מילתא דבדיחותא

ליצני הדור היו אומרים...

נאכדעם וואס דריי פראמינענטע אמעריקאנער זעלבסט געמאכטע גדולים זענען געשטארבן איינס נאכן אנדערן, האט ר' איציקל וואודרידשער זיך גענומען פארפירן און ברעטשענען ביי 'ושים חלקנו עמהם' אז ער זאל אויך קריגן דעם אנערקענונג.
נאכן זען אז זיינע תפילות זענען נישט עושה פירות און ער בלייבט געזונט, איז ער מרוב חלישת הדעת קראנק געווארן.
 
ליצני הדור היו אומרים...

נאכדעם וואס דריי פראמינענטע אמעריקאנער זעלבסט געמאכטע גדולים זענען געשטארבן איינס נאכן אנדערן, האט ר' איציקל וואודרידשער זיך גענומען פארפירן און ברעטשענען ביי 'ושים חלקנו עמהם' אז ער זאל אויך קריגן דעם אנערקענונג.
נאכן זען אז זיינע תפילות זענען נישט עושה פירות און ער בלייבט געזונט, איז ער מרוב חלישת הדעת קראנק געווארן.
די ושים חלקינו עמהם קען ער נאך אויסארבעטן, די ולעולם לא נבוש איז שוין צו שפעט....
 
געווענליך זענען די וואס זענען אייביג פון די עשרה ראשונים צו קוקן מיין וואצעפפ סטאטוס, די זעלבע וואס וועלן מיך מוסר'ן איבער ניצן דעם סמארטפון שלא לצורך פרנסה.
ווייזט אויס אז זיי קוקן סטאטוס 'פאר עי ליווינג'.
 
אלי ציון בנוסח גור:

אלי ציון ועריה
כמו ****
ב*****
וכ****
חוגרת שק
על *****


און אנדערע נייעס..
האסט געהערט, סימכע בינעמ'ס כלה איז אראפ פון אידיש וועג...זי האט פארציילט פאר איר חבר'טע אז איר חתן האט באקומען אנעפל!!!

רחמנהליצלןמהאידעתא
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20240812-WA0278.jpg
    IMG-20240812-WA0278.jpg
    69.7 KB · געזען: 77
ברק הכחול'ס נוסח עינדעלט בערל בעלעגלה.....
 
לעצטע וואך מיטוואך איז געוועהן א ערד ציטערניש אין בני ברק. ווען אלע וואש משינען האבען (ענדליך) אין איינעם אנגעפאנגען ארבייטען
 
א געוויסע בנשק"ל איז אמאהל געקומען צום בית ישראל ז"ל. לכאורה איז דאס געוועהן א בנשק"ל אזוי ווי אסאך היינטיגע.

פרעגט איהם דער בית ישראל ז"ל, עס שטייט אין פסוק "ובשר בשדה טריפה לא תאכלו לכלב תשליכון אותו...", זאגט רש"י... ווייל ביי יציאת מצרים שטייט ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו. ווייל די הינט האבען נישט געביהלט ביי יציאת מצרים, גיבט מען זיי די טריפה פלייש.

איז אבער שווער... עס איז דאך דאך נישט די זעלבע הונט? פארוואס קומט איהם שכר פאר'ן נישט בילן?

האט דער בית ישראל ז"ל געענטפערט... אבער ער איז אן אייניקעל... עס זעהט אויס אז אן אייניקעל אפי' ער איז א הונט דארף מען איהם מכבד זיין...
 
וישגב אביון מעוני, וישם כצאן משפחות, יראו ישרים וישמחו, וכל עולה קפצה פיה.

ווען איינער האט נישט קיין געלט וויל איהם (פארשטייט זיך) קיינער נישט קענען אדער אנקוקן, אבער איינמאל איינער באקומט געלט און ווערט א גביר ווערט יעדער זיין חבר אדער ווערט מען קרובים און ער קען שוין טאן וואס ער וויל...

וישגב אביון מעוני... ווען דער באשעפער הייבט אויף דעם ארימאן פון זיין ארימקייט... (און ער ווערט א גביר)

וישם כצאן משפחות... באקומט ער משפחה ווי די שאף...

יראו ישרים וישמחו... יעצט ווען מען זעהט איהם וועט מען זיך פרייען...

וכל עולה ... און אפי' מען וועט זעהן ביי איהם אן עבירה...

קפצה פיה... וועט מען זיך האלטן דאס מויל...
 
דאכט זיך קלויזענבורגער רב האט געטייטשט אויפן סיגוטער
תצא רוחו - ער איז שוואך געווארען
ישיב לאדמתו - איז ער געגאנגען צים מיאמי ביעטש
ביום ההוא - אין יענעם טאג
אבדו עשתונותיו - האט מען עם געגנבעט די הויזען
 
אזא גביר אן עם הארץ איז רייך געווארען האבען איהם די גבאים געזעצט אויב'ן אן לעב'ן דעם רב.

ער האט געפיהלט אז זייט ער זיצט שוין אויב'ן אן דארף ער ווייזען פאר'ן רב אז ער קען אויך לערענען.

פרעגט ער דעם רב... ביי צדקתך זאגט מען אדם ובהמה תושיע השם, פארוואס זעצט א בהמה לעב'ן א מענטש?

ענטפערט דער רב, דעם קשיא דארף מען פרעגען די גבאים
 
עס איז שוין נאך די 9 טעג אבער מען קען נאך זאגען א ווארט.

אין די ניין טעג הערט דער עולם צו, צו ספירה מוזיק 9 טעג מוזיק... אקאפעלא בלע"ז

איז מיר איינגעפאלען א געדאנק...

אז...

צוהער'ן צו א ספירה טעיפ האט דעם זעלבען טעם ווי ווען מען הערט א זאפטיגען לשון הרע... אבער אן א נאמען
 
לעצט רעדאגירט:
דערמאנט מיר דעם חסיד וואס איז געקומען צום רבי'ן זיך קוויטל'ן אז ס'איז אים זייער ענג און ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים די רבי געענטפערט, קום צוריק ווען דו וועסט האבן.
דאס דערמאנט פון דער רבי וועליכע איז געזיצען ביי זיך איין נאכט ווען דער גבאי איז שוין לאנג אהיים געגאנגען. און דער רעביצען קומט אריין און זאגט...

א איד ווארט און וויל אריינקומען

פרעגט איהר דער רבי, ער האט א בארד אדער נישט?

וואס איז דער חילוק? פרעגט זי

ענטפערט ער ווייל אויב האט ער נישט א בארד איז ער געקומען ברענגען געלט און אויב ער יא א בארד איז ער געקומען בעטען געלט
 
סייענס האט געוויזען אז שנאפס ענטהאלט די בעיס אינגרידיענעט פון פרויען, מען האט געמאכט א טרייעל און געגעבען פאר הונדרעט מענער אפאר גלעזער לחיים און זיי האבן זיך גענימען רעדן שטותים…
 
Back
Top