מילתא דבדיחותא

"זונדעל מיט הונדל"
זונדל דער פארמער האט זיך אריינגעגליטשט אין בעט נאך א ביזי חול המועד טאג און גלייך פארזינקן געווארן אין א טיפן שלאף, די שווערע האלב רויע פליישן און וויסקי'ס וואס ער האט פארציקט די לעצטע פאר טעג האבן אים געדרוקט אויפן מאגן און אויפן הארץ, זיין אטעמען האט זיך פארשווערט, ער האט זיך אינסטינקטיוו געלייגט ס'האנט אויפן הארץ אבער נאך פאר ער האט געקענט א הוס טאן איז שוין נישט געווען וואס צו טון, זונדל האט זיך געטראפן שטיין ביים בית דין של מעלה, "כבין געשטארבן אזוי פלוצלינג - האט ער געכליפעט - איך וויל נאך כאטשיג איינמאל זעהן מיין פאמיליע.."
האט מען געפסקנט אז ער קען צוריק אראפגיין אויפן עולם השפל,
מגולגל אין א האן
אויף זיין פארעם, ווי ער וועט קענען זעהן זיין פאמיליע פאר א וויילע. און פון זונדל איז געווארן א הונדל, ער דרייט זיך ארום מיט שיינע ווייסע פעדערן אויף זיין אייגענע פארם ווען מיטאמאל הייבט ער אהן שפירן שרעקליכע בויך ווייען, ער פרעגט דעם קאטשקע נעבן זיך צו ער ווייסט וואס די ווייטאגן מיינען,
דער קאטשקע רוקט אריין זיין לאנגע האלז פון אונטן פאר א גרונטליכען
בליק, און קומט צוריק מיט די פרייליכע נייעס "די גייסט אט אט לייגן אייער, ס'איז דאס ערשטע מאל?"
איך שפיר ווי איך האב שוין געהאט אמאל די זעלבע עקספיריענס אבער סאיז דעפינעטלי די ערשטע מאל וואס איך לייג אייער, ענטפערט אונזער
הונדל דער געוועזענער ר' זונדל אנגעצויגענערהייט.
האלט דיך רואיג, בארואיגט אים די קאטשקע, לאז נאטור טון זיין ארבייט.
און דער הונדל האט נאך איטליכע מינוטן אנגעהויבן לייגן די ערשטע איי, בשעת די קאטשקע האלט אים אונטער ביים האלז, מיט עקסטאז שרייט דער הונדל: "איך מיין סקומט א צווייטער, וועלכע האט זיך טאקע גלייך דערויף ארויסגעגליטשט, ווען ער האט שוין געהאלטן אינמיטן לייגן די דריטע איי קלאפט אים איינער פלוצלינג אויפן קאפ,
זיין ווייב שיינדל שרייט מיט קולות: "זונדל דו באמאכסטעך אין בעט.."
 
א פאליסמאן אין א"י שטעלט אפ א ספידינג קאר און פרעגט, "וואו יאגסטו זיך"?

זאגט די דרייווער, "איך יאג זיך צו מנחה, איך דארף כאפן אשרי".

זאגט די פאליסמאן, "און איך דארף כאפן קרבנות"...
 
הלואי, אנשטאט'ס בלעכנ'ע הויזן וואלט מיין רבי אויסגעלערנט מיט ולהאוזן.
 
מ'פארציילט עס בשם א טייערע איד ז"ל קען זיין ס'באקאנט.

האט ער אמאל גע'חלומ'ט ווי ער גייט אויף גאס שבת נאכמיטאג און ער טרעפט ש'מער און ש'ווייניגער א פעטן פעקל בלויע הונדערטערס אויף די ערד ביי א ווינקל.
ער וויל עס שוין אויפהייבן אבער ער כאפט געוואלד! ס'איז שבת קודש.

האט ער מחליט געוועזן אז ער בלייבט דא שטיין ביז מוצאי שבת, זאל זיין וואס זאל זיין.

למעשה גייט אריבער אפאר שעה און די בית כסא ברויך זיינס. ער דארף 'ארויסגיין'. ווא טוהט מען דא?

ער קוקט אויפ'ן פעקל, ער האלט די הענט פון אונטן, און ווייסט נישט וואס צו טוהן.

ביז ער האט דעסיידעד אז ס'איז ווערד די געלט... געזאגט און געטוהן. ער מאכט אשר יצר אין די הויזן. העט ער שוין קויפן א נייע מיט די געלט.

למעשה שטייט ער אויף פון שלאף און זעהט אז א האלבע חלום איז אמת...
 
לעצט רעדאגירט:
א פרוי ווארט אין עמערדזשענסי רום פארן דאקטער ארויסצוקומען געבן זיין אפשאצונג.
דער דאקטער קומט ארויס און זאגט איר "איך בין זייער נישט צופרידן פון וויאזוי אייער מאן קוקט אויס.
די ווייב ענטפערט פארן דאקטער "איך אויך נישט, אבער ער איז א גוטער טאטע".
 
Back
Top