מי האיש - די לעגענדע פון יאשקע קאלעק

ברק הכחול

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2024
מעסעדזשעס
638
רעאקציע ראטע
3,360
פונקטן
423
ווען מען שפאצירט היינט אין די גאסן פון ווארשע, זעט מען מאדערנע געביידעס, ברייטע שאסייען און א פוילישע שטאט וואס קוקט אויס ווי יעדער אנדערער אייראפעאישער צענטער.
אבער ווער עס מאכט צו די אויגן און לאזט די דמיון לויפן א הונדערט יאר צוריק, קען נאך הערן דעם רוח פון די אלטע נאלעווקי גאס,א געדרענגטע שטאט מיט הונדערטער טויזנטער אידן. אין די גאסן האט מען געהערט אידיש כמעט אין יעדן ווינקל. מארקפלעצער האבן געקלאפט פון פרי ביז שפעט. קרעמערס האבן געשריגן זייערע סחורות. מלמדים האבן געשלעפט קינדער אין חדר. (אין 1913 איז געווען 300 געשעפטן אויף די נאלעווסקי גאס אליינס)
אין די שמאלע געסלעך פון די קראכמאלנע גאס, דארט וואו די ארימקייט האט געביסן אין די ביינער, האט זיך געבויט אן אייגענארטיגער שיכט פון מענטשן וואס מען האט גערופן די "חברה". דאס זענען נישט געווען קיין רוצחים אדער פרעמדע פארברעכער, דאס זענען געווען אידן, בעלי גוף, שטארקע לייט, מענטשן וואס די נויט האט זיי געטריבן צו נעמען דעם גורל אין די אייגענע הענט. זיי האבן געהאט זייער אייגענע קאוד אוו עטיק, זייער אייגענע געזעצן, און איבער אלעמען האבן זיי געהאט איין מענטש צו וועמען מען האט ארויסגעקוקט מיט א מישונג פון ציטער און רעספעקט: יאשקע קאלעק.

די זכרונות פון ווארשעווער אידן שילדערן יאשקע אלס א שטארקן מענטש מיט א גרויסן קערפער און א שטילער אויטאריטעט. ער איז נישט געווען קיין אפיציעלן פירער און נישט קיין מענטש מיט א פאזיציע. אבער אין די גאסן האט מען געוואוסט אז אויב עס ווערט צו ווילד, איז דא איינער וואס קען מאכן סדר.

