אויפן סקרין.

אויף דערווייל וועל איך עס אנאלאזירן זייענדיג וואו איך בין.]

ער הייבט אן מיט א יוטוב ווידעא פון 2000 מענטשן פון וואס 1000 פאלן ארויס, די ציל איז צו האבן א געים מיט 1000 מענטשן פון וועלכע נאר איינער גייט איבערבלייבן צו געווינען די $5,000,000 (פינף מיליאן דאלאר) פרייז...

און אזוי הייבט זיך די פריים סעריע אן - 1000 מענטשן אין א ריזן זאל!

פאר קאנטעקסט:

מר ביעסט איז כהיום די גרעסטע יוטובער אויפן וועלט מיט ארום 340 מיליאן סובסקרייבער, און נאכן האבן אפגעטון כל מיני שטיק און אויסטיילן געלט אויף אלע מאדנע וועגן צו געווינען וויוס און סובסקרייבער, האלט ער היינט ביי א נעט וועליו פון איבער 700 מיליאן דאלאר, און ער האט מחליט געווען אז עס איז צייט צו גיין גרעסער.

אביסל איז ער אריין אין ביזנעס - מאכענדיג געוויסע אייטעמס און פארקויפן א.א.וו. אבער נעמענדיג דעם נעקסטן טריט איז ער געגאנגען צו אמאזאן פריים מאכן אזא ריעליטי טיווי וואו ער גייט אויפשפילן דעם געים צווישן 1000 מענטשן וואו נאר איינער גייט געווינען די פרייז פון 5 מיליאן דאלאר, עס נעמט אריין א ריזן פראיעקט, כל מיני טשעלענדזשעס און געדאנקען, פון א ריזן זאל ביז א גאנצע אינזל, פון העליקאפטערס ביז נעווי סיעלס, פון פסיכאלאגישע פייניגונגען ביז דערלאנגען שוחד. עס דארף ארויפצוגיין אן עפיסאד א וואך ביזן לעצטן געווינער, די ערשטע איז ארויףדעם פארגאנגענעם דעצעמבער 19.

די פלאט האט אפגעקאסט בערך 100 מיליאן דאלאר, ארייננעמענדיג פארוואנדלען ריזיגע ווערהאוזעס אין פארגעשריטענע טיווי פאדיום'ס, אויפשטעלן א גאנצע שטעטל פון סקרעטש, אויסצאלן האטעלן און עסן פאר די 1000 מיטשפילער, אויסטיילן קלענערע געלט מתנות דורכאויס די געים, מאסיווע קעמערע טיעמ'ס, סעקיוריטי, קאמאנד צענטערן, און אלעס אינצווישן... מ'דארף נישט מער ווי זען 5 מינוט דערפון צו פארשטיין וואו די געלט קען האבן געגאנגען.

(פאר מער איבער מר ביעסט, זיין גרופע, זיינע געדאנקען, און די קאנטראווערסיעס ארום אים - זוכסט נאר אויפן געוועב, ס'פעלט נישט קיין מענטשן וועלכע האבן ליב צו גאסיפן איבער פילאנטראפן..)

נאך איידער די ערשטע עפיסאד איז ארויף האבן געוויסע באטייליגער אריינגעגעבן א לאו-סאוט אנקעגן אים, צוצייכענענדיג פארשידענע מיסברויכן דורכאויס די פילמינג פראצעדור, געוויסע האבן גע'טענה'ט אז ער (אדער זיין גרופע) האבן זיי שלעכט באהאנדעלט, אנדערע טענה'ן אז זיי זענען געווארן אויסגעהונגערט אדער אפי' פארוואונדעט, פארשטייט זיך ס**סואלע מיסברויכן איז אויף דעם ליסטע, און מאנכע האבן פארלאנגט געהאלט פארן זיך באטייליגן.

ס'דארף אונטערגעשטראכן ווערן, מר ביעסט האט קיינעם נישט געהייסן קומען און האט גארנישט צוגעזאגט פאר די וועלכע קומען יא, חוץ פון די גרויסע געווינס - פאר די איינער וואס איז לאקי. יעדער האט געהאט די פרייהייט זיך אפצוזאגן פונעם שפיל אין סיי וועלכע מאמענט ס'נישט געווען קיין שום התחייבות צו בלייבן אויב איז מען אומבאקוועם מיט סיי וואס. און אויב איז דאס נישט גענוג, האט ער למעשה יא באצאלט פאר יעדער ארויסגעפאלענער $2000 פשוט זיי צו מאכן שפירן גוט.

איין קריטיק הערט מען יא פון אסאך צוקוקער, אז עס איז ווייניגער א טיווי שאו, און ענדערש א גראנדיעזע יוטוב ווידעא. דאס קען זיך שפירן פון די וועג וויאזוי מר ביעסט איז די צענטער אוו עטענשאן, אלעס דרייט זיך ארום אים, אסאך עפארט איז אריינגעלייגט געווארן איבער די גראנדיעזע פראפס און מעכטיגע אויסשטעל פון די סצענעס, אבער אסאך ווייניגער ארום די כאראקטארן פונעם שפיל אליין, וואס ווי געוויסע טענה'ן איז די גאנצע נקודה פון אזא שאו אריינצוקריכן טיפער אין די געפילן און אין די פאזיציעס פון די מיטשפילער – א זאך וואס ווערט היבש שוואך געדעקט אין דעם סעריע.

דאס אלעס זענען אבער קלייניגקייטן אנקעגן די שוידערליכע נאכ'טעם וואס די עפיסאדס האבן ביי מיר איבערגעלאזט. אלעס פיין און וואויל, אלע מענטשן האבן טאקע מסכים געווען, אלעס איז געגאנגען לויט א פריערדיגע פלאן, אבער דא איז פארגעקומען אין מיין מיינונג א נייע סארט פייניגונג - א גרויזאמע פסיכאלאגישע torture אויף א דערהער וואס איז נאכנישט געזען געווארן ביז אהער, א פלאט פון אויסקוועטשן דאס מענטשליכע געפיל סיי פון די שפילער און סיי פון דעם צוקוקער אויף א וועג וואס איז גאר ציענד אבער פארט גרויזאם, מ'קען עס אפשר נישט אפלאזן אבער מ'קען עס אויך נישט צוקוקן, איך ווייס נישט צו איך וועל דאס קענען ארויסברענגען אין ווערטער, ס'פילט זיך עפעס ערגער ווי ווערטער קענען בכלל באשרייבן, אבער איך וועל פראבירן ארויסצושטרייכן וואו און פארוואס איך שפיר אזוי.

