מילתא דבדיחותא

ביי צדקה שטייט ונתנו. עס גייט אהין און צוריק. אויב מען גיבט, קומט עס צוריק.

איך האב געגבען פאר איינעם א טשעק פון 500 דולר...

צוויי וואכען שפעטער איז עס צוריק געקומען.
 
איינער פרעגט מיך היינט אויב פאריגע וואך האט זיך גענדיגט די דריטע וועלט מלחמה
פאר וואס האבען די חסידישע נישט אויס געטוהן די שטיירימלך און אנגעהויבן שערן די בערד און די נשים אראפ מיט די צניעות אזוי ווי נאך די ערשטע און צווייטע וועלד מלחמות?
 
און די קומענדיגע וויילען פאר מעיאר פון ניו יורק האבען די שונאי ישראל די מחריבי קרתא א געלעגענהייט צו ענדליך האבען א פאלעסטינע סטעיט... ניו יורק
 
אין וויליאמסבורג ליגט נעבעך איינער אויפ'ן גאס ממש פארענט פון א קאר.

די פאליציי קומט אן, און פרעגט דעם דרייווער,

וואס גייט דא פאר? דו האסט איהם אראפגעקלאפט?

ניין, זאגט דער דרייווער, עס איז געווארען גרין און איך האב אנגעפאנגען פארען. אין מיט'ן פאנגט דער מענטש אן אריבער צו גיין די גאס. האב איך זיך אפגעשטעלט און איהם געווינקען אז ער זאהל אריבער גיין...

און ער האט געחלש'ט
 
די בילד גייט יעצט ארום איך ווייס נישט צי עס איז אמת.
IMG_3416.jpeg
 
צוויי הייקערס זענען געגאנגען אויף א הייק אין א וואלד, ווען פלוצלינג זעען זיי א בער אפאר פיס אוועק פון זיי.

איינער פון זיי לייגט אראפ זיין רוקנזאק און נעמט ארויס א פאר סניקערס און טוהט עס שנעל אן..

"וואס טוהסטו"? פרעגט אים זיין חבר. "דאס גייט דיר נישט העלפן מאכן לויפן שנעלער פון די בער"!

ענטפערט יענער צוריק:

איך דארף נישט קענען לויפן שנעלער פון די בער. איך דארף קענען לויפן שנעלער פון דיר...
 
איך האב געפרעגט מיין חבירים צו זיי ווילן דינגען א פול און גיין שווימען צוזאמען די פרייטאג?
זאגט מיך איינער, האסט נישט א פחד פון ו' חוקת?
זאג איך איהם נישט ממש "ס'ליגט אין מיך מער א פחד פון ו' משפטים"... :ROFLMAO:
 
Back
Top