מתנה לכבוד די געבורטסטאג 🎂

שפרה לאווען

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
פעב. 6, 2025
מעסעדזשעס
84
רעאקציע ראטע
907
פונקטן
103
אלס קינד האט מען חלילה ביי אונז נישט געמעגט פראווען קיין birthday parties כאטש דער חפץ חיים האט נישט מורא געהאט צו פראווען זיין געבורטסטאג

דאס ערשטע מאל כ׳האב געהערט פון אזא באגריף איז געווען ווען מיינע עלטערן האבן זיך אריבערגעצויגן קיין טאראנטא פאר ניין חדשים- צו העלפן דארט בויען א טאהש׳ע ישיבה (מיין טאטע איז געבעטן געווארן צו קומען זיין דארט א מגיד שיעור) די איינציגסטע פרומע מיידל שולע דעמאלס איז געווען בית יעקב און אין מיין קינדערגארטן האט יעדע וואך א צווייטע קינד געפייערט זייער געבורטס-טאג (מיין מאמע האט מורא געהאט איך זאל נישט עסן יענע הכשר, האט זי זיך געשטעלט באקן געשמאקע קרים קעיק פאר מיר יעדעס מאל וואס כ׳האב דערציילט אז כ׳האב נישט געגעסן די birthday cake אין סקול)

היינט האב איך געטראפן א ״געבורטס-טאג מתנה״ וואס אן otd /עקס איסלאמישע מיידל* טיילט מיט אויף אינסטעגראם 35 לעסענס וואס זי האט זיך געלערנט אין אירע 35 יאר

(*זי איז די מחברת פון Welcome Home - וואו זי טיילט מיט אביסל פון איר געשיכטע)

לכתחילה האב איך געטראכט עס ארויפצושטעלן אינ׳ם שנירל ״פערל רייד״ אבער כ׳האב באשלאסן בעסער עס צו מאכן א שנירל פאר זיך, בפרט אז כ׳וואלט געוואלט דער עולם זאל קענען מיטטיילן וועלכע פון די עדווייס עס געפעלט זיי די בעסטע (איך האב זייער ליב 16 & 21) אבער כ׳וואלט הנאה געהאט ווער ס׳וויל אויסשמועסן - סיי אויב זיי שטימען מיט אדער אויב זיי זענען דערגעגן עפעס דא. (זייטס מיר מוחל כ׳האב עס איבערגעזעצט די בעסטע וואס כ׳האב געקענט)

1. שלוות הנפש איז נישט עפעס וואס דו באקומסט פון יענעם. דו דערגרייכסט עס נאכדעם וואס דו באשליסט צו זעהן יענעם'ס אויפפירונג אלס דאס וואס ס׳איז באמת. (ווען דו הערסט זיך אויף נאַרן אז זיי קענען זיין עפעס וואס זיי זענען נישט)

2. די טייערסטע זאך אין לעבן איז אינערליכע רוהיגקייט (און דער וואס שטערט עס פאר דיר און רויבט עס כסדר -לוינט זיך נישט צו זיין בקשר מיט זיי)

3. דו וועסט קיינמאל נישט דערפרייט ווערן פון א זאך וואס דו האסט זיך געדארפט בעטן דערפאר.

4. ווערטער זענען ביליג, מעשים רעדן העכער פון רייד. און כאראקטער רעדט נאך אפילו שטערקער פון מעשים.

5.אהבה איז נישט עפעס וואס טוט וויי. מענטשן טוען וויי.

6. די אמת וואס דו פרובירסט אוועקשטופן און זיך פארהוילן דערפון וועלן צום סוף זיין די מקור פון דיינע ליידן.