יעצט צום פלאט:

  • ס'הייבט זיך אן מיט אן אפער אז ווער עס וויל קען זיך אליין עלימינירן, ער געבט מיליאן דאלאר און דאס וועט ווערן צוטיילט לויט וויפיל מענטשן נעמען אן דעם אפער. 50 מענטשן נעמען עס למעשה – עס קומט אויס יעדער פון זיי האט למעשה פארדינט $20,000 און דערלייגט א שאנס צו 5 מיליאן.
ס'דארף דא קלאר ווערן - א זאך וואס איז אינטרעסאנט לאורך הדרך, מ'רעדט פון א געים איבער 5 מיליאן דאלאר - טאקע אסאך געלט, אבער עס איז פארט א געים אין וואו 999 מענטשן גייען בהחלט דערלייגן, דאס מיינט די שאנסן צו געווינען זענען נישט מער ווי א טויזענסטל. מיט דעם אלעם נעמען עס מענטשן אזוי ערנסט און אזוי צום הארצן אז עס איז מבהיל'דיג, עס ברענגט גאר שטארק ארויס דעם מענטשליכן אומראציאנאלן רילעישאנשיפ וואס מיר האבן צו געלט, און וויאזוי מיר ווערן פארקויפט דערפאר נאך איידער מיר האבן אפי' אן עכטע שאנס עס צו געווינען.

יעדער דארט קומט מיט זיין/איר אייגענע סטארי פארוואס די פאטענציאלע געווינס איז זיי אזוי וויכטיג און וואס עס גייט זיי אויסמאכן, זיי זענען אבער אלע די זעלבע שטארק קאנווינסד אז זיי זענען די וואס גייען געווינען, אזש זיי זעען די געלט שוין ביי זיך אין טאש.

דאס שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל דורכאויס דעם שפיל, וויאזוי יעדער וואס פאלט ארויס קוקט עס אן ממש ווי זיי האבן פארלוירן גאנצע 5 מיליאן דאלאר, און נישט סתם קיין נישטיגע שאנס דערצו, די געפילן וואס קומען דעמאלס ארויס, די כעס ווען א צווייטער פארראט זיי, און די ווייטאג ווען ס'גייט נישט זייער וועג, דערציילט אונז איבער אסאך א טיפערע פאנטאזיע און קשר צו די געלט ווי איידער א האפענונג צו זיין א גליקליכער געווינער צווישן 1000.

  • ס'גייט ווייטער אז ס'זענען דא 10 שורות פון 100 מענטשן פון וואו ער וויל זען ארויס כאטש דריי שורות - 300 מענטשן. די שטיק איז אז נאר א שורה פון וואו איינער עלימינירט זיך פרייוויליג דארטן קענען אלע אנדערע ווייטער גיין און נאר 7 שורות קענען עס טון כל הקודם זוכה. פארשטייט זיך קיינער וויל נישט גיין, אבער פאר די טובה פון די גאנצע שורה זענען געציילטע מענטשן גרייט ארויסצוגיין. און אזוי בלייבן איבער נאר די 7 שורות פארפעלענדיג איין מענטש פער שורה. דא קומט אסאך אריין די געפילן פון ווירטור און טון וואס איז ריכטיג לטובת הכלל – אלטראיזם.
  • די דריטע טשעלענדזש איז אויפצובויען א טורעם פון בלאקס וואס זאל נישט צופאלן – דער וועמענס צופאלט ווערט עלימינירט. – גאנץ כמעשה אנקעגן די אנדערע, מ'דארף נאר נעמען אין אכט די חרטה פון די פארלירער אז זיי וואלטן געקענט זיך אליין עלימינירן פריער און נאך פארדינען $20,000 דערביי..
  • כדי אנצוקומען צו נאר 500 מענטשן (וויפיל בעטן ער האט אנגעגרייט אינעם קומענדיגע שטאפל – אינעם שטעטל) טיילט ער ווידער איין די חברה אין גרופעס, ווי נאכן זיך באקאנט מאכן איינער מיטן אנדערן, אנאנסירט ער גרויסע שוחד מתנות פאר דער וואס עלימינירט זיך אליין וואס די גאנצע גרופע ווערט אטאמאטיש עלימינירט. דא קומט שוין אריין די טראסט אישוס ווי אויב קיינער פון מיין גרופע געבט זיך נישט אונטער דאן איז פיין, אבער אויב איינער גייט זיך ברעכן פאר $100,000 פארוואס זאל עס כאטש נישט זיין מיר אליין?! און פארשטייט זיך אויב יעדער טראכט אזוי איז פראבלעמאטיש... און דאס איז טאקע וואס ס'איז..

