מילתא דבדיחותא

א רבי פרעגט די קלאס

ווער אין קלאס איז א כהן?

צוויי אינגלאך הייבען אויף די הענט

ווער דא איז א לוי ? פרעגט ווייטער דער רבי

דריי אינגלאך הייבען אויף די הענט

און ווער איז א ישראל פרעגט דער רבי

אלע איבריגע הייבען די הענט אויסער איין אינגעל

דער רבי פרעגט איהם דו ביזט נישט א ישראל? נו וואס ביזטו יא?

איך בין א וויזניצער ענטפערט דער אינגעל, א חסיד פון דער הייליגע רעבע
דארף דאס לייגן און א דארק קאמעדי thread
 
א אלטער יוד שטייט אנפאנג דאווענען און מיטאמאל שלעפט ער שנעל אראפ זיין טלית און תפילין און גייט אפאר טריט, און נאכדעם דרייט ער זיך אויס און טוט צוריק אן זיין טו"ת,
נעקסטע צופרי ביים דאווענען זעהט מען איהם זיך אראפזעצן פאר אפאר מינוט און זעהט אויס זייער צוטומעלט. פרעגט עם זיין שכן וואס גייט פאר מיט דיר לעצטענס ביים דאווענען?
ענטפערט דער אלטיטשקער, נעכטן האט מיך געדאכט אז איך דארף אין בית כסא
און היינט האט זיך געדאכט אז איך דארף נישט.......
 
א איד איז אריין צו ר' אהרן ט"ב זאגן אז ער ווייסט נישט וואס צו טוהן מיט זיין זוהן, ער שניידט זיך די בארד, האט אים ר' אהרן געזאגט, ס'קען נישט זיין אז דיין זוהן שניידט די בארד, איך האב געטראפן דיין זוהן אינמיטן ספירה אין זיין בארד איז געווען קליין…
 
אליהו הנביא קומט אראפ און קומט אן לעבען די הייוועי אין וויליאמסבורג. נאך אפאר מינוט שטעלט זיך אפ א גרויסע שווארצע סעבורבען מיט רויטע בליטשקעדיגע לייטס, די פענסטער עפענט זיך און איינער שרייט ארויס...

זאג נאר, דו פארסט אויף מאנדראו? קום אריין

ער זעצט זיך אריין און דארט זיצט סאטמר רבי

נאך אפאר מינוט רופט זיך אן סאטמר רבי, דו זעסט אויס זייער הונגעריג, איך האב דא אן איבריגע פאסטראמי סענדוויטש, נא דיר

און אליהו הנביא עסט

נאך אפאר מינוט רופט זיך ווידער אן סאטמר רבי, מסתמא ביזטו דארשטיג, דא נאר דיר א קאלט פלעשעל ביר

און אליהו הנביא נעמט און טרונקט עס אויס

נאך אפאר מינוט רופט זיך אן סאטמר רבי, דו ווילסט באמת פארזוכען עפעס גוט? איך האב א פעקעל פרושע מאריחוואנא דראגס, פארזוך

נאכען אפרייכערען א גאנצען פעקעל רופט זיך אן אליהו הנביא, לאמיר דיר זאגען, ווייל דו ביזט געוועהן אזוי שיין צו מיר מעג איך זיך מגלה זיין, איך בין אליהו הנביא

רופט זיך אן סאטמר רבי... דאס איז גוטע סחורה, ניין?
 
דערמאנסט מיר פון די גרינע יצר טוב...
 
איך מוז וויסן וועלכע סאטמאר רבי....
איך האב זיך נאך געפרעגט און קען נישט זיין סאטמר רבי, ביידע נישט

קודם זיי פארען דאך נישט מיט איין סאבורבען, זיי פארען מיט 15 און מיט פאליציי און ביידע פון זיי וואלטען זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיינעם אפי פאר משיח אויך נישט

סא זאהל זיין א צווייטע רבי, איעדער קען אריין לייגען וועליכע ער וויל
 
1767972181620.webp
 
BREAKING
🚨
🚨
During a rôbbery in Zimbabwe, the thiêf shouted to everyone in the bank:“Don’t move! The môney belongs to the State — your lives belong to you.”Everyone in the bank lay down quietly.This is called “Changing the way of thinking” — shifting the traditional mindset.When a woman lay provocatively on a table, the thief shouted:“Please be civilized! This is a robbery, not a råpe!”This is called “Being Professional.” Focus only on what you are trained to do!When the robbers returned home, the younger thiêf (who had an MBA) said to the older thiêf (who had only finished sixth grade):“Big brother, let’s count how much we got.”The older thiêf replied:“You’re so stupid! There’s too much money — it’ll take forever to count. Tonight, the TV news will tell us how much we stole.”This is called “Experience.” Nowadays, experience is more valuable than academic qualifications!After the rôbber's left, the bank manager told the supervisor to call the police quickly. But the supervisor said:“Wait! Let’s take $10 million from the bank for ourselves and add it to the $70 million we’ve already embezzled.”This is called “Going with the flow.” Turning a disadvantageous situation into an advantage!The supervisor then said:“It would be great if there was a rôbbery every month.”This is called “Killîng boredöm.” Personal happiness is more important than work.The next day, the news reported that $100 million had been stolen from the bank.The rôbber's counted and counted but only found $20 million.Furious, they complained:“We risked our lives and only got $20 million. The bank manager took $80 million in an instant! Looks like it’s better to be educated than to be a thièf.”This is called “Knowledge is as valuable as gold.”Meanwhile, the bank manager smiled, relieved that his stock market losses were now covered by the robbery.This is called “Seizing the opportunity."” Dare to take risks!So… who are the real thievés?Just for fun
😆
 
האבן ענק אמאהל אריין געטראכט...

די סגולה פון פרשת המן ארבעט פונקט פארקערט פון די מן.

די צדיקים מוזען גיין צום ספרים שאפע און ארויס נעמען א חומש.

די בינונים קענין דאס ארויס פרינטען פון אן אימייל.

און די רש*** קענען דאס זאגען גלייך פון וואטסעפפ.
 
קען נישט זיין איך בין א צדיק.. און אין איך קען עס זאגן גלייך פון וואטסאפפ!
 
א גאליציאנער אידל איז געקומען באזוכן זיין חבר, און דער בעה"ב האט איהם געוואלט מכבד זיין מיט א קאווע, פרעגט ער דעם אורח: "וויפיל צוקער?" זאגט איהם דער גאסט: "ווענדט זיך, אין שול נוץ איך פיר לעפלען, אינדערהיים גארנישט".
רופט זיך דער גאסטגעבער אן: "פיל זיך היימיש"...
 
א פרוי זאגט צו איהר מאן...

טאטי, לאמיר שחט'ן א שעפסיל לכבוד אונזער 30'סטער יום החתונה... אניווערסיטי בלע"ז

ענטפערט ער, מאמי, וואס איז דער שעפסיל שולדיג פאר א טעות וואס א חמור האט געמאכט?
 
א פרוי גייט צו א ספרדישען חכם... א באבא... וועליכע מען האט געזאגט אויף איהם אז ער קען זאגען עתידות... ער ווייסט וואס גייט זיין.

ער נעמט איהר קוויטעל און טראכט א מינוט און רופט זיך אן צו איהר... איך זעה אז דיין מאן וועט גע'הרג'ט ווערן די יאהר ל"ע

זאגט זי, דאס ווייס איך שוין, וואס איך וויל וויסען איז וואס קען איך טאן מען זאהל מיר פסק'נן נישט שולדיג און ארויסלאזען פריי
 
Back
Top