יאשקע איז געווען א טיפ, א ריז פון א מאן מיט פלייצעס ווי מויערן, אבער מיט א בליק וואס האט געקענט בארויאיגן א שטורעם. ער איז נישט געווען דער וואס לויפט ארום מיט א מעסער אין גאס, ער איז געווען דער פרעזידענט. זיין אמט איז געווען צו האלטן סדר אין א וועלט וואו קיין שום פאליציאנט האט זיך נישט געוואלט אריינלאזן.
ווען צוויי גנבים האבן זיך צוקריגט איבער א "מעשה" (גניבה), אדער ווען א סוחר האט געפילט אז מען האט אים באעוולט, איז מען געגאנגען צו יאשקע'ן, ער איז געזעסן אין זיין שטיבל, ארומגערינגלט מיט זיינע געטרייע לייט, און געשניטן דין וחשבון.
דער "חברה-קאדעקס" פון יאשקע'ן איז געווען תורה למשה מסיני
א גנב וואס האט זיך דערוואגט צו רירן אן ארימער אלמנה אדער א מלמד וואס הארעוועט פאר א שטיקל ברויט, האט געוואוסט אז ער שפילט זיך מיט'ן פייער.
יאשקע האט געהאלטן אז גניבה איז א קונסט וואס מען ניצט קעגן די וואס האבן צופיל, נישט קעגן די וואס האבן גארנישט.
מען דערציילט אז איין מאל איז אן אלטער איד, א תלמיד חכם וואס האט יארן געשפארט געלט פאר זיין טאכטער'ס נדן, אריינגעקומען אין יאשקע'ס קעלער מיט ביטערע טרערן. דאס געלט איז פארשוואונדן געווארן א נאכט פאר דער חתונה. יאשקע האט אויסגעהערט די גאנצע מעשה און געזאגט בלויז איין זאך, מארגן אינדערפרי וועט דאס געלט זיין צוריק. פארן פארטאגס איז דאס גאנצע געלט געלעגן ביים איד אויפ'ן שוועל, אינאיינעם מיט פרישן בארכע און א פלאש בראנפן, א מתנה פון די "חברה" פאר דער כלה.
דאס לעבן פון יאשקע איז געווען א שטיק פאראדאקס. פון איין זייט איז ער געווען דער שרעק פון דער פאליציי, אבער פון דער אנדערער זייט האט ער געהאט אן אומגעהויערע יראת הכבוד פאר אלעם וואס איז הייליג. מען פלעגט אים זען אין דעם קליינעם "חברה-שטיבל" דאווענען מיט אן עכטן ברען. יום כיפור איז ביי אים געווען א טאג וואס מען רירט נישט קיין פאפיראס, אפילו ווען ער איז געזעסן אין דער טורמע. ער פלעגט זאגן: "מיר גנב'ענען ביי מענטשן, אבער מיר גנב'ענען נישט ביי דעם רבונו של עולם." ער האט אויסגעצאלט שכר לימוד פאר הונדערטער יתומים, און געמאכט זיכער אז יעדער ארימער בחור אין קווארטאל זאל האבן א ווארימע מאלצייט ראש חודש.
א באזונדערע קאפיטל איז געווען זיין שפראך. די חברה האבן גערעדט א לשון וואס קיינער פון אינדרויסן האט נישט פארשטאנען. ווען יאשקע האט געזאגט אז מען גייט "פאסטן", האט יעדער געוואוסט אז מען גרייט זיך אויף א תקופה אין טורמע. געלט איז געווען "קאפיטע", און א פאליציאנט איז געווען א "שפיק". אפילו די פוילישע פאליציי האט מיט דער צייט פארשטאנען אז עס לוינט זיך בעסער צו האבן א שמור לי ואשמור לך מיט יאשקע'ן. מען האט געוואוסט אז אין יענע געסלעך קען יאשקע מאכן מער סדר מיט איין ווארט ווי א גאנצע פאליציי-קאמפאניע מיט שטעקנס.
ווען די מלחמה איז אויסגעבראכן אין 1939, איז יאשקע'ס גבורה ארויס אין א נייעם פאָרם. די "חברה" זענען געווארן די וואס האבן געשמוגלט עסן אין געטא, דורכגעקראכן די קאנאלן און מויערן כדי צו ברענגען א שטיקל ברויט פאר הונגעריגע קינדער. דארט, אין דעם שוידערליכן חורבן, איז יאשקע קאלעק פארשוואונדן געווארן. טייל זאגן ער איז געפאלן ביים שמוגלען, אנדערע זאגן ער איז אומגעקומען אין די לאגערן. זיין עכטע סוף איז פארבליבן א מיסטעריע.



image_2026-03-16_015806386.webp

Screenshot 2026-03-16 015720.webp

רעסורסן
- ארכיוון פון די צייטונג 'היינט' (Haynt): אין די יארן 1925-1935
- זכרונות פון יצחק באשעוויס זינגער, ער האט געלעבט אויף דער קראכמאלנע גאס און זיין בוך "מיין טאטנס בית דין שטוב" שילדערט ער לעבעדיג וואס יאשקע קאלעק האט רעפרעזענטירט.
 
איך האב פרובירט צו טרעפן א בילד פון דעם יאשקע'ן, ולא הצלחתי.
אדרבה, ווער ס'טרעפט ווערט פארבעטן ארויפלייגן
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top