דא גייט מען שוין אריין אין די צווייטע עפיסאד
  • די מענטשן ווערן איינגעטיילט אין פיר גרופעס, יעדער באקומט א צווייטע שטאק, יעדע שטאק איז צוטיילט אין האלב און עס זענען דא א געים אין וואו נאר איין האלב פון יעדע גרופע גייט געווינען.
  • ביים ערשטע געים פליען אראפ באלס פונעם דאך און עס טאר נישט אנכאפן די ערד – מ'מוז עס כאפן אין די לופטן, נאך וואס איין גרופע פארלירט און איז מאסיוו אנגעווייטאגט אויף דער איינער דארט וואס האט עס פארפעלט צו כאפן, קומט מר ביעסט ארויף אז עס איז א טעות, באמת האט די אנדערע גרופע פארלוירן פריער... אזא תחיית המתים טאנץ אזוי ש'מיר נישט דיר..
  • ביים צווייטן געים דארפן ביידע גרופעס עלימינירן דאס מערסטע פון זייער אייגענע מענטשן כדי צו געווינען – זיי קענען נישט זען וואס די אנדערע גרופע טוט. פארשטייט זיך די אנגעצויגנקייט איז אין די הימלען, קיינער וויל זיך נישט עלימינירן, אבער פון די אנדערע זייט קען די גאנצע גרופע פארלירן, און ווער זאגט אז מיין עלימינאציע איז בכלל וויכטיג – אפשר האט די צווייטע גרופע ממילא ווייניגער עלימינאציעס.. בקיצור, ס'יום טוב. עס ענדיגט זיך מיט 4 אויף איין זייט עלימינירט און 3 אויף די אנדערע – וואס באדייט אז די צווייטע גרופע האט פארלוירן.
  • דריטן געים, מ'דארף אריינווארפן און צילן באלס פון הויעך אריין אין א קאנע אויפן ערד, די לעצטע פאר וואס ווארפן שפירן פארשטייט זיך די וואג פונעם גאנצן גרופע ווייל זיי גייען באשלוסן די רעזולטאטן אויב געלונגט נישט זייער שאס. ובכלל האלט מען שוין גענוג לאנג אריין אז די אנגעצויגנקייט ווער ס'גייט עס מאכן, איז א גיהנום פאר זיך.
  • די פערטע געים איז חידות פאר ביידע גרופעס אין וואו איינס געווינט מיטן קענען בעסער.

דאן קומט אבער די ערגסטע פון אלעם

  • יעדע פון די פיר געווינער גרופעס דארפן אויסוועלן איין הויפט וואס גייט פארטרעטן דעם גאנצן גרופע, עס גייט פארקומען א 'מעמד נתינת שוחד' פון פראבירן צו משכנע זיין יענעם אנצונעמען געלט פארן פרייז פון עלימינירן די גאנצע גרופע, און די גרופע דארף אויפקומען מיטן מענטש וואס זיי טראסטן אז ער גייט זיי נישט פארראטן.
  • עס גייט צו זייער אינטרעסאנט וויאזוי די פיר כאראקטערן ווארן אויסגעקליבן למעשה, אבער ווען עס קומט צום געים איז עס שוין גארנישט אינטרעסאנט, די נומערן אויף א סקרין שפרינגען העכער און העכער גרייכענדיג א מיליאן, וואס אויב דרוקט דער מענטש א קנעפל באקומט ער פאר זיך די גאנצע געלט אויפן חשבון פון זיין גאנצע גרופע וואס ווערט עלימינירט, אבער אויב דרוקט ער עס נישט בלייבט ער מיטן גרופע אבער ריסקט אז א צווייטער קען נעמען די געלט – שוין אפגערעדט אז בלייבן מיטן גרופע פארזיכערט אויך פאר קיינעם גארנישט...
  • די דילעמעס וואס שפרינגט ארויס פון די מענטשן אדערן איז אין לשער, מ'קען טאפן די נערוון און הערן די הארץ קלאפענישן, סיי פון די גרופע וואס האט געלייגט טראסט אויף דעם מענטש, און סיי אויף אים אליין – דארפענדיג באשלוסן צו זיין מיליאנער איז אים מער חשוב ווי צו זיין לויעל צו זיין גרופע.
  • קיינער געבט זיך למעשה נישט אונטער. עס אי זפארשטענדליך פון איין וועג, אבער טאטאל צודרייט אויב כאפט מען אז די גאנצע זאך איז נאר א שפיל און די שאנסן זענען סייווי גאר קליין... בקיצור עס האלט געשפאנט מיטן ציען אויף זייער פונדאמענטאלע מענטשליכע און געפילישע סטרונעס..

פון דא איז שוין די דריטע עפיסאד.

  • דא הייבט זיך אן דאס סאמע ערגסטע ביז אהער. צו ערשט הייסט ער יעדעם איינעם זיך איינטיילן אין גרופעס פון דריי דריי, און ווערן גוט איינער מיטן צווייטן. אסאך פון די זענען שוין פריינט פון פריער.
  • נאך וואס אן עמאציאנאלע בונד איז שוין געשלאסן צווישן די גרופעס, לייגט ער זיי אלע אריין אין אזעלכע קליינע קאמערן, פון וואו אדער נאר צוויי אדער קיינער קען נישט ארויסקומען ווייטער שפילן. ער געבט זיי פינף שעה צו מחליט זיין ווער ס'זאל עלימינירט ווערן אין דעם צימער.
  • פארשטייט זיך האלטענדיג אזוי ווייט אריין איז שוין כמעט אוממעגליך זיך אפצוזאגן, בפרט נאך די אלע פריערדיגע אפערס וואס מ'האט אפגעזאגט פארן ציל פון פארבלייבן. מה עוד אז דא האנדעלט מען פון נאנטע מענטשן איינער צום צווייטן און אויב קענען זיי נישט קומען צום החלטה ווער ס'זאל עלימינירט ווערן גייען זיי אלע ליידן...

  • געציילטע זענען מצליח גלייך אין אנפאנג, אדער דורך איבעררעדן איינעם אדער דורך דעם וואס איינער איז זיך מקריב פאר די אנדערע צוויי. אבער פאר רוב עולם בלייבט עס א סטעיל-מעיט.
  • און פון דא נעמען עס רוב גרופעס צו די שטאפל פון א גורל.

  • געוויסע נעמען א פשוטע דייס און ווארפן, אנדערע פשילן געוויסע געימס צווישן זיך און דער וואס פארלירט דארף זיך אונטערגעבן, אנדערע שפילן מיט קארטלעך א.ד.ג. און אזוי קומען פאר כל מיני וועגן צו אויסארבייטן ווער ס'זאל בלייבן אומווילנדיג.

  • איינער זאגט אפי' אפ פון אויספאלגן דעם דורל נאכן עס דורכפירן – דערמאנענדיג אלע סאמעטוכעס אין די פילאזאפיע פון קאנטראקטן פארוואס זיי זענען מחייב, און וואס א צוזאג, וואס יוסטיץ באדייט...