7. מענטשן וואס זענען נאר באגלייבט ווען זיי קענען עפעס געווינען וועלן דיר קיינמאל נישט זיין אמת'דיג געטריי

8. אמאל קענען די "בריקן וואס דו פארברענסט" שאפן א גוטע באדן פאר נייע רילעישנשיפס צו וואקסן (מ'קען מיינען אז מיט'ן אפהאקן מיט טאקסיק מענטשן אין דיין לעבן וועסטו פארלירן, אבער די אמת איז אז דער "פייער" קען גאר באלייכטן דיין וועג פאראויס און דו וועסט מאכן פלאץ פאר נייע קשרים זיך צו אנטוויקלען אויף א מער געזונטן אופן)

9. ווען דו בויסט א היים אין א צווייטן -געבסטו יענעם די מאכט דיר צו מאכן היימלאז (יעדע רילעישנשיפ דארף זיין עפעס וואס העלפט דיר אנערקענען דיין ווערד און נישט עפעס וואס דו ווערסט אנגעוואנדן דערין כאילו דו האסט אן יענעם נישט קיין ווערד)

10. שתיקה כהודאה - שווייגעניש איז די העכסטע אנטווארט.

11. נעם עס אן אלס א קאמפלימענט אז פאר געוויסע מענטשן ביזטו "צופיל" - אוודאי! (נישט יעדער קען סובל זיין ווען א צווייטער איז בארייכערט מיט טאלאנטן וואס ער האט נישט, אדער מיט פילפארביגע איינפאלן, אדער א גוטמוטיגקייט וואס ער פארמאגט נישט)

12. ס'דא אמאל וואס יענער האט דיר נישט ליב, ווייל ער וואונטשט זיך צו זיין דיר און ער קען נעבעך נישט. גלייב מיר, ס'דא שנאה וואס קומט פשוט פון קנאה.

13. אז דו נעמסט זאכן ערנסט, געדענק אז ס'נישט א שוואכקייט, ס'פשוט א געלעגנהייט אז דו זאלסט מאכן א בחירה צו טוהן דאס וואס איז ריכטיג פאר דיר.

14. פרעג נישט קיין שאלות וואס דו ווייסט שוין באמת די ענטפער דערויף

15. הער אויף קלאפן אויף טירן וואס מ'האט כסדר פארהאקט אין דיין פנים

16. די מענטשן וואס ווייסן נישט וויאזוי דיר מחשיב צו זיין וועלן קיינמאל נישט מער רעספעקטירן ווען דו ארבעטסט שווערער זיי צופרידן צו שטעלן - זיי וועלן דיר פשוט מער אויסניצן.

17. לאז איבער די פלעצער וואס ערווארטן פון דיר אז דו זאלסט אלעמאל מוותר זיין. אזעלכע פלעצער וועלן מצליח זיין דיר צו מאכן קלענער.

18. דער מענטש וואס האט מיט זיינע שלעכטע מעשים צובראכן דיין הארץ - וועט קיינמאל נישט זיין דער מענטש עס צו היילן.

19.אויב איינער בעט דיר מחילה נאר ווייל דו האסט עס פארלאנגט, וועט עס פילן ווי א באליידיגונג

20. די מענטשן וואס קענען נישט דערהייבן וואספארא כלי דו ביזט וועלן דיר ווארפן צו דער ערד אויב דו לאזט זיי און דיר פרובירן צופיצלען אויף שטיקער (אין אנדערע ווערטער: די וואס פארגינען נישט דיין גדלות וועלן טון אלעס וואס זיי קענען דיר צו צוקלאפן און ווילאנג דו דרייסט זיך נעבן זיי, האבן זיי די געלעגנהייט עס צו טאן)

21. ווען דו פילסט צומאל אומזיכער און באזארגט, באשולדיג זיך נישט דערפאר, ווייל עס קען פשוט זיין א רעזאלטאט פון דעם וואס דו ביזט אין א פלאץ וואס איז נישט פארזיכערט און דו פילסט זיך נישט באשיצט. ס'גארנישט "ראנג" מיט דיר, ס'פשוט דיין סביבה מאכט דיר פילן אומרוהיג.

