מילתא דבדיחותא

א פאר קינדער האבן מיר היינט געפרעגט ווי אזוי ס'איז געווען פאר מיר אויפצואוואקסן...
...האב איך זיי צוגענומען די טעלעפאנען, אויסגעלאשן זייער אינטערנעט, געגעבן א פאפסיקל און זיי געהייסן גיין אין דרויסן ביז די גאסן לאמפן צונדן זיך אן.
דיין פאסיק האסטו נישט אויסגעטון...?
 
משה קומט ארויף אין הימל און מען איז בודק זיינע מעשים. נאך א שטיק צייט זאגט איהם דער בית דין עס איז פונקט חצי חצי. דו האסט נישט געטוהן גענוג שלעכט צוגיין אין גיהנם און נישט גענוג גוט צוגיין אין גן עדן. זאג אונז עפעס... דערמאן אונז עפעס וואס דו האסט געטוהן און דאס וועט אונז העלפען מחליט זיין.

ער טראכט א מינוט און זאגט. איך בין געפארען מיט מיין קאר אויפ'ן וועג צו בארא פארק אין מיט'ן זעה איך ווי א גרופע שווארצע שלאגען אן עלטערע פרוי. איך האב זיך נישט דערשראקען און איך האב אפגעשטעלט מיין קאר און צוגעגאנגען צו זייער פירער. א גרויסער 6 פיסיגער שווארצער. ער האט געהאט א א אויער-רינגעל אין די ליפען, איך האב דאס ארויסגעריסן און געשריגען אז ער זאהל זיך שוין אפ-פיצען פון דארט און אז נישט וועט איהם נישט גוט זיין

מורא'דיג זאגט דער בית דין, ווי לאנג צוריק האט דאס פאסירט?

ענטפערט ער... פאר בערך 3 מינוט צוריק
 
א עלטערע קאפל זיצן אויבן אין גן עדן צוזאמען, רופט זי זיך אן wow ס'איז אזוי געשמאק צו זיין דא די תענוג איז דאך מורא'דיג, זאגט ער איהר צירוק, יא יא ווען נישט דיין אלע געזונטע עסן וואס דו האסט מיך געשטיפט צו עסן וואלט איך שוין דא געוועהן פריער......
 
א מענטש קומט צו זיין רב: "רב וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צו מיר, מיין זון האט פארלאזט די הויז און געווארן א קריסט"

"שש וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צו מיר, מיין זון האט אויך פארלאזט די הויז און געווארן א קריסט" זאגט דער רב.

-איז וואס גיין מיר טון?
- לאמיר דאווענען צום גאט

האבן זיי געדאווענט צו גאט און גאט האט גענטפערט "וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צו מיר"..

(בשם מאדי ראזענפעלד)
 
א מענטש קומט צו זיין רב: "רב וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צו מיר, מיין זון האט פארלאזט די הויז און געווארן א קריסט"

"שש וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צו מיר, מיין זון האט אויך פארלאזט די הויז און געווארן א קריסט" זאגט דער רב.

-איז וואס גיין מיר טון?
- לאמיר דאווענען צום גאט

האבן זיי געדאווענט צו גאט און גאט האט גענטפערט "וועסט נישט גלייבן וואס האט פאסירט צו מיר"..

(בשם מאדי ראזענפעלד)

ב"ה אונז האלטן אן די מסורה המסורה לנו מק"ש פון @שמעקעדיג צו אנצייכענען ווען דזשאוקס ווערן ריסייקלד....
 
ב"ה אונז האלטן אן די מסורה המסורה לנו מק"ש פון @שמעקעדיג צו אנצייכענען ווען דזשאוקס ווערן ריסייקלד....
LOL... עס איז נישט ממש די מסורה... עס איז בעיקר געווען ביים באלעגאלע זיידע וואס האט כסדר רעסייקלט זיינע פאָר וויצן אווער ענד אווער עגעין.... יעדע מאל האט ער זיך "פונקט דערמאנט" א מעשה'לע.
אדער אויב איך אליין האב עס שוין געשריבן, אדער אויב עס איז געווען בעסער אראפגעלייגט אין א אנדערע תגובה. נאר דעמאלס האב איך אנגעצייכענט.
אדערווייז, וואס שטערט מיך דען אז מען שרייבט איבער? געזונטערהייט!
 
לכבוד פורים האט דעי סעלפאון טאוער זיך פארשטעלט ווי א בוים, לכאורה מאכט מען פון דעי בוים די פת הבא בכיסנין…
IMG_2359.jpeg
 
וואס איז שוין אזוי מאדנע דא מיטן סעלפאון טאוער?
 
כ'בין היינט געגאנגען צום פסיכיאטער. זאגט זי מיר אז כ'האב א 'ספליט פערזענליכקייט' דיסארדער. נאכן סעסיע זאגט זי מיר אז איך קום איר 160 דאלאר. כ'האב איר געגעבן 80 דאלאר און איר געזאגט זי זאל נעמען די איבעריגע פונעם אנדערן אידיאט.
 
Back
Top