מילתא דבדיחותא

איך קעניש די מקור לכאורה אייוועלט
איך לייג עס איבער לטבת די וואס זייער פילטער בלאקט אייוועלט....
והקרעדיט למי שכתבו

ודתיהם שונות מכל עם

אין די מגילה שטייט אז המן האט געזאגט ודתיהם שונות מכל עם די געזעצן פון די יודן זענען אנדערש פון די גוייאישע געזעצן.
פארשידענע פראזן און זאצן וואס ווערט געניצט צווישן יודן, וואס א גוי וועט דאס בשום אופן נישט קענען פארשטיין,


- ווען איז היינט דער זמן

- וויאווי רופט מען אייך אויף (ביי אן עלייה)
- עס איז נישט צניעות'דיג

- מען זאנט נאר האלב הלל

- ער פארשטייט זיך זיין שטעטל

- האב אינזין יוצא צו זיין.

- מאמי, ווען ווער מיר אונז מילכיג

- עס איז נישט דא קיין לבנה.

- האק נישט קיין טשייניק.

- נעקסטע וואך פאהר איך אי"ה אויף מקומות הקדושים.

- האסט שוין קידוש געמאכט ?

- איך לאז איבער דעם סיום פאר די ניין טעג

- ער גארגעלט זיך ביים עמוד
- ער האט ליב דאס בדעטל.

- ער האט אפגעכיפערט דאס דאווענען.

- ער דרייט מיר אראם דעם קאפ.

- מען האלט ביי די דריטע הקפה.

- ער טויגט אויף כפרות.

- זיי מוחל דערלאנג מיר די מים אחרונים.

- אסאך יודיש נחת.


- ווי דאווענטסטו אין די הייליגע טעג?

- גאנץ אויבן איז דא א בלאט פלעק.

- רוף אריין די כלה צום בענטשן.

- ער לעקט נישט קיין האניג פון זיין בחור

- איך בין מקפיד אויף צוויי און זיבעציג.

- ביי אונז אין די משפחה פירט מען זיך נישט אזוי

- איך קען אייך אפשר געבן טועמיה

- א האלבע שעה פויזע.
- דער רבי איז שוין אריינגעקומען צום טיש.
- דו רעדטס ווי א באבע.

- איך שפיר מיך ווי א אויסגעקלאפטע הושענה.

- פארוואס גייסטו היינט מיט א ווייסע העמעד

- איך האב איהם אריינגעגעבן אין באבענס באבען אריין !

- לייג עם אין שיימעס.

- הער שוין אויף מיט דייגע באבע מעשיות

- דער מולד וועט זיין.....

- מאך דיר די פיאות.

- ער שפאצירט מיר דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן

- א יאהר מיט א מיטוואך.

- ער קען זיך קוים אויסקראצן.

- נעמסט מיך ארויס פון די כלים.

- עם אינטערסירט מיך ווי דער פאריעהריגער שניי.

- ער איז א חיה רעה!

- וועלעבע סדרה גייט די וואך ?

- דו קענסט אפשר אריינקומען משלים זיין ?

- ווען האט עטס גענדיגט נעכטן דעם סדר.

- עס האט אנגעהאלטן פון תענית ביז פורים.

- די וואך איז שבת מברכים.

- שטעל דיך אויפן קאפ.

- איך האב איהם אין בוידעם.

-נעכטן האט מען געציילט 25.

- ניי וואש דיך.

- איך מאוף אוועק אויף די צווייטע טעג.

- ער זיצט ווי א יון אין די סוכה.

- איך בין אין די יאהר

- דא טאר מען נישט טראגן.

- ער פאקט איהם איין אין זיין ליקע טאש

- ער קוקט אזוי ווי דער האן אין בני אדם

- אוי האב איך איהם געלערנט טאנצן

- איך האב געטאפט א וואנט.

- מארגן נאכן קוגל.

-עס איז ליסטוג און לעבעדיג אז עס גייט א רויעך

- איך האב פארגעסן יעלה ויבא.

- אפשר טוסטו א טובה פארן עולם און דו גייסט צו.

- עס שטעלט זיך א מנין מעריב אין זאל

- מען גייט שוין צום באדעקן.

- דער עולם זאל נישט פארגעסן צו געבן שבת געלט.

- האסט דאס געזעהן ביי דיין טאטן ?

- רבותי מיר וועלן בענטשן.

- ער איז א געזונטער עם הארץ.
 