22. די מענטשן וואס האבן דיר באמת ליב, גייט זיי אויך אן וויאזוי זייער אויפפירונג מאכט דיר פילן

23. קיינער ווייסט נישט דיין געשיכטע בעסער פון דיר אליין. לאז קיינמאל נישט קיינעם אוועקמאכן דיין צער און דיר מאכן גלייבן כאילו ס'נישט אמת וואס דו ביזט אדורך (אדער ווי געוויסע TOXIC מענטשן וועלן פרובירן זאגן: "ס'נישט אזוי געפערליך", ווייל גרונם האט געהאט א גרעסערע צרה)

24. צו טון איינעם "איינמאל" א גרויסע טובה, צייגט נישט אזויפיל געטריישאפט ווי ווען איינער איז כסדר דארט פאר דיר פאר די קליינע טובות וואס דו דארפסט. אין אנדערע ווערטער, ווען מ'וויל בויען א געזונטע קשר, זענען רגילות'דיגע מעשים וויכטיגער פון גרויסארטיגע מעשים.

25. מענטשן האבן ליב צו מאכן א גוטע רושם און וועלן דיר נאר ווייזן זייער גוטע זייט (ווען זיי ווילן געפעלן ביי דיר). אבער קויף עס נישט אפ, זיי נישט נאיוו: גלייך צו גלייבן אלעס וואס דו זעהסט. לאז זייערע מעשים דערציילן ווער זיי זענען אמת'דיג.

26. ווען א פריינט איז דארט פאר דיר אין א צייט פון נויט, דעמאלס ווייסטו אז ער איז טאקע א גוטע פריינט. אבער ס'אויך פונקט אזוי וויכטיג צו האבן א פריינט וואס קען זיך מיטפרייען מיט דיין הצלחה

27. די מענטשן וואס נעמען זיך אן פאר אזעלכע וואס האבן דיר וויי געטאן זענען נישט ווערד דיין צוטרוי, הער אויף פרובירן זיי מסביר זיין דיין צד.

28. זיי פארזיכטיג: די מענטשן וואס ווילן נישט נעמען א צד ווען דו ווערסט גע'רודפ'ט - זיי האבן שוין אטאמאטיש גענומען א צד: דיר נישט צו העלפן.

29. זאלסט נישט האבן א ציל אז מענטשן זאלן דיר נאכלויפן - חוץ אויב דו ווילסט האלטן אין איין לויפן דיין גאנץ לעבן.

30. ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט אויסצו-וועהלן זיך אליין. (און בעסער קעיר נעמען פון וואס פעהלט דיר אויס צו בליען - און זיי מער געטריי צו דיר אליין ווי דו ביזט צו יעדן איינעם)

31. אויב דו נעמסט די דרייסטקייט צו זאגן דאס וואס דו האסט די מערסטע מורא אויסצודריקן, וועסט זיך פילן באפרייט.

32. האב ליב א צווייטן -נישט אויף דעם אופן וואס דו וואונטשסט זיך מ'זאל דיר ליב האבן - נאר אויפ'ן אופן וויאזוי זיי וואונטשן זיך. רצונו של אדם זה כבודו.

33. מאך עס א געוואוינהייט, צו רעדן צו זיך אליין, מיט די זעלבע ווייכקייט און גוטהארציגקייט וואס דו ניצט צו רעדן צו דיינע געליבטע. (אנשטאט זיך צו קריטיקירן און קאפ, הייב אן טרעפן דיינע מעלות און זיי זיך מחזק פאר אלע EFFORT וואס דו האסט אריינגעלייגט, און זיי זיך מחשיב פאר אלעס וואס דו האסט שוין איבערגעלעבט!)

34. אפילו ווען דו טראכסט אז ס'וואלט דיר נישט געדארפט וויי טון, מיינט נאכנישט אז ס'וועט נישט וויי טון. א מעסער אין ריקן טוט וויי - אויך ווען דו ווייסט אז דו האסט עס נישט פארדינט.