  • ווען איינער פון די פריערדיגע הערא'ס פארלירט אין אזא גורל (דער וואס האט געהאט אפגעזאגט א מיליאן דאלאר לטובת זיין גרופע אין די פריערדיגע טשעלענדזש), גייט מר ביעסט צו אים צו און פרעגט אים אזעלכע 'יצחק שלמה דרעזנער' סארט פראגעס איבער וויאזוי ער פילט...
  • ובכלל זומען די קעמערעס אריין אין יעדעם'ס טרערן, געוויינערייען, און שטויסערייען. פראבירנדיג ארויסצוברענגען סיי וועלכע מענטשליכע געפיל פון די גלייזן.

  • און געוויסע גרופעס ווערן צום סוף טאקע אינגאנצן עלימינירט נאכן נישט קענען קומען צו אן עגרימענט איבער ווער ס'זאל דארט פארבלייבן. און די קולות צווישן זיי איז עד לב השמים..

עד כאן הקפה א'.

אויב האט איר נישט אביסל ארויסבאקומען די גרויזאמקייט און רשעות וואס קומט דארט פאר פון צווישן מיינע שורות, מיין איך איר דארפט עס נאר אליינס זען און זיך איבערצייגן.

ס'דא עפעס א געפיל אויף וואס דער איז א מייסטער און שפילן, דאס איז סיי כלפי די מיטשפילער, ווי ער פארכאפט זיי אינעם פאנטאזיע נעץ פון וואס זיי קענען זיך בשום אופן נישט ארויסרייסן אנע יסורים, די זעלבע איז מיטן צוקוקערס געפיל פון אפשיי וואס ער פארכאפט אונטער דעם טיטל פון 'ענטערטעימענט', אויף א פארנעם אזש עס שפירט זיך באלד ווי אנטבלויזע קאניבאליזם...

בקיצור, וויפיל איך האב מיר נישט געקענט אפרייסן דערפון איז עס נאכאלץ עפעס וואס אלע מיינע גלידער שרייען אז עס איז גרויזאם און בארבאריש צוצוקוקן. איינער פון די קאמענטירער איבער א פריערדיגע ווידעא פון מר ביעסט דרוקט זיך טאקע אויס אז עס איז נישט מער ווי Charity porn.

און די זעלבע קען ווארשיינליך געזאגט ווערן איבער די מיטשפילער – וואס ווי געזאגט זענען זיי טאקע בכלל נישט געצווינגען – פארט אבער איז דא דערין א נקודה וואו ער האט זיי פארכאפט פסיכאלאגיש און עס איז מעגליך יא גאר אביסל 'געצווינגען', זיכער איז עס נישט אזוי 'פרייוויליג' ווי מ'וויל עס אראפמאלן – נעמענדיג די אלע עמאציעס אין באטראכט...

ס'בלייבט דא איבער אסאך צו אנאלאזירן פון א סאציאלאגישע פערספעקטיוו, סיי איבער די מאדנע מאכט וואס געלט האט אויף אונז, אונז ממש ארויסצונעמען פון די גלייכע כלים. סיי איבער די וועגן וויאזוי מיר האנדלען צווישן אנדערע מענטשן בפרט ווען מיר ווייסן אז זיי טראסטן אונז גאר שטארק, ווי אויך ווען מיר האבן מורא אז זיי גייען אונז ערשט פארראטן. אויך קען מען דא אריינגיין ווי געזאגט אין די פילאזאפישע חלקים פון גורלות און וויאזוי עס איז מערסט יושר'דיג צו באהאנדלען אזעלכע מצבים. און פארשטייט זיך די פשוט'ע געפילן פון כעס, עגאיזם, תאוה, א.א.וו. זענען דא אויף פילע דיספלעי צו אבזערווירן און אנאלאזירן טיפער.

פון מיין זייט איז דאס גענוג פאר יעצט. איך האב שוין יוצא געווען ידי חובתי בהלכות מחאה – הגם מיין בלוט זידט נאכאלץ..

לאזט מיר וויסן וואס איר האלט איבער דעם, און אויב איר האט עס געזען און געפילט ענליך אדער גאר מעגליך פארקערט.

פאר ארטיקלען איבער די געימס קען מען ליינען דא דא און דא, און פאר אן אינטרעסאנטע ביהיינד די סצענעס קען מען זען דא.
 
לעצט רעדאגירט:
אין מיין מיינונג איז עס די לעגאלע וועריאציע פון Squid Game.

ס'שפילט מיט די זעלבע מענטשליכע געפילן...

פונקט ווי UFC איז די לעגאלע וועריאציע פון די רוימישע קאלעסיעם געשלאכטן.

ס'שפילט מיט די זעלבע מענטשליכע געפילן...

***

ס'איז גאנץ מעגליך אז אין יארן ארום וועט מען טאקע אנקוקן די אלע זאכן אלס אומעטיש און אוממאראליש.
 
המשך פון דעם שנירל..

נארוואס געוואטשט די ערשטע דריי עפיסאדס פון ביעסט געימס אויף אמאזאן פריים..

באמת דארף איך נאך זען די סקוויד געימס פארן קאמענטירן - ווייל ווי די עולם טענה'ט איז דאס נישט מער ווי א ווידערוואקסונג דערפון (ווי גוט נאכגעמאכט? דארט ליגט די טענה'ריי). און ווי איך פארשטיי האט די סקוויד געים מער דראמא און בלוט אין זיך וועלכע מאכן עס לכאו' מער אינטרעסאנט, אבער מצד שני איז דארטן אלעס אן עקט משא"כ ביי מר ביעסט ווי די מענטשן זענען עכט און די געפילן זענען רוי און פראסט - גייענדיג מיט די הנחה אז עס איז נישט גע'סטעידזשד נאר אלעס איז אטענטיש וויאזוי מ'זעט עס אויפן סקרין.

