איך האב זיך געלערנט א שטיק צייט. עס איז א גוטע ספורט אבער אסאך בול שיט.
וואס קען דיר העלפן: זיך אויסלערנען וויאזוי צו באַקסן און שטויסן, דאס קען לדעתי גוט צוניץ קומען אויב עס ברעכט אויס א פייט.
סעלף דיפענס: עס הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס. יענער דארף פונקט האבן א פיר אינטשיגע מעסער, אזאנס אויף וואס מען האט זיך געלערנט. ער דארף מיט זיין לינקע הענט פרובירן צו שטעכן די רעכטע זייט פון דיין האלדז, און דו דארפסט אוועקשטופן זיין הענט מיט דיין thumb finger, דארעך א ספעציעלע טעכניק, וואס לי טשאַ טיי האט ערפונדן צוועלעף הונדערט יאר צוריק, אין דרום מזרח יאפאן, נאכן מעדאַטירן צוויי חדשים אויף די כח פונעם גראבן פינגער...
טו מיר א טובה און וועקט דיך אויף. דו לעבסט אין א חלום וואס ברענגט מיט זיך לעכערליכע קאנפידענס. ענדזוי דיינע jinga moves, ס'איז זייער טיף, זייער אויסגערעכנט ,ס'איז אן "אַרט". אבער ניין, פון א ספאנטאנע ווילדע מעסער אטאקע זאלסטו אדער לויפן ווי א לעמפערט, אדער אויפהייבן א מילעך קעסטל, צו א בענקל און עס שאקלען פון לינקס צו רעכטס ביז דער באנדיט כאפט א פיסל פונעם בענקל אין ס'ציין!
און יא, מיין בענקל מאָאָוו וועט נאך היסטאריע פארשן און באגייסטערן. דער צוזאמגעדרייט אין צפון אמעריקע. ער האט געשריבן מיט זיינע פונגער ווערטער וואס ער האט אליינס געטראכט און אויסגעלייגט די ווערטער. ער האט געטראכט ארויס פונעם קעסטל. ער האט פאוקוסירט פאר גאנצע צוועלף מינוט ביז ער האט אסטאבולירט דעם בענקל מאָאָוו טעכניק.