35. די גרעסטע ליבע אין דיין לעבן איז דו, מאך זיכער זיך צו געבן די הערליכע עקספיריענס וואס דו ווילסט אזוי שטארק אז אנדערע זאלן דיר געבן.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_1651.jpeg
    IMG_1651.jpeg
    536.1 KB · געזען: 5
  • IMG_1644.jpeg
    IMG_1644.jpeg
    554.7 KB · געזען: 9
  • IMG_1645.jpeg
    IMG_1645.jpeg
    569.2 KB · געזען: 10
  • IMG_1647.jpeg
    IMG_1647.jpeg
    542.8 KB · געזען: 10
  • IMG_1649.jpeg
    IMG_1649.jpeg
    542.1 KB · געזען: 7
  • IMG_1650.jpeg
    IMG_1650.jpeg
    590.6 KB · געזען: 4
לעצט רעדאגירט:
בפרט אז כ׳וואלט געוואלט דער עולם זאל קענען מיטטיילן וועלכע פון די עדווייס עס געפעלט זיי די בעסטע
22. די מענטש וואס האבן דיר באמת ליב, גייט זיי אויך אן וויאזוי זייער אויפפירונג מאכט דיר פילן
28. זיי פארזיכטיג: די מענטשן וואס ווילן נישט נעמען א צד ווען דו ווערסט גע'רודפ'ט - זיי האבן שוין אטאמאטיש גענומען א צד: דיר נישט צו העלפן.
34. אפילו ווען דו טראכסט אז ס'וואלט דיר נישט געדארפט וויי טון, מיינט נאכנישט אז ס'וועט נישט וויי טון. א מעסער אין ריקן טוט וויי - אויך ווען דו ווייסט אז דו האסט עס נישט פארדינט.
9. ווען דו בויסט א היים אין א צוווייטן -געבסטו יענעם די מאכט דיר צו מאכן היימלאז
איך בין געווארן זייער אינספירירט פון די ליינס, ס'איז מורא'דיג!! א דאנק!! ♥️
 
@שפרה לאווען שכח פאר די הערליכע ליקוטי עצות,

אין ס'קוקט מיר אויס ווי די האסט עס איבערגעזעצט אליין. זאג מיר צי איך בין גערעכט..
אבער אפילו ס'מיט AI איז עס מורא'דיג שיין צאמגענומען..

דאס איז נאר אויב איך דארף פיקן צוויי, יעדע איינס איז שטארק!!
14. פרעג נישט קיין שאלות וואס דו ווייסט שוין באמת די ענטפער דערויף
27. די מענטשן וואס נעמען זיך אן פאר אזעלכע וואס האבן דיר וויי געטאן זענען נישט ווערד דיין צוטרוי, הער אויף פרובירן זיי מסביר זיין דיין צד.
 
@שפרה לאווען שכח פאר די הערליכע ליקוטי עצות,

אין ס'קוקט מיר אויס ווי די האסט עס איבערגעזעצט אליין. זאג מיר צי איך בין גערעכט..
אבער אפילו ס'מיט AI איז עס מורא'דיג שיין צאמגענומען..

דאס איז נאר אויב איך דארף פיקן צוויי, יעדע איינס איז שטארק!!
גערעכט
איך האב נישט געניצט Ai
 
WOW!! חברה! ממנה ילמדה וכן יעשו!! ס'דארף ווען זיין א טעג פאר זאכן וואס ס'נישט געווארן געמאכט מיט AI!
איך וויל נישט פארדרייען די נושא. די 35 פונקטן איז ממש אויסערגעווענליךַ איך האב נאך נישט דאס אדורך געטוהן בעיון רב. אבער, אויסערליך איז א יעדעס איינס פאר זיך א חיבור בפנ''ע. א ישר כח פאר @שפרה לאווען פאר די איבערמידליכער ארבעט עס צו-צו ברענגן פאר אונז ליינער.

