מילתא דבדיחותא

אן אלט ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה

וירא בלק בן ציפור

וירא... אויב מען זעהט

בא... לאק... עס קומט איינער מיט שיינע געקלאקערטע פיאות

בן ציפור... דער איז יענער פויגעל
 
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו א שנאררער מיט געלט אין ביידע הענט.

ערשט בעט ער צדקה מיט איין האנט און דערנאך בעט ער נאך אמאהל צדקה מיט דער אנדערער האנט.

פרעג איך איהם, וואס איז פשט?

זאגט ער מיר, אז ביזנעס איז אזוי גוט, ער האט גע-עפענט א צווייטע געשעפט (א צווייטע ברענטש)
 
IMG_1803.jpeg
 
Back
Top