מילתא דבדיחותא

א קריעטיוו בחור איז געווארן א חתן שפעהטער ווי די נארמע האט ער צוקער זיס איינגעליידנט די חברים צום שמחה.

View attachment 9140

View attachment 9141
ס'איז אהרן אלי' פריעדמאן פון די אונטערן'ס.

1000009752.webp
 
אזא רחמנות! מיין שכנ'טע האט יעצט געוואלט באקן קוקיס און ליידער האב איך נישט אינדערהיים קיין מעל, אייער , צוקער, ספרינקלס .......
 
איינער האט זיך אמאל געקריגט מיט א סאטמאר חסיד וועגן ציוניזם.

דער סאטמאר חסיד האט געטענה'ט אז דער שרעקליכער האלאקאוסט איז געווען א שטראף פון הימל פארן אויפשטעלן די מדינה. און די אויפשטעלונג פון דער מדינה איז געווען "די מעשה פון שטן", און דער זיג אין דער זעקס-טאגיקער מלחמה איז געווען די מעשה פון שטן. און די מפלה אין דער יום כיפור מלחמה איז געווען א שטראף פון הימל.

דער צווייטער האט געענטפערט: דעמאלט קומט ארויס אז אפשר איז בעסער צו דינען דעם שטן.
 
איך בין אַמאָל געזעסן אין אַ שול לעבן אַן אַלטן מאַן. פּלוצעם פיל איך אַ שטאַרקן קניפּ אין מיין פוס, אָבער איך בין געבליבן שטיל, נאָך 5 מינוט נאָך אַ שטאַרקערן קניפּ. איך קוק אויף דעם אַלטן מאַן, און ער זאָגט מיר: איך קניפּ שוין 5 מינוט די פֿיס און איך פיל זיי נישט...
 
ק.פ.

עטליכע געשעענישן פונעם יאר וואס וועלן לכאורה נישט געמאלדן ווערן אויף קול מבשר'ס גרעסטע געשעענישן פונעם יאר פראגראם.


די אויפלעזונג פון די לב טהור קולט.

די אויסטערליש שטארקע הצלחה פון מד'י אין זייער מלחמה אנטקעגן טעראר.

די דראמאטישע ארויסווארפן מארקאוויטש פון מאנרא נאכפאלגענדיג מיט א גט.

די צוויי וואכן וואס די עירוב אין די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איז נישט געווען כשר, לאזנדיג געשטראנדעט צענדליגע פאמיליעס אינדערהיים דורכאויס די לאנגע שבת נאכמיטאגס.

די אויפשטייג פון היימישע פאדקעסט.

מרדכי הערש שפיצערס וואויס נאוטס ווערנדיג נאכגעפאלגט מיט מעסעדזשעס דורך כלל ישראלס מייסטער נערוון קריכער יונתן שווארץ.

די ווידיאו ווי א שווארצער שרייט אן א פלאטשיק מיט א לאנגע רעקל פארן נעמען בילדער פון נשים מיט א פיג פאון.

ס'איז לכאורה דא נאך וואס כ'געדענק נישט יעצט אויפ'ן מינוט, אדרבה שיק אריין.
 
א נייער פאליציאנט שטעלט אפ איינעם פאר'ן פארען צו שנעל. דער מענטש וויל זיך פאר ענטפערען אבער דער פאליציאנט שרייט...

זיי שטיל! פארן פארען אזוי שנעל ווערסטו יעצט ארעסטירט.

א גאנצע וועג וויל ער זיך פאר ענטפערען אבער דער פאליציאנט וויל ווייזען אז ער איז עפעס זייער וויכטיג ענטפערט... זיי שטיל דו מוזט זיך שטעלען פאר'ן שופט.

ער פירט איהם אריין אין פאליציי סטאנציע און פארשפארט איהם. און זאגט איהם, אוזער שופט איז זייער א שטרענגער און דו יעצט האבען צרות.

נאך א צוויי שעה קומט ער צוריק און זאגט איהם...

דו האסט מזל, אונזער שופט גייט זיין זייער בשמחה היינט ווען ער קומט? ווייל עס קומט יעצט פאר זיין טאכטער'ס חתונה.

ניין ענטפערט דער מענטש, וואס איך פראביר צו זאגען דער גאנצע צייט איז...
איך בין דער חתן
 
האבען ענק אמאהל אריין געטראכט אז אונז אידן ליגען אין די אכילה אזוי שטארק אז מען קען רעדן פון איעדען יום טוב נאר פון דערמאנען די עסען...

טושלענט - שבת
מצה - פסח
בלינצ'ס - פאלאצ'ינטא - שבועות
עפעל מיט האניג - ראש השנה
קרעפליך - הושענה רבה
האלאפצ'ס - שמחת תורה
לאטקעס - חנוכה
ט"ו בשבט - פרוכט
המן טאשען - פורים

תשעה ב'אב - איי מיט אש

אפי א טאג וואס מען פאסט האט אויך צו טוהן מיט עסען
 
לעצט רעדאגירט:
פון ליינען דער איד און דער בלאט ווערט מען געוואויר אז..


נישטא היינט קיין צדיקים...
נישטא היינט קיין מנהיגים...
נישטא היינט קיין רבי׳ס...
נישטא היינט קיין רבנים...
נישטא היינט קיין דיינים...
נישטא היינט קיין ערליכע אידן...

איין זאך איז יא דא... ציונים...
 
פארוואס זאגסטו אזוי?
עס פעלט דארט ארטיקלען ווי מען באשרייבט היינטיגע רבי'ס און כלומר'שט צדיקים?
 
כפרות קאסט היינט אזוי טייער אז איינער האט נישט געהאט קיין ברירה איז געקומען צום כפרה צענטער מיט א טייערע רינגל אין געבעטן פאר א נקיבה...
 
לעצטע יאהר יום כיפור, דער איד וועליכע איז געשטאנען נעבען מיר ביים דאווענען, האט אזוי געוויינט און פארפירט, אז איך האב איהם פשוט מקנא געוועהן וואס ער האט אלץ אפגעטוהן יענעם יאהר
 
לעצטע יאהר יום כיפור, דער איד וועליכע איז געשטאנען נעבען מיר ביים דאווענען, האט אזוי געוויינט און פארפירט, אז איך האב איהם פשוט מקנא געוועהן וואס ער האט אלץ אפגעטוהן יענעם יאהר
ביידע וועלטן, געהאקט א לעבן, אין נאכדעם געהאט די אינדזשוימענט פון וויינען.
 
Back
Top