(אבער לגבי די נושא פון AI איך ווייס נישט פארוואס מען איז אזוי אנטקעגן. ווען דער שרייבער ניצט דעם AI ריכטיג איז עס א געוואלדיגער טול צו ברענגען שיינע געשמאקע ליינבארע ווארע. פארשטייט זיך מען דארף וויסען ווי אזוי זיך צו באניצען דערמיט. אויב ווייסטו מען זעה איך דערינען נישט קיין אישו. איך האב זיך שוין געלערנט מיין פארציע מיט AI איך ניץ עס נישט היינט דא ווייל אונזערע חכמים און נבונים דא זענען קליגער פאר דעם [אויף דערווייל]).
 
דו וואלסט געוואלט פארברענגען מיט ראבאטן וואס זענען געפראגרעמט דורך מענטשן? איך נישט, אפשר איין טאג ווען זיי וועלן זיין ממש ווי מענטשן וועט עס זיין אינטערסאנט. אבער אזוי ווי ס'איז יעצט קען מען שוין ביים ערשטן שורה דערשמעקן אז ס'איז עי איי און איך לייען עס נישט ווייטער.
 
אינטערסאט, דאס איז דאך געווארן געשריבן דורך AI און דו האסט עס געליינט ביז אונטען. 😄 האסט אויס געלאזט איין נקידה. "ווען דער שרייבער ניצט עס ריכטיג" איז אן אנדערע פרשה.
 
אינטערסאט, דאס איז דאך געווארן געשריבן דורך AI און דו האסט עס געליינט ביז אונטען. 😄 האסט אויס געלאזט איין נקידה. "ווען דער שרייבער ניצט עס ריכטיג" איז אן אנדערע פרשה.
האסט מיר געכאפט...

א קורצע זאך קען נאך מיטגיין, הגם מ'קען עס דערקענען אלס עי איי, לענגערע זאכן איז ממש א שרעק, עי איי געבט דיר צופיל איבריגע ווערטער וואס פעלט נישט אויס, און בכלל די שפראך איז עפעס נישט מענטשליך, קאמפיוטרייזטע שפראך.
 
עס איז 100% אזוי. איך בין געווען סארקאסטיש. איך האב אמאל פרובירט עס צו ניצען עס איז געווען שרעקליך.

איך בין נישט קיין גוטע שרייבער במקורי. איך האב געהאפט אז אולי וועט דאס מיר זיין א הילף. עס האט עס געמאכט אסאך ערגער. ער האט נישט געפאלגט, געשריבן זאכן וואס איך בכלל נישט געבעטן. געברענגט ראנג אינפארמעישן וכו' וכו'.
 
ווען איך ליין עפעס, אחוץ ליינען די ווערטער ליין איך אויך די געפילען פון די שרייבער, און איך טריי צו קאנעקטן מיט עים.
בעל השמועה עומד כנגדו
A i האט נישט קיין פילינגס ווי א מענטש און עס איז שווער צו עמאשענלי קאנעקטן
 
Good point אבער דו קענסט קאנעקטאן צו די מענטש וואס האט געשריבן פאר עי איי וואס צו שרייבן
 
עס איז 100% אזוי. איך בין געווען סארקאסטיש. איך האב אמאל פרובירט עס צו ניצען עס איז געווען שרעקליך.

איך בין נישט קיין גוטע שרייבער במקורי. איך האב געהאפט אז אולי וועט דאס מיר זיין א הילף. עס האט עס געמאכט אסאך ערגער. ער האט נישט געפאלגט, געשריבן זאכן וואס איך בכלל נישט געבעטן. געברענגט ראנג אינפארמעישן וכו' וכו'.
לדעתי איינמאל מ׳האט שוין א פארטיגע ארטיקל, נאר מ׳דארף עס בעסער מסדר זיין וכדו׳ קען AI צוהעלפן, הגם איך אליין נוץ עס נישט קיין סאך פאר דעם, אבער אסאך מאל וועגן דעם איז וואס איך שרייב טאקע נישט אזוי מסודר טאמער כ׳האב נישט גענוג צייט עס צו מסדר זיין.
אבער כ׳האב עס שוין גענוצט געציילטע מאל, ווי למשל איך וועל עם בעטן צו בעסער ארויס ברענגען א פוינט וואס איך וויל זאגן.
 
Back
Top