מילתא דבדיחותא

איך האב אמאהל געהערט ווי צוויי עלטערע אידן שמועסען...

איינער זאגט אז עס איז נישט קיין קונץ צו זיין דוד המלך און שרייבען דעם תהילים...

רוב פון תהילים שטייט דאך אין סידור
 
אינטערסאנט ווייל איל האב עס גהערט א ביסל אנדערש..
איך האב אמאהל געהערט ווי צוויי עלטערע אידן שמועסען...

איינער זאגט אז עס איז נישט קיין קונץ צו זיין דוד המלך און שרייבען דעם תהילים...

רוב פון תהילים זענען דאך סקולענע ניגונים
 
איך בין געגאנגען באזוכען אן אלטען שכן וואס מען האט אריינגעלייגט אין א מושב זקנים. נאך אפאר מינוט בין איך נישט געוועהן זיכער אויב ער געדענקט ווער איך בין.

האב איך איהם געפרעגט, ר' משה? איהר ווייסט ווער איך בין?

ניין ענטפערט ער אבער אויב דו גייסט ארויס צום דעסק און דו פרעגסט ביי די נורסעס, וועלען זיי דיר זאגען ווער דו ביזט און אין וועליכע צומער דו שלאפסט
 
מ'דערציילט אויף איינע פון די קרעטשניף'דיגע רבי'ס ער איז געזיצן אויף די קאקער בענקל מוצ"ש
זכור, אין געמאכט קולות!!! עמלק ארויס!!!! עמלק ארויס!!!! ב"ה, יצאה ה'קיגל בטהרה
 
2b6a6084-fb36-46af-b86b-ea69e5a20869.jpeg
 
כ'האב דיך קיינמאל נישט אנגערופן נאריש, אבער ווען כ'האב דיך געבעטן צו אויסלייגן די ווארט "orange" און דו האסט מיך געפרעגט די פרוכט אדער די קאליר, האסטו מיך אביסל איבערראשט.
 
איינער זאגט מיר היינט אז מענטשן עסן מער באנאנעס ווי מאלפעס. זיכער אזוי, איך געדענק נישט די לעצטע מאל ווען איך האב געגעסן אַ מאלפע.
 
די מעשה גייט אביסעל אנדערש,, איינער זאגט מיר היינט אז די סטאטיסטיקס ווייזן אז מענטשן עסן מער באנאנעס
ווי וויפיהל מאלפעס עסן , זאג איך איהם, זיכער אזוי? איך געדענק נישט די לעצטע מאל ווען איך האב געגעסן א באנאנע זאגט ער מיר, זעהט אויס איך רעדט דא צו א ........
 
מאכט זיך צומאל אז די געדאנקען אין מיין קאפ ווערן לאנגווייליג און זיי גייען ארויס פאר א שפאציר, דורך מיין מויל. דאס איז זעלטן א גוטע זאך.
 
מאכט זיך צומאל אז די געדאנקען אין מיין קאפ ווערן לאנגווייליג און זיי גייען ארויס פאר א שפאציר, דורך מיין מויל. דאס איז זעלטן א גוטע זאך.
און ווען דיין שכן/חבר'ס געדאנקן טוהן די זעלבע זאך דאן ווערט צוזאמען געשאפן א גוטע חברותא און קענען גיין שפאצירן ארעמגעשלאסן
 
אמאל האט פאסירט אז איך האב געזען א פרוי, מיין שכנ'טע, גיין צו די טיר. איך האב געוואלט זיין העפליך האב איך עס געעפנט פאר איר. אנשטאט זי זאל זיך באדאנקען, האט זי אנגעהויבן מאכן קולות און יללות צוזאמען מיט אלע אנדערע פאסאנדזשירן אויפן פליגער. גיי פארשטיי...
 
האט זי אנגעהויבן מאכן קולות און יללות
דאס מוז נישט האבן פּאסירט אויף א פליענדיגע פליגער מיט א אפענער טיר. דאס האט אפילו געקענט פּאסירן פארענדיג אין א קאר מיט פארמאכטע טירן🤣
 
קפ
היסטאריע חזר'ט זיך איבער: פרעזידענט אחשוורוש/טראמפ יר"ה.• אחשוורוש איז געווען א פשוטע גוי ביז ער איז געווארן קעניג.• א מחלוקה צו א טיפש אדער חכם.• ער איז געקומען צו די מלוכה מיט די הילף פון זיין עשירות.• געהאט א תאווה צו אנעקסירן נאך לענדער. (שבע ועשרים ומאה מדינה/ גרינלאנד, פאנאמע, וכו')• ער האט געהאט אידן אלס נאנטע משפחה מיטגלידער.• געווען ארומגענומען מיט אנטיסעמיטן.• ער זעלבסט איז נישט געווען קיין אידן-פיינט.• פלעגט זיך גאר אפט בארימען מיט זיין עשירות.• פלעגט זיך בארימען מיט זיין שיינע ווייב.• דורכגעלעבט אן אטענטאט פריוו. (בגתן ותרש.)• זיינע נאנטע וואס האבן אויפגעליינט די 'ספר הזכרונות' האבן איהם געוואלט געבן 'פעיק ניוז'. • געטוישט עקסטרעמע שטעלונגען פון איין מינוט צו די אנדערע.• ער האט נישט געקענט שלאפן ביינאכט (אבער דאן איז נאכנישט געווען קיין X/טרוט סאשעל..)• יעדע דבר המלך איז עווענטועל אנגעקומען אין געריכט (לפני כל יודעי דת ודין....)• געשוימט פאר כעס איבער די ליעקס צו די פרעסע (ויקצוף המלך מאוד, וחמתו בערה בו...)• ער האט געגעבן שטייער הנחות פאר זיינע שטיצער.• און אלע לענדער ווי זיינע מעלדונגען (און טאריפ'ס) זענען אנגעקומען איז געווארן א אבל גדול.• ארויפגעלייגט טאריפס אויף פראדוקטן פון אנדערע לענדער (וישם המלך מס על הארץ ואיי הים...)• ער האט זיך נאר באניצט מיט פערזענליכע שלוחים צו שיקן זיינע מעלדונגען.• ער האט זיכער געמאכט אז א פרוי פירט נישט דאס לאנד ביים נאז...תן לחכם ויחכם עוד...
 
ראקעט סייענס: פארוואס ברויך א ראקעט האבן 2 סטעיזשעס? :unsure:

אזוי אז טאמער איין סטעידזש עקספלאדירט קען מען נאך אלס אנצייגן: קוק! די אנדערע האלב האט נישט געקראכט... בקיצור די פארדאפלטסט די שאנסן פון קענען טריאומפירן אז ס'געלונגען....


 
Back
Top