אויף דערווייל וועל איך עס אנאלאזירן זייענדיג וואו איך בין.

wowowowow
זייער שיין אראפ געשריבן
איך האב נאר געקוקט די ערשטע ווידעא אויף יוטוב ווי ער זאגט אז צו זעהן ווייטער דארף מען קוקן די סעריע און כ'האב נישט געקענט קוקן ווייטער
די רשעות שרייט שוין דארט ארויס
שכוח פאר'ן זיך מקריב זייו אלץ קרבן ציבור אוו חרוב לייגן דיינע געפילן

פאר די וואס פארשטייען נישט פון וואס איך רעד דא האסטו די יוטוב ווידעאס

איך בין גראדע אויך זייער דיסעפוינטעט אין Mrwhostheboss פאר'ן אנטייל נעמען
איך פארשטיי אז ווען איינער האט די אפערטונערטי צו ריוויוען די טעכנאלאגישע זייט פון אזא גרויסע מעכטיגע זאך איז זייער שווער צו אפזאגן און ס'קען זיין אז ער האט ניטאמאל מיטגעהאלטן געהעריג וואס ס'פארגעגאנגען דארט אבער מיט דעם אלעם בין איך דיסעפוינטעט

ס'איז גאנץ מעגליך אז אין יארן ארום וועט מען טאקע אנקוקן די אלע זאכן אלס אומעטיש און אוממאראליש.

פארוואס נאר אין יארן ארום? איך קוק עס יעצט אזוי אן - אויסדרוקליך!

איך האלט זיך שפילן מיט די בעסיק הומען עמאשענס, ווי טראסט, האפענונגען, רילעישאנשיפס, וכו' איז אויסדרוקליך אומעטיש סיי פאר די משתתפים און סיי פאר די וועלכע זעען עס נאכדעם..

ווי געזאגט האב איך נאכנישט געזען סקוויד געים, אבער דארט (אזויווי אין יעדע מאווי) איז מען aware אז עס איז נאר אן עקט - ווי עכט עס זאל נאר אויסזען, בעת דא איז עס באמת עכט....

איך בין איבערצייגט אז מר ביעסט האט א געוויסע מאס רשעות און פסיכאפאטישקייט כדי צו קענען אדורכפירן אזא שפיל 'בלויז פאר ענטערטעימענט', ובפרט ווען ער באלעקט זיך מיטן אויסקוועטשן די שווערע מאמענטן - דארט ווי מענטשן וויינען וכדו'..

דאס איז אן אריינגיין וויפיל דערפון איז טאקע אמת, וויפיל איז גע'סטעידזשד, און ווי פערזענליך נעמען עס די אקטועלע משתתפים... איך מיין די אומעטישקייט דערפון שרייט ארויס אפגעזען צו די משתתפים האבן 'געגעבן זייער הסכמה'..
ווי מייקעל סאנדעל זאגט, נישט אלעס קען מען (עטיקלי) טרעידן אויפן פרי מארקעט..
 
כ'האב פארלוירן אפעטיט צו דזשימי א וויילע צוריק. סתם ווייל ס'האט מיר אויסגעזעהן אז ער איז אויסגעלאפן פון קריעיטיוויטי.

יעצט כאפ איך. ער האט פשוט געסוויטשט צו נוצן זיין קריעיטיוויטי באיכות, אין מעלקן געפילן אנשטאט אויפקומען מיט עפעס גראנדיעז אדער אינטערסאנט.

שכוייח אלפא, גרעיט דזשאב.
 
בשעת'ן וואטשן האב איך מיך געקווענקלט צווישן די בארבארישע געפילן וואס @אלפא ברענגט אזוי מייסטערהאפטיג ארויס, און א צווייטע מחשבה וואס האט גע'טענה'ט אז למעשה ליגט דא פארשטעקט אוצרות פון פסיכאלאגישע עקספערימענטן אויף יומען ביהעיוויור.
איז מיסטער ביעסט א חיה? קלאר אז יא. אבער איך בין איבערצייגט אז הינטער די געים'ס זענען באהאלטן אמת'ע מומחים וואס האבן שווער געארבעט - נישט נאר צו מאכן די געים'ס ציענד פאר די שפילער און צוקוקער - נאר אריינצוגראבן זייער טיף אין די מענטשליכע מאראלן און ווירדן און ארויסנאשן הויפנס פון אינפארמאציע פון דארט.
 
1. ס'איז אפשר אינטרעסאנטע פסיכאלאגישע אבזערוואציעס, איך וואלט עס אבער נישט גערופן קיין אוצרות - זיכער נישט פון די ביסל וואס זיי שטעלן למעשה פאר פארן פאבליק (רוב שאו זענען זיי פארנומען צו ווייזן די מעכטיגקייט פון מר ביעסט נישט די געפילן פון די שפילער), איך גלייב אז רוב געדאנקען ווייסט מען שוין עס האט זיך נישט אויסגעפעלט דוקא אזא שפיל עס צו אנדעקן..

2. ס'זיצט כהיום אן עטיקס קאמיטי אין יעדע אניווערסיטעט און ריסערטש צענטער איידער מ'מאכט סיי וועלכע עקספערימענט ארויסצוראבייטן און זיכער צו מאכן אז יעדע פרט איז עטיש און אויסגעהאלטן פון אלע זייטן (קוק נאר דא ווי וויסאוס צולייגט עס שיין לגבי די טראלי-פראבלעם עקספערימענט וואס ער האט געמאכט..) מ'דארף אויסרעכענען און זיכער מאכן אז קיינער ווערט נישט טראומאטיזירט און אז די געפילן גייען נישט איבער דעם שפיץ, איך גלייב שווער אז מר ביעסט האט דאס גענומען צו שטארק אין באטראכט.

3. ווען מ'רעדט פון מומחים אין פסיכאלאגיע איז אייביג דא צוויי זייטן דערצו, ס'דא די מומחה וואס מיר קוקן ארויף - דער טעראפיסט, דער קלינישע פסיכאלאג וואס זיצט און שפעקילירט, אבזערווירט, עקספערימענטירט, כדי צו העלפן מענטשן און זיי ברענגען צו בעסערע פלעצער אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט איז עס אויך א ריזיגע פעלד אין די ביזנעס און מארקעטינג וועלט - אויסצוארבייטן און אויסצורעכענען וויאזוי הומען ביהעיוויאר איז דאס מערסטע וואנרעבל און וויאזוי מ'קען אים איבערצייגן און ארויסשלעפן געלט צו סיי וואס פאר מיינע צוועקן.. איך קוק נישט ארויף בכלל אזעלכע ריסערטש אין פורסט פלעיס..
 