איך קעניש די מקור לכאורה אייוועלט
איך לייג עס איבער לטבת די וואס זייער פילטער בלאקט אייוועלט....
והקרעדיט למי שכתבו

ודתיהם שונות מכל עם

אין די מגילה שטייט אז המן האט געזאגט ודתיהם שונות מכל עם די געזעצן פון די יודן זענען אנדערש פון די גוייאישע געזעצן.
פארשידענע פראזן און זאצן וואס ווערט געניצט צווישן יודן, וואס א גוי וועט דאס בשום אופן נישט קענען פארשטיין,


- ווען איז היינט דער זמן

- וויאווי רופט מען אייך אויף (ביי אן עלייה)
- עס איז נישט צניעות'דיג

- מען זאנט נאר האלב הלל

- ער פארשטייט זיך זיין שטעטל

- האב אינזין יוצא צו זיין.

- מאמי, ווען ווער מיר אונז מילכיג

- עס איז נישט דא קיין לבנה.

- האק נישט קיין טשייניק.

- נעקסטע וואך פאהר איך אי"ה אויף מקומות הקדושים.

- האסט שוין קידוש געמאכט ?

- איך לאז איבער דעם סיום פאר די ניין טעג

- ער גארגעלט זיך ביים עמוד
- ער האט ליב דאס בדעטל.

- ער האט אפגעכיפערט דאס דאווענען.

- ער דרייט מיר אראם דעם קאפ.

- מען האלט ביי די דריטע הקפה.

- ער טויגט אויף כפרות.

- זיי מוחל דערלאנג מיר די מים אחרונים.

- אסאך יודיש נחת.


- ווי דאווענטסטו אין די הייליגע טעג?

- גאנץ אויבן איז דא א בלאט פלעק.

- רוף אריין די כלה צום בענטשן.

- ער לעקט נישט קיין האניג פון זיין בחור

- איך בין מקפיד אויף צוויי און זיבעציג.

- ביי אונז אין די משפחה פירט מען זיך נישט אזוי

- איך קען אייך אפשר געבן טועמיה

- א האלבע שעה פויזע.
- דער רבי איז שוין אריינגעקומען צום טיש.
- דו רעדטס ווי א באבע.

- איך שפיר מיך ווי א אויסגעקלאפטע הושענה.

- פארוואס גייסטו היינט מיט א ווייסע העמעד

- איך האב איהם אריינגעגעבן אין באבענס באבען אריין !

- לייג עם אין שיימעס.

- הער שוין אויף מיט דייגע באבע מעשיות

- דער מולד וועט זיין.....

- מאך דיר די פיאות.

- ער שפאצירט מיר דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן

- א יאהר מיט א מיטוואך.

- ער קען זיך קוים אויסקראצן.

- נעמסט מיך ארויס פון די כלים.

- עם אינטערסירט מיך ווי דער פאריעהריגער שניי.

- ער איז א חיה רעה!

- וועלעבע סדרה גייט די וואך ?

- דו קענסט אפשר אריינקומען משלים זיין ?

- ווען האט עטס גענדיגט נעכטן דעם סדר.

- עס האט אנגעהאלטן פון תענית ביז פורים.

- די וואך איז שבת מברכים.

- שטעל דיך אויפן קאפ.

- איך האב איהם אין בוידעם.

-נעכטן האט מען געציילט 25.

- ניי וואש דיך.

- איך מאוף אוועק אויף די צווייטע טעג.

- ער זיצט ווי א יון אין די סוכה.

- איך בין אין די יאהר

- דא טאר מען נישט טראגן.

- ער פאקט איהם איין אין זיין ליקע טאש

- ער קוקט אזוי ווי דער האן אין בני אדם

- אוי האב איך איהם געלערנט טאנצן

- איך האב געטאפט א וואנט.

- מארגן נאכן קוגל.

-עס איז ליסטוג און לעבעדיג אז עס גייט א רויעך

- איך האב פארגעסן יעלה ויבא.

- אפשר טוסטו א טובה פארן עולם און דו גייסט צו.

- עס שטעלט זיך א מנין מעריב אין זאל

- מען גייט שוין צום באדעקן.

- דער עולם זאל נישט פארגעסן צו געבן שבת געלט.

- האסט דאס געזעהן ביי דיין טאטן ?

- רבותי מיר וועלן בענטשן.

