מילתא דבדיחותא

ביי א לוי' (ל"ע) האט זיך אויפגעשטעלט איינער און גערעדט און גערעדט און גערעדט ממש געקראכען אויף די נערווען.

גייט צו, צו איהם דער רב, און זאגט איהם...

זאג נאר, דו ווייסט אז א מת איז אסור בהנאה
 
עס איז געוועהן אמאהל אז צוויי ליטווישע ראשי ישיבות זענען ל"ע אוועק צוזאמען.

ביי די לוי' האט זיך אויפגעשטעלט איינער און געזאגט...

רבותי מיתת צדיקים איז א קרבן,

שטעלט איין פאר וואס פאר א קרבן אונז ברענגען היינט...

היינט ברענגען אונז צוויי אזעליכע גרויסע אקסען
 
א חבר האט דאס היינט ארויפגעשטעלט אין סטאטוס - האב איך עס געמוזט מיטטיילן דא
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 78D884F8-AB88-4EC7-BACB-5020083C1128.jpeg
    78D884F8-AB88-4EC7-BACB-5020083C1128.jpeg
    112.3 KB · געזען: 154
Kwanzaa Claus kicked in my back door and stole my color TV
 
אויב טראמפ איז ווען א איד וואלט ער בלי ספק געווען אן איידעם ביים ישועות משה.


אויב ביידען איז ווען א איד וואלט בלי ספק געווען א זון פונעם ישועת משה.
קרעדיט:מיין שוואגער, ביי לאווע מאלקע/ חאניקע פאדי
 
מען האט געפרעגט א גרוש וויאזוי ער הענדעלט עס אז ער איז סינגעל בשעת אלע זיינע חברים זענען חתונה געהאט, האט ער גענטפערט אז ס׳טוט מיר זיי וויי אבער איך קען זיי נישט העלפן…
 
האט איר שוין אריינגעטראכט וואס וויל פרעזידענט טראמפ פון סאטמאר רבי אז ער וויל זיצן מיט אים???
צו דען אינטערסירט אים...
די קליינע שטעטל מאנראו?
די גזירת החינוך?
צו די פייפליין?
צו גאר צו באשטעטיגן א עירוב ארום וויליאמסבורג?
צו דען האט ער טאקע נישט וואס צו טוהן מיטן טאג?
נאר וואס דען???

די תירוץ איז זייער פשוט נאכדעם וואס טראמפ האט פלענער צו אנעקסירן פאנאמע, קאנאדע, גרינלאנד, גאלף אוו מעקסיקא.
און פארשפרעכט דאס צו טוהן אן מלחמה האט ער געטראכט צו זיך אז די איינציגסטע אין די וועלט וואס האט אנעקסירט שטחים בלויז מיט קריאת השם איז די סאטמאר רבי...😅🙂
 
איך בין געגאנגען מוצאי שבת צו מיין ברודער הויז הער איך ווי מיינע נעפיוז שפילן מצווה קינדער, די ערשטע איז טאטי נאכדעם נעמען זיי א מענטש פאר מאמי און די דריטע מענטש איז …… יואלי לאנדא, ער איז מער פאפעלער ווי סאטמאר׳ע רבי אין וויליאמסבורג.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top