מזל טוב!
Screenshot_20250102_121506_X.jpg
 
אז מענטשן געבן קאנסענט צו מאכן ריסערטש אויף זיי, צי סתם שפילן אויף זייערע געפילן, געהירן און זינען, וואס איז די פראבלעם?
אויב איז געוועהן אינפארמירטע קאנסענט, זעה איך נישט קיין שום פראבלעמען עטיש אדער מאראליש, און אין די ריסערטש וועלט איז אויך אנגענומען אזוי.

ס׳איז אזוי ווי דעי וואס טענה׳ן אז פראסטעטוציע געברויך איז אומ-מאראליש פון א מענשליכער (מען רעדט נישט פון רעליגיע) פראספעקטיוו, ווייל ס׳נישט עטיש צו פארקויפען א אייגענע גוף, איך האב זיי נייעס א עלעקטרישען און א פלאמער פארקויפען אויכט זייער אייגענע גוף, זייטס מיר נישט אזאנע מה יפית׳ניקעס.
 
ער דארף טאקע נישט גיין אין תפיסה
אבער מיין מענטשליכע הארץ קען דאס נישט קוקן - ס'גרויליג

איך וויל נישט אריינפאלן אין די רעביט האול אבער איין קליינע געדאנק וואס די חילוק איז
אן עלעקטרישאן אדער פלאמער פארקויפט זיין נאלעדזש און עקספערטיז נישט זיין גוף VS א זונה וואס די גוף איז די פראדוקט
 
זייער שיין @אלפא

ביי די עפיזאד ווי ער אפערט א מיליאן דאלער פאר פיר מענטשן צו פארראטן די גרופע וואס האט געלייגט טראסט אין אים בין איך ממש געשפרינגען. איך האב געמאכט Pause און זיך אליין געפרעגט וואס איך וואלט געטון...

ס'איז זייער זייער א שווערע באשלוס, בפרט ווען מען דארף באשליסן אונטער פרעשור.

קודם האבן אזויפיל מענטשן געלייגט די טראסט אין דיר. מען האט דיר אויסגעקליבן אלס א פירער און זיי שטייען און קוקן מיט האפענונג.

אבער א מיליאן דאלער איז א מיליאן דאלער... איך קען באמת נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן זיך נישט געבראכן.
די מענטשן אונטען האבן גאנץ א שוואכע שאנס סייווי צו געווינען פינף מיליאן. ער נעמט נישט צו פון זיי פאקטישע געלט, נאר בלויז א געלעגנהייט צו געווינען פינף מיליאן וואס צום סוף וועט עס נאר איינער באקומען.
נאך מער, די חברה האבן זיך נארוואס באקענט און זיי גייען זיך נאכאמאל נישט טרעפן.

מצד שני איז דא די גרויסע פרעשור. זיי שטייען און קוקן און זיי גייען דיר פיינט האבן. אזוי אויך גייען עס מיליאנען מענטשן זען אויף טעלעוויזיע. דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האבן נישט געדריקט דאס קנעפל. ווען זיי זיצן ווען אין א פארמאכטע שטוב וואלטן זיי סאך פריער געקוועטשט לכאורה.

וואס איך וואלט געטון? כ'האב נאכאלס נישט באשלאסן...
 
די נושא פון עטיקס איז נישט איבער יא תפיסה אדער נישט תפיסה, ס׳איז איבער צו ס׳ריכטיג צו טאן אדער נישט ריכטיג, (א לעגאלע זאך קען נאך אלץ זיין אום עטיש, און א אום ליגאלע זאך קען אויך זיין עטיש) און אין די ריסערטש וועלט איז אנגענומען אז ווען עס איז דא אינפארמעד קאנסענט איז עס עטיש.

כ׳האב טאקע נישט אנגעכאפט א דאקטער און א לויער וואס פארקויפן טאקע זייער נאלעדזש, נאר א עלעקטרישען און פלאמער וואס פארקויפען זייער גוף ממש, עלעקטרישען׳ס און פלאמערס ליידען אויף דזשוינט פראבלעמען, קניען ריפלעיסמענט, וכו׳ און אסאך מוסקעל פראבלעמען.
 
לעצט רעדאגירט:
זייער שיין @אלפא

ביי די עפיזאד ווי ער אפערט א מיליאן דאלער פאר פיר מענטשן צו פארראטן די גרופע וואס האט געלייגט טראסט אין אים בין איך ממש געשפרינגען. איך האב געמאכט Pause און זיך אליין געפרעגט וואס איך וואלט געטון...

ס'איז זייער זייער א שווערע באשלוס, בפרט ווען מען דארף באשליסן אונטער פרעשור.

קודם האבן אזויפיל מענטשן געלייגט די טראסט אין דיר. מען האט דיר אויסגעקליבן אלס א פירער און זיי שטייען און קוקן מיט האפענונג.

אבער א מיליאן דאלער איז א מיליאן דאלער... איך קען באמת נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן זיך נישט געבראכן.
די מענטשן אונטען האבן גאנץ א שוואכע שאנס סייווי צו געווינען פינף מיליאן. ער נעמט נישט צו פון זיי פאקטישע געלט, נאר בלויז א געלעגנהייט צו געווינען פינף מיליאן וואס צום סוף וועט עס נאר איינער באקומען.
נאך מער, די חברה האבן זיך נארוואס באקענט און זיי גייען זיך נאכאמאל נישט טרעפן.

מצד שני איז דא די גרויסע פרעשור. זיי שטייען און קוקן און זיי גייען דיר פיינט האבן. אזוי אויך גייען עס מיליאנען מענטשן זען אויף טעלעוויזיע. דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האבן נישט געדריקט דאס קנעפל. ווען זיי זיצן ווען אין א פארמאכטע שטוב וואלטן זיי סאך פריער געקוועטשט לכאורה.

