מילתא דבדיחותא

א בחור'ל האט אמאל באמערקט א אינגערמאן ארויסנעמען א סמארטפון אין ביהמ"ד, האט ער ער אים בתורת מחאה צוגעוויזן דעם סיין וואו ס'שטייט 'אסור להוציא סמארטפון בכל בנין ביהמ"ד', האט דער אינגערמאן ארויסגענומען פון טאש א צעטל וואס האט זיך געליינט 'אסור להוציא זרע בכל בנין ביהמ"ד'.
ווען דו וועסט מקיים זיין מיין צעטל וועל איך מקיים זיין דיינעם.
ודפח"ח.
 
Geeeeez
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_7978.jpeg
    IMG_7978.jpeg
    699.6 KB · געזען: 90
א חסידישער יונגערמאן מיט א שלעכט מזל האט נעבעך פארלוירן זיין פרנסה, און געבליבן מיט גרויסע חובות. בלית ברירה, נישט האבנדיג אויף ברויט, האט ער באשלאסן צו פארקויפן זיין קאר און זיין הויז. אבער ענגליש האט ער ליידער נישט געקענט, האט ער אריינגעלייגט אן ad אין די קלעסיפיידס און ער באקומט א טעלעפאן קאל דעם נעקסטן טאג;
״איך האב געזעהן אייער אדווערטייזמענט אין די פּעיפּערס״ זאגט דער רומענישער גוי אויפ׳ן צווייטן זייט טרייבל, ״און איך בין אינטרעסירט אפצוקויפן פון אייך אייער שיף 🚢
וואס? פרעגט דער איד צוטומלט: איך האב נאר א קאר און א הויז פאר sale
זאגט יענער: דעמאלס פארוואס האסטו געשריבן:
For Sale
my house
my car
or boat
(ער האט נעבעך געוואלט שרייבן both)
 
די ישיבה האט געמאכט אלע בחורים זאלן חתמ'נן זיי גייען נישט צירירען א סמארטפאון. נישט ברענגן קיין אלעקטראנישע כלים צו קעמפ. וכו'.
די משגיח האט געפאקט יענקל מיט די דברים האסורים.
משגיח: כ'פארשטיי דיך נישט, האסט דאך געחתמ'ט!! א חתימה!!
יענקל: דו הייסט מיך חתמנען יעדע'ן טאג youth core גראבע ליגענט.
פליצלינג יעצט איז א חתימה א ערענסטע זאך?!!
 
דערציילט מיר א חבר אז ער זאגט קיינמאל נישט קיין ויהי נועם מוצאי שבת, ווייל מען זאגט עס נישט אין א וואך וואס מען ארבעט נישט….
 
איינער האט ריטארנד א באטל וויין צום געשעפט, פרעגט עים די חנוני האסטו נישט דעיס געקויפט לעצטע וואך ביי די buy one get one free sale.
ענטפערט עים טאקע, אבער איך האב נאר אויסגעטרינקען די בחינם׳דיגע באטל, אבער פאר דעי באטל וואס איך ריטארן האב איך יא באצאלט.
 
א רבי האט אמאל געפרעגט זיינס א חסיד, ווי אזוי זאגט מען ביים דאווענען, ומעריכים ומקדישים וממליכים מיט א מ"ם אדער ומעריכין ומקדישין מיט א נו"ן?
האט דער חסיד געגעבן זיך א פאר שפיציגע אויגן און נאכן טראכטן אביסל געענטפערט דעם רבי'ן אז ס'איז נישט משנה, והא ראיה אז אסאך מאל רופט מען אים דער רמב"ם מיט א מ"ם און אסאך מאל דער רמב"ן מיט א נו"ן.
 