- ער איז א געזונטער עם הארץ.
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
 
ר׳ נפתלצ'ה מבאבוב איז געקומען איינעם אין חלום זאגן אז אויב עס איז איהם שווער צו קומען צום ציון אויף ניו דז'ורסי אויף'ן יאהרצייט קען מען גיין צו זיין ברודער אין בארא פארק.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס מוז נישט האבן פּאסירט אויף א פליענדיגע פליגער מיט א אפענער טיר. דאס האט אפילו געקענט פּאסירן פארענדיג אין א קאר מיט פארמאכטע טירן🤣
דערמאנסט מיר אלס קינד, ווען מיינע עלטערן האבן געמופט אויף טאראנטא פאר א יאר, צו העלפן בויען דארט א טאהש׳ער ישיבה -
האט איינער וואלענטירט מיר אויפצופיקן פון סקול (ווייל מיין טאטע האט נישט געמעגט דרייוון)

א 5-4 יעריג קינד בין איך געווען, און נישט צוגעוואוינט צו פאָרן מיט א קאר אין סקול (אין טאהש איז די בית חינוך געווען א שפּאַן אוועק פון מיין הויז)
האב איך געעפנט די טיר אריינצולויפן אינ׳ם בית יעקב נאך איידער די קאר האט אויספיעט זיך אפצישטעלן געהעריג, און יענע פרוי דרייווער האט מיר אזוי באוואשן!

״דו קענסט נישט טון אזא זאך! דו האסט געקענט גורם זיין אן עקסידענט! ס׳איז א ריזיגע סכנה וואס דו האסט געטון! אויב דו טוסט עס נאכאמאל וועל איך מער נישט קענען דיר דרייוון צו סקול״ איך האב בכלל נישט פארשטאנען וואס זי וויל פון מיין לעבן האבן. וויאזוי האב איך געקענט וויסן אז ווען מ׳קומט אן צו די סקול קען איך נאכנישט גלייך ארויסגיין. אבער זי האט אוודאי נישט פארשטאנען און געהאלטן א לאנגע דרשה וויאזוי איך האב איר די נשמה כמעט ארויסגענומען מיט דעם…
 
1741655452856.png
 
די שאלה איז נאר ווער ס'איז די נער אינדערזייט?
 
פארוואס האט המן געוואלט ערלעדיגען אלע איד'ן דווקא אין איין טאג? עס איז דאך כמעט אומעגליך. עס איז דאך נאך נישט געוועהן קיין גאן'ס. מען האט דאך אלעס געדארפט טאהן מיט א שווערד און דווקא איין טאג?

נאר אוי איז דער המן געוועהן א רשע. ער האט געוויסט אז ער וועט נישט מצליח זיין און די אידן וועלען מאכען א יום טוב אויף זיין מפלה. האט ער אונז נישט פארגונען נאך א 7 טעג יום טוב... ניין האט ער געזאגט מיין יום טוב גייט נאר זיין איין טאג און ענק וועלען דארפען אלע מצוות אריין קוועטשען אין דער איין טאג
 
א איד איז אריין צום ברך משה, אין זיך אויסגערעדט אז ער האט נישט קיין פרנסה, זאגט איהם די ברך גיי אריין אין די פיש ליין, אין געגעבן ברכת קדשו ער זאל מצליח זיין, דער איז ארויס מיט א שמחה, טרעפט איהם משה גבאי אין פרעגט איהם, ביסט אריין א צובראכענער ארויס א פרייליכער וואס האט ער דיך געזאגט פארציילט ער איהם אז די רבי האט איהם געהייסן פארקויפן פיש איז משה גבאי אריין צום ברך אין פרעגט איהם וואס איז פשט, ענטפערט איהם די רבי איך האב געזעהן אז ער שטינקט סייווי, נא, זאל ער שוין אריין אין די ליין........:ROFLMAO:

מזל אדר דגים...
 
מיין קליינער האט מיר געזאגט א זיס ווארט. עס ארבעט אבער נאר ביי חסידים.

ווי אזוי האט המן גהייסען אויף'ן לעצטע נאמען? זיין משפחה נאמען?

ווייס

עס שטייט בפירוש אין די מגילה

פרשנדתא ווייס
אספתא ווייס
פורתא ווייס
 
פארוואס האט אחשוורוש אריינגערופן ושתי? לכאורה איז א ישיבה גרופ אנגעקומען צי די פארטי און ער האט נישט געקענט פטור ווערן פון זיי
געהערט פון א חבר פורים משום מעשה שהיה
 
אוודאי אזוי, לילה איז דאך לאו זמן תפלין...
 
אוודאי אזוי, לילה איז דאך לאו זמן תפלין...
לויט געוויסע דא און א זייטיגע אשכול קען מען טוהן בייטאג וואס מען טוט ביינאכט, אויב אזוי קען מען טוהן ביינאכט וואס מען דארף טוהן בייטאג... פארשטייט זיך נאר אויב מען קען זיך נישט איינהאלטן, און צוגעדעקט די של יד....
 
לילה איז יא זמן תפילין
מען האט נאר מורה אז מען זאל איינשלאפען מיט די תפילין
 
Back
Top