וואס איך וואלט געטון? כ'האב נאכאלס נישט באשלאסן...
ס׳ווענד זיך אויב די ביסט גרייט אז א גאנץ לעבען זאל מען דיך האלטן אלץ א פארעטער, און נאך אויפגעשפילט אויף טעלעוויזיע (כאטש עס איז נישט באמת קיין פארראט, ווייל למעשה איז א יעדער א קאמפעטישען פאר די 5 מיליאן טאלער אפילו פאר זיין אייגענע גרופע) איך מיין אז איך וואלט גענימען די מיליאן דאלער (ס׳זאגט זיך גרינג ווען מען איז נישט אונטער די פרעשור, אבער מען רעדט דאך לאגיש גערעדט) איי מען וועט מיך האלטן פאר א פארעטער, מיט דעים קען מען ספינען, דורך אויסטיילען אביסל סענדוויטשעס פאר די היימלאזע און מפרסם זיין די מצוות ומעשים טובים וואס מען טוט מיט די געלט.

אין האח הגדול, איז אויך דא מעיין פון דעים, נישט אזוי עקסטרים, אבער איינוואוינער ווערן גע-אפערט פריוויליגיעס אבער מיט דעי פריוויליגיע ווערט שווערער אויף די אנדערע איינוואוינער.
 
די נושא פון עטיקס איז נישט איבער יא תפיסה אדער נישט תפיסה, ס׳איז איבער צו ס׳ריכטיג צו טאן אדער נישט ריכטיג, (א לעגאלע זאך קען נאך אלץ זיין אום עטיש, און א אום ליגאלע זאך קען אויך זיין עטיש) און אין די ריסערטש וועלט איז אנגענומען אז ווען עס איז דא אינפארמעד קאנסענט איז עס עטיש.
די גאנצע סיבה דארט איז ווייל די גאנצע וועלט גייט הנאה האבן פון די ריסורטש איז ווערט אז אפאר מענטשן זאלן ליידן אביסל For the greater good דא איז עס סתם ענטערטעינמענט

כ׳האב טאקע נישט אנגעכאפט א דאקטער און א לויער וואס פארקויפן טאקע זייער נאלעדזש, נאר א עלעקטרישען און פלאמער וואס פארקויפען זייער גוף ממש, יא עלעקטרישען׳ס און פלאמערס ליידען אויף דזשוינט פראבלעמען, קניען ריפלעיסמענט, וכו׳ און אסאך מוסקעל פראבלעמען.
זיי ליידן פיזיש דערפון אבער דאס מיינט נאכנישט אז זייער גוף איז די פראדוקט
זיי סעקריפייסן זייער מוסקלען פאר זייער ארבעט, ס'מיינט נישט אז דאס איז די פראדוקט
א לויער אדער אקאונטענט וואס האט פינגער ווייטאגן פון טייפן א גאנצן טאג פארקויפן אויך זייער גוף?
 
די נושא פון עטיקס איז נישט איבער יא תפיסה אדער נישט תפיסה, ס׳איז איבער צו ס׳ריכטיג צו טאן אדער נישט ריכטיג, (א לעגאלע זאך קען נאך אלץ זיין אום עטיש, און א אום ליגאלע זאך קען אויך זיין עטיש) און אין די ריסערטש וועלט איז אנגענומען אז ווען עס איז דא אינפארמעד קאנסענט איז עס עטיש.
די עיקר פראבלעם לכאורה איז אז א ריעליטי טיווי שאו טרייעט צו אריינציען אלע צוקוקער כאילו ביסט דארט IRL
און ער טוט זייער א גוטע ארבעט דערמיט און ווען איינער ווערט אריינגעשלעפט אין די מצב פילט ער (קען זיין נאר איך) ממש ווי די אנפירער איז א רשע
 
נאך א זאך וואס גייט מיר נישט אין קאפ, פארוואס זאל איינער זיך אליינס אלעמענירן אז זיין גרופע זאל געווינען? וואס האט ער דערפון? וואס האט ער אז זיין גרופע געווינט?
ער איז דאך געקומען צו געווינען, פארוואס דען איז מען דא?
 
אז מענטשן געבן קאנסענט צו מאכן ריסערטש אויף זיי, צי סתם שפילן אויף זייערע געפילן, געהירן און זינען, וואס איז די פראבלעם?
אויב איז געוועהן אינפארמירטע קאנסענט, זעה איך נישט קיין שום פראבלעמען עטיש אדער מאראליש, און אין די ריסערטש וועלט איז אויך אנגענומען אזוי.

ס׳איז אזוי ווי דעי וואס טענה׳ן אז פראסטעטוציע געברויך איז אומ-מאראליש פון א מענשליכער (מען רעדט נישט פון רעליגיע) פראספעקטיוו, ווייל ס׳נישט עטיש צו פארקויפען א אייגענע גוף, איך האב זיי נייעס א עלעקטרישען און א פלאמער פארקויפען אויכט זייער אייגענע גוף, זייטס מיר נישט אזאנע מה יפית׳ניקעס.

לגבי קאנסענט - עס איז בכלל נישט פשוט אז עס איז גענוג (אפי' מיט א קאנטראקט - אפגערעדט אן דעם) די באקאנטע בעבי M קעיס איז די ערשטע אזא קעיס אין א סוראגעסי קאנטראקט ווי די געריכט האט אורטיילט אפצושאפן די קאנסענט, זינט דאן זענען שוין געווען פילצאליגע אנדערע אויף דעם גאנג.

די נקודה איז אז געוויסע זאכן איז אוממעגליך צו געבן אמת'ע און אויפריכטיגע קאנסענט איידערן זיין ממש דערביי.
אבער איך פארשטיי אז דא איז אנדערש ווייל מ'קען טעכניש ארויסטשעקן ווען מ'וויל - עס נעמט אבער נישט אוועק פון די אומעטישקייט צו שפילן מיט יענעמס געפילן אויף אזא מיאוס'ן וועג און מאכן יענעם אזוי צוגעבינדן דערצו אז ער זאל זיך נישט קענען עמאציאנאל אפטיילן מרצונו. ובכלל איז מאראל מיט געזעץ נישט דוקא תלויים זה בזה..

