מילתא דבדיחותא

אינטערסאנט ווייל איל האב עס גהערט א ביסל אנדערש..
איך האב אמאהל געהערט ווי צוויי עלטערע אידן שמועסען...

איינער זאגט אז עס איז נישט קיין קונץ צו זיין דוד המלך און שרייבען דעם תהילים...

רוב פון תהילים זענען דאך סקולענע ניגונים
 
איך בין געגאנגען באזוכען אן אלטען שכן וואס מען האט אריינגעלייגט אין א מושב זקנים. נאך אפאר מינוט בין איך נישט געוועהן זיכער אויב ער געדענקט ווער איך בין.

האב איך איהם געפרעגט, ר' משה? איהר ווייסט ווער איך בין?

ניין ענטפערט ער אבער אויב דו גייסט ארויס צום דעסק און דו פרעגסט ביי די נורסעס, וועלען זיי דיר זאגען ווער דו ביזט און אין וועליכע צומער דו שלאפסט
 
מ'דערציילט אויף איינע פון די קרעטשניף'דיגע רבי'ס ער איז געזיצן אויף די קאקער בענקל מוצ"ש
זכור, אין געמאכט קולות!!! עמלק ארויס!!!! עמלק ארויס!!!! ב"ה, יצאה ה'קיגל בטהרה
 
2b6a6084-fb36-46af-b86b-ea69e5a20869.jpeg
 
כ'האב דיך קיינמאל נישט אנגערופן נאריש, אבער ווען כ'האב דיך געבעטן צו אויסלייגן די ווארט "orange" און דו האסט מיך געפרעגט די פרוכט אדער די קאליר, האסטו מיך אביסל איבערראשט.
 
איינער זאגט מיר היינט אז מענטשן עסן מער באנאנעס ווי מאלפעס. זיכער אזוי, איך געדענק נישט די לעצטע מאל ווען איך האב געגעסן אַ מאלפע.
 
די מעשה גייט אביסעל אנדערש,, איינער זאגט מיר היינט אז די סטאטיסטיקס ווייזן אז מענטשן עסן מער באנאנעס
ווי וויפיהל מאלפעס עסן , זאג איך איהם, זיכער אזוי? איך געדענק נישט די לעצטע מאל ווען איך האב געגעסן א באנאנע זאגט ער מיר, זעהט אויס איך רעדט דא צו א ........
 
מאכט זיך צומאל אז די געדאנקען אין מיין קאפ ווערן לאנגווייליג און זיי גייען ארויס פאר א שפאציר, דורך מיין מויל. דאס איז זעלטן א גוטע זאך.
 
מאכט זיך צומאל אז די געדאנקען אין מיין קאפ ווערן לאנגווייליג און זיי גייען ארויס פאר א שפאציר, דורך מיין מויל. דאס איז זעלטן א גוטע זאך.
און ווען דיין שכן/חבר'ס געדאנקן טוהן די זעלבע זאך דאן ווערט צוזאמען געשאפן א גוטע חברותא און קענען גיין שפאצירן ארעמגעשלאסן
 
אמאל האט פאסירט אז איך האב געזען א פרוי, מיין שכנ'טע, גיין צו די טיר. איך האב געוואלט זיין העפליך האב איך עס געעפנט פאר איר. אנשטאט זי זאל זיך באדאנקען, האט זי אנגעהויבן מאכן קולות און יללות צוזאמען מיט אלע אנדערע פאסאנדזשירן אויפן פליגער. גיי פארשטיי...
 
האט זי אנגעהויבן מאכן קולות און יללות
דאס מוז נישט האבן פּאסירט אויף א פליענדיגע פליגער מיט א אפענער טיר. דאס האט אפילו געקענט פּאסירן פארענדיג אין א קאר מיט פארמאכטע טירן🤣
 
קפ
היסטאריע חזר'ט זיך איבער: פרעזידענט אחשוורוש/טראמפ יר"ה.• אחשוורוש איז געווען א פשוטע גוי ביז ער איז געווארן קעניג.• א מחלוקה צו א טיפש אדער חכם.• ער איז געקומען צו די מלוכה מיט די הילף פון זיין עשירות.• געהאט א תאווה צו אנעקסירן נאך לענדער. (שבע ועשרים ומאה מדינה/ גרינלאנד, פאנאמע, וכו')• ער האט געהאט אידן אלס נאנטע משפחה מיטגלידער.• געווען ארומגענומען מיט אנטיסעמיטן.• ער זעלבסט איז נישט געווען קיין אידן-פיינט.• פלעגט זיך גאר אפט בארימען מיט זיין עשירות.• פלעגט זיך בארימען מיט זיין שיינע ווייב.• דורכגעלעבט אן אטענטאט פריוו. (בגתן ותרש.)• זיינע נאנטע וואס האבן אויפגעליינט די 'ספר הזכרונות' האבן איהם געוואלט געבן 'פעיק ניוז'. • געטוישט עקסטרעמע שטעלונגען פון איין מינוט צו די אנדערע.• ער האט נישט געקענט שלאפן ביינאכט (אבער דאן איז נאכנישט געווען קיין X/טרוט סאשעל..)• יעדע דבר המלך איז עווענטועל אנגעקומען אין געריכט (לפני כל יודעי דת ודין....)• געשוימט פאר כעס איבער די ליעקס צו די פרעסע (ויקצוף המלך מאוד, וחמתו בערה בו...)• ער האט געגעבן שטייער הנחות פאר זיינע שטיצער.• און אלע לענדער ווי זיינע מעלדונגען (און טאריפ'ס) זענען אנגעקומען איז געווארן א אבל גדול.• ארויפגעלייגט טאריפס אויף פראדוקטן פון אנדערע לענדער (וישם המלך מס על הארץ ואיי הים...)• ער האט זיך נאר באניצט מיט פערזענליכע שלוחים צו שיקן זיינע מעלדונגען.• ער האט זיכער געמאכט אז א פרוי פירט נישט דאס לאנד ביים נאז...תן לחכם ויחכם עוד...
 
