מילתא דבדיחותא

זאגט מיר א חבר אז זיין טאע איז פון אייסלאנד און זיין מאמע איז פון קיובא, קומט אויס אז ער איז א אייסקיוב.
 
אן אלט ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה

וירא בלק בן ציפור

וירא... אויב מען זעהט

בא... לאק... עס קומט איינער מיט שיינע געקלאקערטע פיאות

בן ציפור... דער איז יענער פויגעל
 
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו א שנאררער מיט געלט אין ביידע הענט.

ערשט בעט ער צדקה מיט איין האנט און דערנאך בעט ער נאך אמאהל צדקה מיט דער אנדערער האנט.

פרעג איך איהם, וואס איז פשט?

זאגט ער מיר, אז ביזנעס איז אזוי גוט, ער האט גע-עפענט א צווייטע געשעפט (א צווייטע ברענטש)
 
IMG_1803.jpeg
 
נאך א יאר צאלן פארן דזשים און נישט זען קיין רעזולטאטן, האב איך מחליט געווען אז איך גיי פערזענליך אראפגיין דארט און זען וואס גייט פאר מיט זיי….
 
אן אלט ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה

וירא בלק בן ציפור

וירא... אויב מען זעהט

בא... לאק... עס קומט איינער מיט שיינע געקלאקערטע פיאות

בן ציפור... דער איז יענער פויגעל
אוי דעמאנסט מיר זכרונות פון חדר...
 
אוי דעמאנסט מיר זכרונות פון חדר...
נא דיר נאך איינס...

פון וואו ווייסט מען אז בלק איז געוועהן אן אלטער בחור? און האט נישט חתונה געהאט?

פארוואס האט ער געדארפט רופען בלעם צו שעלטען? ער האט דאך א ווייב און א שוויגער? נאר ער איז געוועהן א בחור
 
פארוואס הייסט עס פרשת בלק און נישט בלעם ביידע זענען דאך געווען די זעלבע שקצים ובאותו עצה?
נאר בלק האט באצאלט געלט אשע"כ איז פשוט אז מ׳האט עס ארויפגעלייגט אויף זיין נאמען....
 
Back
Top