לגבי פראסטיטושען איז אינטרעסאנט וואס דו זאגסט. ווייל פונקט לעצטנס איז פארגעקומען דעם מעשה מיטן פ*** סטאר לילי פיליפס, ווען זי האט געהאט ס*** מיט 100 מענער אין איין טאג. און איך האב אביסל צוגעשטומט מיט בען שפירא'ס אנאליז דערויף און וואו ער טענה'ט אויך אז געוויסע זאכן זענען העכער און טיפער ווי בלויזע קאנסענט...
זייענדיג א מאטעריאליסט דארף איך נאכנישט לייקענען אין די חילוק פון נוצן די האנט /פארקויפן די אייגענע לעיבאר - ביזן אוועקגעבן אן אינטימעטע חלק פון זיך אין וואו אסאך עמאציעס זענען פארשטעקט (ס**ס, א קינד, די געפילן אין ביעסט געים, וכדו'.)

___________________

זייער שיין @אלפא

ביי די עפיזאד ווי ער אפערט א מיליאן דאלער פאר פיר מענטשן צו פארראטן די גרופע וואס האט געלייגט טראסט אין אים בין איך ממש געשפרינגען. איך האב געמאכט Pause און זיך אליין געפרעגט וואס איך וואלט געטון...

ס'איז זייער זייער א שווערע באשלוס, בפרט ווען מען דארף באשליסן אונטער פרעשור.

קודם האבן אזויפיל מענטשן געלייגט די טראסט אין דיר. מען האט דיר אויסגעקליבן אלס א פירער און זיי שטייען און קוקן מיט האפענונג.

אבער א מיליאן דאלער איז א מיליאן דאלער... איך קען באמת נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן זיך נישט געבראכן.
די מענטשן אונטען האבן גאנץ א שוואכע שאנס סייווי צו געווינען פינף מיליאן. ער נעמט נישט צו פון זיי פאקטישע געלט, נאר בלויז א געלעגנהייט צו געווינען פינף מיליאן וואס צום סוף וועט עס נאר איינער באקומען.
נאך מער, די חברה האבן זיך נארוואס באקענט און זיי גייען זיך נאכאמאל נישט טרעפן.

מצד שני איז דא די גרויסע פרעשור. זיי שטייען און קוקן און זיי גייען דיר פיינט האבן. אזוי אויך גייען עס מיליאנען מענטשן זען אויף טעלעוויזיע. דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי האבן נישט געדריקט דאס קנעפל. ווען זיי זיצן ווען אין א פארמאכטע שטוב וואלטן זיי סאך פריער געקוועטשט לכאורה.

וואס איך וואלט געטון? כ'האב נאכאלס נישט באשלאסן...

גוט זאגסטו!

די חלק איז מסתמא די מערסטע טשעלענדזשינג טאקע, איך האב אויך אסאך געטראכט וואס איך וואלט געטון, און איך זע נישט קיין סיבה נישט צו נעמען די געלט - א מיליאן דאלאר אנשטאט א געים און פיצי שאנס צו געווינען 5.
נאר דאס וואלט מיר לכאו' אראפגעשטעלט פון ווערן נאמינירט אלס פירער לכתחילה.

די איין זאך וואס ברענגט זיך יא שטארק ארויס איז די לויעלטי צו די גרופע וואס האט געלייגט טראסט אין דיר, און האלטן ווארט, עס איז טאקע מבהיל'דיג וויאזוי פיר מענטשן האבן זיך געקענט איינהאלטן פון נעמען דעם מיליאן, אבער עס איז אויך דא די פיער פרעשור צווישן זיי אליין אז קיינער וויל נישט הייסן די שלעכטע.. בקיצור, ס'צאפט דאס בלוט אויף א שרעקעדיגן פארנעם, און ברענגט דעם מענטש צו מצבים וואס זענען צום מערסטן גוט צו שפעקולירן אלס הייפאטעטיקעלס.
נאך מער ציפעדיג ווערט עס ווען מ'זעט איינער פון די פארלירן אינעם נעקסטן עפיסאד..
 
לעצט רעדאגירט:
לגבי בעבי מ׳, ווי נאר די ביאלאגישער מאמע האט צוריק געבעטען די קינד, האט זי מיט דעם צוריק געצויגען פון קאנסענט, (איך פארשטיי אפילו נישט ווי די קאנטראקט דארף צי העלפן, זייט ווען קען מען פארקויפען א קינד, ס׳געהערט נישט צי די מאמע אויף צי פארקויפען, ס׳איז ביי די מאמע ווייל דארט איז די בעסטע פלאץ (בדרך כלל) פארן קינד, צום סוף האט זי פארלוירען קאסטעדי טאקע נישט וווייל די קאנטרעקט איז ווערט, נאר ווייל זי איז געוועהן א צודרייטע פרוי (זי האט געסטראשעט מיטן הרג׳נן די קינד) און די געריכט האט געהאלטן אז פארן קינד איז בעסער צו זיין ביי משפחת שטערן, און די מאמע האט נאר באקומען וויזיטעשען) איך האב טאקע פארגעסן צוצולייגען פריער, אז אין די ריסורטש וועלט קען דער קליענט אלעמאל צוריקציען פון זיין קאנסענט, און ביי מר ביעסט האט מען אויכט אלעמאל געקענט ארויסגיין פון דארט.
 
לעצט רעדאגירט:
@אלפא די חברה זענען דאך אריין אין די געים אדעתא דהכא עס איז נישט אז ער האט געטראפן א גרופע חברה פון לב טהור און שפילט מיט זייערע עימאשענס.
ועוד ללמדך אז מען ברויך ארבעטן שווער צו פארדינען 5 מיליון עס קומט נישט צופיס.
 
איך רעד נישט פאר די מענטשן דארט, איך רעד פאר מיר - דער צוקוקער.

היינט איז ארויף דעם פערטן עפיסאד, עס איז אביסל אינטרעסאנטער און ווייניגער רשעות'דיג, אבער פארט ברענגט זיך שטארק ארויס זיין פסיכאפאטישע נאטור.
 
Back
Top