מילתא דבדיחותא

2 אלטע אידעלעך טרעפען זיך אויפ'ן גאס איין פרייטאג נאכמיטאג.........

יאשע: יאנקל, וואו גייסטו, אין מקוה?
יענקל: ניין, איך גיי אין מקוה.
יאשע: אה, איך האב געמיינט אז דו גייסט אין מקוה.
דערמאנט די עפיזאד וואס מען דערציילט אויף צוויי פוילישע אידן.

יענקל זעט ווי חיים גרייט זיך אויף א נסיעה, פרעגט ער אים וואו אהין פארט מען?
זאגט אים חיים קיין לאדז'.
שרייט אים יענקל אן, דו שקרן איינער! איך ווייס אז דו פארסט באמת קיין לאדז' און דו זאגסט מיר אז דו פארסט אויף לאדז' כדי איך זאל מיינען אז דו פארסט קיין ווארשע...
 
Toilet Knock Joke.jpg
 
'מספרים על יהודי בעיירה שקיבל ג'וב מהקהילה: לעמוד בשער ולחכות למשיח, כדי שכשיגיע סופסוף הוא ירוץ לבשר לכל התושבים שיקבלו את פניו. שאלו אותו פעם איך התפקיד, והשיב: המשכורת לא משהו אבל זו עבודה לכל החיים.'

קרעדיט: מענדי גרוזמאן - טוויטער
 
אויב די ווייב איז אלעמאל גערעכט און די מאן איז אלעמאל ווראונג, און א מאן זאגט פאר זיין ווייב אז זי איז גערעכט איז זי ווראונג אדער גערעכט?
 
אויב די ווייב איז אלעמאל גערעכט און די מאן איז אלעמאל ווראונג, און א מאן זאגט פאר זיין ווייב אז זי איז גערעכט איז זי ווראונג אדער גערעכט?
די ווייב איז נאכאלס גערעכט אפילו ווען זי איז גערעכט.

What part of אלעמאל don't you understand?
אתמהה
 
געוועהן איינער איז געגאנגען אין א פובליק טוילעט, בקיצור ס׳נישט געוועהן קיין טישוס קלאפט ער אויף די דערנעבענדיגע ס׳כיסע קנאק קנאק האסט טישוס? יא פאר א דאלער באקומסטו א טישו, א ברירה האט ער נישט געהאט ער שיקט אריבער א דאלאר און באקומט א טישו, דארפסט נאך א טישו איז נאך א דאלאר, פיין ער ענדיגט זיין מלאכה זעהט ער ווי דער יעניגער שטייט מיט באקסעס טישוס אין יענע טוילעט מיט דאלערס, אזוי האט ער געטוהן א גאנצע טאג ער האט באהאלטען אלע טישוס און אזוי מוז מען עים צאלן.
זאגט עם די טישולאזער פאר דעי חברה מאן האלאו ס׳א פיינע ביזנעס וואס די האסט דא געעפענט אין טוילעט אפשר ווער איך א שותף, ענטפערט ער עים איך האב דא צעהן פּישערס אבער ס׳קומט איין קאקער און ער וויל שוין ווערען א שותף…
 
מיין משגיח אין ישיבה האט געטייטשט, מה נורא המקום הזה - אז דער פלאץ זעהט אויס שרעקליך, אין זה כי אם בית אלוהים - מוז זיין אז דאס איז א בית מדרש..
 
א ינגעל איז געקומען און חדר אין געזאגט פאר זיין רבי אז זיין מאמע עסט באלבס, פון ווי ווייסטו פרעגט דע רבי ענטפערט די ינגעל איך הער יעדע נאכט ווי מיין טאטע זאגט פאר מיין מאמע לעש אויס די לייט אין נעם עס אריין אין מויל.....
 
וואס איז די חילוק צווישן לימונוב׳ער רב און בערל טויבער?
לימונוב׳ער רב מאכט אויף מעשיות וואס מען וויל הערן.
בערל טויבער מאכט אויף מעשיות וואס מען וויל נישט הערן.
און וואס איז די חילוק פונעם לימונובער מיטן ברודער שימון זאב ?
 
געווען ביים דענטיסט באקלאגענדיג זיך אז מיין צאן האט א לאך
און ב"ה ער האט אוועקגעומען דעם לאך און דאס אריבערגעפירט צום טאש !
 
א געוויסע בעקעריי וועלכע האט געליטן פון איינברעכערייען האט איינמאל פאר אלעמאל איינגעשטעלט זיכערהייט קאמערעס, און אויפגעהאנגען א שילד אויף דער טיר: "מיר זיפן די מעל, מיר באקוקן די אייער."
 
"זונדעל מיט הונדל"
זונדל דער פארמער האט זיך אריינגעגליטשט אין בעט נאך א ביזי חול המועד טאג און גלייך פארזינקן געווארן אין א טיפן שלאף, די שווערע האלב רויע פליישן און וויסקי'ס וואס ער האט פארציקט די לעצטע פאר טעג האבן אים געדרוקט אויפן מאגן און אויפן הארץ, זיין אטעמען האט זיך פארשווערט, ער האט זיך אינסטינקטיוו געלייגט ס'האנט אויפן הארץ אבער נאך פאר ער האט געקענט א הוס טאן איז שוין נישט געווען וואס צו טון, זונדל האט זיך געטראפן שטיין ביים בית דין של מעלה, "כבין געשטארבן אזוי פלוצלינג - האט ער געכליפעט - איך וויל נאך כאטשיג איינמאל זעהן מיין פאמיליע.."
האט מען געפסקנט אז ער קען צוריק אראפגיין אויפן עולם השפל,
מגולגל אין א האן
אויף זיין פארעם, ווי ער וועט קענען זעהן זיין פאמיליע פאר א וויילע. און פון זונדל איז געווארן א הונדל, ער דרייט זיך ארום מיט שיינע ווייסע פעדערן אויף זיין אייגענע פארם ווען מיטאמאל הייבט ער אהן שפירן שרעקליכע בויך ווייען, ער פרעגט דעם קאטשקע נעבן זיך צו ער ווייסט וואס די ווייטאגן מיינען,
דער קאטשקע רוקט אריין זיין לאנגע האלז פון אונטן פאר א גרונטליכען
בליק, און קומט צוריק מיט די פרייליכע נייעס "די גייסט אט אט לייגן אייער, ס'איז דאס ערשטע מאל?"
איך שפיר ווי איך האב שוין געהאט אמאל די זעלבע עקספיריענס אבער סאיז דעפינעטלי די ערשטע מאל וואס איך לייג אייער, ענטפערט אונזער
הונדל דער געוועזענער ר' זונדל אנגעצויגענערהייט.
האלט דיך רואיג, בארואיגט אים די קאטשקע, לאז נאטור טון זיין ארבייט.
און דער הונדל האט נאך איטליכע מינוטן אנגעהויבן לייגן די ערשטע איי, בשעת די קאטשקע האלט אים אונטער ביים האלז, מיט עקסטאז שרייט דער הונדל: "איך מיין סקומט א צווייטער, וועלכע האט זיך טאקע גלייך דערויף ארויסגעגליטשט, ווען ער האט שוין געהאלטן אינמיטן לייגן די דריטע איי קלאפט אים איינער פלוצלינג אויפן קאפ,
זיין ווייב שיינדל שרייט מיט קולות: "זונדל דו באמאכסטעך אין בעט.."
 
Back
Top