מילתא דבדיחותא

האט איינער א אהנונג צו אמשיניווער רבי האט שוין געליינט די מגילה?
אויב האסטו פארפאסט די מגילה מיין איך אז דו ביסט נישט מחויב צו ווערן אן אמשינוב'ער חסיד (אדער אהין פארן) כדי צו יוצא זיין - פונקט ווי מ'איז נישט מחויב צו נעמען קיין קאנקארד אויף מערב ווען מ'פארפאסט דעם זמן קר"ש..

לכאורה...
 
פורים ביי די עד דלא ידע איז מיר איינגעפאלען...
ווי אוי רופט מען ( אויף אידיש\לשון קודש) די גרויסע טרעילערס וועליכע שלעפען קארס?

על אחת כמה וכמה
 
פארוואס האט אחשורוש געטיילט וויין וואס איז עלטער פונעם טרינקער?
ווייל די רעבע זי"ע אידן זענען געקומען מוחה זיין אויף די היינטיגע וויין טרונקעריי, האט ער געמוזט יעדן שטיל מאכן אז עס איז עלטער פון דיר
 
האט איינער א אהנונג צו אמשיניווער רבי האט שוין געליינט די מגילה?
דערמאנסט מיך דער שאלה וואס טוט א איד וואס טרעפט חמץ און פסח??? ער שיקט עס צו דער אמשינאווער פאר משלוח מנות
 
די סיבה איך געב נישט קיין קרעדיט אויף דזשאוקס איז ווייל איך נעם עס פון א סטעטוס, וואס נעמט עס פון א גראופ, וואס נעמט עס פון טוויטער, וואס נעמט עס פון א פארום, וואס נעמט עס פון זיין חברותא, וואס האט עס געהערט פון זיין שוויגער, וואס האט עס ארויפגעלייגט אויף יענקל מילער, סאו פאר וועם זאל איך יעצט געבן קרעדיט?
כמעט ווי חד גדיא
 
לעצט רעדאגירט:
דערמאנסט מיך דער שאלה וואס טוט א איד וואס טרעפט חמץ און פסח??? ער שיקט עס צו דער אמשינאווער פאר משלוח מנות
אדער ווי יענער זאגט...
אמשינאווער רבי'ס סוכה האט זיך פארברענט אום פסח פון די חנוכה ליכט....
 
אדער ווי יענער זאגט...
אמשינאווער רבי'ס סוכה האט זיך פארברענט אום פסח פון די חנוכה ליכט....
אנדערע זאגן אז אמשינאווער רבי איז אנגעקומען צום כינוס כלל ישראל אין סיטי פיעלד,
און ער האט זיך געטראפן אינמיטן א העווי באל געים...
 
ווען אילאן מאסק האט דעזיינט דעם סייבערטראק האט קיינער נישט פארשטאנען פארוואס ס'ברויך זיין בולעט-פרופף, אצינד פארשטייט שוין יעדער...
 
איינער האט אמאל געפרעגט איינעם אויב מען מעג זיין בעצבות שבת.
האט ער געזאגט נאר אויב דעס מאכט דיר בשמחה....
 
איינער האט אמאהל געפרעגט פון א ליטוואק, פארוואס איז נישט דא קיין מצוה טאנץ ביי ענקערע חתונות. האט דער ליטוואק גענטפערט, ווייל אונז האבן נישט קיין גארטל...
 
ד׳ כוסות נוסח תשפ״ה
IMG_2635.jpeg
 
Back
Top