מילתא דבדיחותא

א איד איז זיך געקומען אויסרעדן צו זיין רבי אז זיין זין שטייט אויף פארטאגס ער לויפט אין מקווה און נאכדעם לויפט ער אין בית מדרש און ער זעצט זיך לערנען פאר אפאר שעה און נאכדעם דאווענט ער לאנג און נאכדעם עסט ער קוים עפעס פאר פרישטאג און לויפט גלייך לערנען. זאגט עם די רבי איך טוה דאס אויך. זאג דער איד, דער רבי טוט עס דאך פאר פרנסה אבער מיין זין מיינט עס נעבעך ערנסט.
 
לרגל יום השואה:
א מלחמה איבערלעבער וואס איז געווען א בדחן קומט ארויף אינעם עולם האמת אחמוע"ש, ג-ט ב"ה פרעגט אים לאמיר הערן עפעס א גוטן דזשאוק, האט אים דער אידל נאכגעזאגט עפעס א דזשאוק איבער די האלאקאוסט, זאגט אים ג-ט ב"ה ס'איז נישט פאני בכלל, ענטפערט ער: מ'האט געדארפט זיין דארט, דאס צו פארשטיין...
View: https://www.youtube.com/watch?v=pzeMehayd9Y
 
עס איז מיר איינגעפאלען א קשיא...

יעצט אז דער פובסט האט גפגרט גייען אלע קאטאליקען ארויס פון עיר מקלט(תפיסה)?
 
א איד איז זיך געקומען אויסרעדן צו זיין רבי אז זיין זין שטייט אויף פארטאגס ער לויפט אין מקווה און נאכדעם לויפט ער אין בית מדרש און ער זעצט זיך לערנען פאר אפאר שעה און נאכדעם דאווענט ער לאנג און נאכדעם עסט ער קוים עפעס פאר פרישטאג און לויפט גלייך לערנען. זאגט עם די רבי איך טוה דאס אויך. זאג דער איד, דער רבי טוט עס דאך פאר פרנסה אבער מיין זין מיינט עס נעבעך ערנסט.
מען פארציילט עס אויפן אהבת ישראל פון וויזשניץ
 
א איד איז זיך געקומן אפרעדן צום רבי אז די סגולה פון די שליסל חלה ארבעט נישט און ער האט נישט קיין פרנסה, האט עם די רבי געזאגט אז די סגולה ארבעט יא - די ארבעטסט נישט.
 
א בריסקער יונגערמאן האט שווער געהאט די הו"א פון די גמ׳ אז שחיטה זאל זיין בזנבו נישט אין די צואר, און האט פארענטפערט אז די פשט איז אזוי, אז אוודאי איז נישט געווען קיין הו"א אז די מעשה שחיטה אליינס זאל געטון ווערן אין די זנב, נאר די גמ׳ האט געהאלטן אז ס׳זאל זיך אפטון א חלות שחיטת זנבו אין די צואר.
 
שליסל חלה 2025
image000000.jpeg
 
Back
Top