לעצט רעדאגירט:
א רבי האט אמאל געפרעגט זיינס א חסיד, ווי אזוי זאגט מען ביים דאווענען, ומעריכים ומקדישים וממליכים מיט א מ"ם אדער ומעריכין ומקדישין מיט א נו"ן?
האט דער חסיד געגעבן זיך א פאר שפיציגע אויגן און נאכן טראכטן אביסל געענטפערט דעם רבי'ן אז ס'איז נישט משנה, והא ראיה אז אסאך מאך רופט מען אים דער רמב"ם מיט א מ"ם און אסאך מאל דער רמב"ן מיט א נו"ן.
מן הסתם קומט עס פונעם זעלבן חסיד וועלעכער האט נאכגעזאגט א מאמר פון זיין רבי'ן "שכר מצוה בהאי עלמא זאגט דאך דער רבי ליכא"
 
און מיט דעם אלעם נעמט ער געלט פאר קלאפן א מזוזה...
אין בעלזא האט מען געוויסט אז די סיבה מען געלט פארן רבי׳ן איז נישט ווייל די רבי דארף די געלט, נאר ס׳פשוט א חלק פון די פראסעס וואס מען דארף טוען צו פועל׳ן די ישועה…

און, אגב די סיבה איך נעם געלט פאר מיינע סערוויסעס איז נישט ווייל איך דארף די געלט, נאר ווייל אן די געלט פראווייד איך נישט די סערוויסעס.
 
כ'דארף א רבי וואס וועט מיר צאלן געלט פאר מזוזות, קלאפן וועל איך אליין'ס קלאפן..
 
כ'דארף א רבי וואס וועט מיר צאלן געלט פאר מזוזות, קלאפן וועל איך אליין'ס קלאפן..
דערמאנט מיר דעם חסיד וואס איז געקומען צום רבי'ן זיך קוויטל'ן אז ס'איז אים זייער ענג און ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים די רבי געענטפערט, קום צוריק ווען דו וועסט האבן.
 
איינער האט ריטארנד א באטל וויין צום געשעפט, פרעגט עים די חנוני האסטו נישט דעיס געקויפט לעצטע וואך ביי די buy one get one free sale.
ענטפערט עים טאקע, אבער איך האב נאר אויסגעטרינקען די בחינם׳דיגע באטל, אבער פאר דעי באטל וואס איך ריטארן האב איך יא באצאלט.
דערמאנט מיך פון יענעם מיסטער וואס איז אריין אין וויין געשעפט און זיך אומגעקוקט אויף די וויינען. דער אייגענטומער גייט צו צו אים, און פרעגט אים, איר דארפט הילף? זאגט דער קאסטומער, יא, איך דארף הילף, אבער כ'האב באשלאסן ענדערש צו טרינקען אלקאהאל...

ווי איינער האט אמאל געזאגט, אלקאהאל פארענטפערט טאקע נישט די קשיות, אבער עס מאכט פארגעסן אז עס איז בכלל פארהאן א קשיא...
 
א בחור'ל האט אמאל באמערקט א אינגערמאן ארויסנעמען א סמארטפון אין ביהמ"ד, האט ער ער אים בתורת מחאה צוגעוויזן דעם סיין וואו ס'שטייט 'אסור להוציא סמארטפון בכל בנין ביהמ"ד', האט דער אינגערמאן ארויסגענומען פון טאש א צעטל וואס האט זיך געליינט 'אסור להוציא זרע בכל בנין ביהמ"ד'.
ווען דו וועסט מקיים זיין מיין צעטל וועל איך מקיים זיין דיינעם.
ודפח"ח.
זרע איז טאקע נוטריקון ז'ית רע'נן...
 
א ווייב האט צוויי אויפגאבעס פאר'ן מאן.
איינס, צו בארואיגן דעם מאן ווען ער איז אנגעצויגן.
צווייטענס, אויפצורעגן דעם מאן ווען ער איז רואיג.
 
ווען מען פרובירט צו בויקאטירן ישראל
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8714.jpeg
    IMG_8714.jpeg
    481.6 KB · געזען: 84
Back
Top