ראקעט סייענס: פארוואס ברויך א ראקעט האבן 2 סטעיזשעס? :unsure:

אזוי אז טאמער איין סטעידזש עקספלאדירט קען מען נאך אלס אנצייגן: קוק! די אנדערע האלב האט נישט געקראכט... בקיצור די פארדאפלטסט די שאנסן פון קענען טריאומפירן אז ס'געלונגען....


 
איך קעניש די מקור לכאורה אייוועלט
איך לייג עס איבער לטבת די וואס זייער פילטער בלאקט אייוועלט....
והקרעדיט למי שכתבו

ודתיהם שונות מכל עם

אין די מגילה שטייט אז המן האט געזאגט ודתיהם שונות מכל עם די געזעצן פון די יודן זענען אנדערש פון די גוייאישע געזעצן.
פארשידענע פראזן און זאצן וואס ווערט געניצט צווישן יודן, וואס א גוי וועט דאס בשום אופן נישט קענען פארשטיין,


- ווען איז היינט דער זמן

- וויאווי רופט מען אייך אויף (ביי אן עלייה)
- עס איז נישט צניעות'דיג

- מען זאנט נאר האלב הלל

- ער פארשטייט זיך זיין שטעטל

- האב אינזין יוצא צו זיין.

- מאמי, ווען ווער מיר אונז מילכיג

- עס איז נישט דא קיין לבנה.

- האק נישט קיין טשייניק.

- נעקסטע וואך פאהר איך אי"ה אויף מקומות הקדושים.

- האסט שוין קידוש געמאכט ?

- איך לאז איבער דעם סיום פאר די ניין טעג

- ער גארגעלט זיך ביים עמוד
- ער האט ליב דאס בדעטל.

- ער האט אפגעכיפערט דאס דאווענען.

- ער דרייט מיר אראם דעם קאפ.

- מען האלט ביי די דריטע הקפה.

- ער טויגט אויף כפרות.

- זיי מוחל דערלאנג מיר די מים אחרונים.

- אסאך יודיש נחת.


- ווי דאווענטסטו אין די הייליגע טעג?

- גאנץ אויבן איז דא א בלאט פלעק.

- רוף אריין די כלה צום בענטשן.

- ער לעקט נישט קיין האניג פון זיין בחור

- איך בין מקפיד אויף צוויי און זיבעציג.

- ביי אונז אין די משפחה פירט מען זיך נישט אזוי

- איך קען אייך אפשר געבן טועמיה

- א האלבע שעה פויזע.
- דער רבי איז שוין אריינגעקומען צום טיש.
- דו רעדטס ווי א באבע.

- איך שפיר מיך ווי א אויסגעקלאפטע הושענה.

- פארוואס גייסטו היינט מיט א ווייסע העמעד

- איך האב איהם אריינגעגעבן אין באבענס באבען אריין !

- לייג עם אין שיימעס.

- הער שוין אויף מיט דייגע באבע מעשיות

- דער מולד וועט זיין.....

- מאך דיר די פיאות.

- ער שפאצירט מיר דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן

- א יאהר מיט א מיטוואך.

- ער קען זיך קוים אויסקראצן.

- נעמסט מיך ארויס פון די כלים.

- עם אינטערסירט מיך ווי דער פאריעהריגער שניי.

- ער איז א חיה רעה!

- וועלעבע סדרה גייט די וואך ?

- דו קענסט אפשר אריינקומען משלים זיין ?

- ווען האט עטס גענדיגט נעכטן דעם סדר.

- עס האט אנגעהאלטן פון תענית ביז פורים.

- די וואך איז שבת מברכים.

- שטעל דיך אויפן קאפ.

- איך האב איהם אין בוידעם.

-נעכטן האט מען געציילט 25.

- ניי וואש דיך.

- איך מאוף אוועק אויף די צווייטע טעג.

- ער זיצט ווי א יון אין די סוכה.

- איך בין אין די יאהר

- דא טאר מען נישט טראגן.

- ער פאקט איהם איין אין זיין ליקע טאש

- ער קוקט אזוי ווי דער האן אין בני אדם

- אוי האב איך איהם געלערנט טאנצן

- איך האב געטאפט א וואנט.

- מארגן נאכן קוגל.

-עס איז ליסטוג און לעבעדיג אז עס גייט א רויעך

- איך האב פארגעסן יעלה ויבא.

- אפשר טוסטו א טובה פארן עולם און דו גייסט צו.

- עס שטעלט זיך א מנין מעריב אין זאל

- מען גייט שוין צום באדעקן.

- דער עולם זאל נישט פארגעסן צו געבן שבת געלט.

- האסט דאס געזעהן ביי דיין טאטן ?

- רבותי מיר וועלן בענטשן.

- ער איז א געזונטער עם הארץ.
 
Back
Top