אליהו הנביא קומט אראפ און קומט אן לעבען די הייוועי אין וויליאמסבורג. נאך אפאר מינוט שטעלט זיך אפ א גרויסע שווארצע סעבורבען מיט רויטע בליטשקעדיגע לייטס, די פענסטער עפענט זיך און איינער שרייט ארויס...
זאג נאר, דו פארסט אויף מאנדראו? קום אריין
ער זעצט זיך אריין און דארט זיצט סאטמר רבי
נאך אפאר מינוט רופט זיך אן סאטמר רבי, דו זעסט אויס זייער הונגעריג, איך האב דא אן איבריגע פאסטראמי סענדוויטש, נא דיר
און אליהו הנביא עסט
נאך אפאר מינוט רופט זיך ווידער אן סאטמר רבי, מסתמא ביזטו דארשטיג, דא נאר דיר א קאלט פלעשעל ביר
און אליהו הנביא נעמט און טרונקט עס אויס
נאך אפאר מינוט רופט זיך אן סאטמר רבי, דו ווילסט באמת פארזוכען עפעס גוט? איך האב א פעקעל פרושע מאריחוואנא דראגס, פארזוך
נאכען אפרייכערען א גאנצען פעקעל רופט זיך אן אליהו הנביא, לאמיר דיר זאגען, ווייל דו ביזט געוועהן אזוי שיין צו מיר מעג איך זיך מגלה זיין, איך בין אליהו הנביא
רופט זיך אן סאטמר רבי... דאס איז גוטע סחורה, ניין?