מילתא דבדיחותא

א פאליסמאן אין א"י שטעלט אפ א ספידינג קאר און פרעגט, "וואו יאגסטו זיך"?

זאגט די דרייווער, "איך יאג זיך צו מנחה, איך דארף כאפן אשרי".

זאגט די פאליסמאן, "און איך דארף כאפן קרבנות"...
 
הלואי, אנשטאט'ס בלעכנ'ע הויזן וואלט מיין רבי אויסגעלערנט מיט ולהאוזן.
 
מ'פארציילט עס בשם א טייערע איד ז"ל קען זיין ס'באקאנט.

האט ער אמאל גע'חלומ'ט ווי ער גייט אויף גאס שבת נאכמיטאג און ער טרעפט ש'מער און ש'ווייניגער א פעטן פעקל בלויע הונדערטערס אויף די ערד ביי א ווינקל.
ער וויל עס שוין אויפהייבן אבער ער כאפט געוואלד! ס'איז שבת קודש.

האט ער מחליט געוועזן אז ער בלייבט דא שטיין ביז מוצאי שבת, זאל זיין וואס זאל זיין.

למעשה גייט אריבער אפאר שעה און די בית כסא ברויך זיינס. ער דארף 'ארויסגיין'. ווא טוהט מען דא?

ער קוקט אויפ'ן פעקל, ער האלט די הענט פון אונטן, און ווייסט נישט וואס צו טוהן.

ביז ער האט דעסיידעד אז ס'איז ווערד די געלט... געזאגט און געטוהן. ער מאכט אשר יצר אין די הויזן. העט ער שוין קויפן א נייע מיט די געלט.

למעשה שטייט ער אויף פון שלאף און זעהט אז א האלבע חלום איז אמת...
 
לעצט רעדאגירט:
א פרוי ווארט אין עמערדזשענסי רום פארן דאקטער ארויסצוקומען געבן זיין אפשאצונג.
דער דאקטער קומט ארויס און זאגט איר "איך בין זייער נישט צופרידן פון וויאזוי אייער מאן קוקט אויס.
די ווייב ענטפערט פארן דאקטער "איך אויך נישט, אבער ער איז א גוטער טאטע".
 
why did eliezer come with his animals muzzled? He understood that all it takes is one beheima to open its mouth and ruin everything!
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס איז יעקב אנטלאפן?

ווייל ער געוואוינט מיט צוויי ווייבער אין די שטאט פון די מרא דאתרא לבן...

טראץ וואס דער מרא דאתרא האט געגעבן רשות ביי די חתונה...
 
ווען א חלק גוף הערט ל"ע אויף צו ארבעטן הייסט עס א סטראוק, ווען א גרופע ארבעטערס הערן אויף צו ארבעטן הייסט עס א סטרייק, ווען א גאנצע משפחה הערט אויף צו ארבעטן הייסט עס סטראקעס....
 
איינער איז געקומען צו דער "רב" אהרן הורין פון די ערשטע מנהיגי רע-בני ריפארם אז ער האט א דין תורה מיט'ן באשעפער.

פרעגט ער איהם דו האסט נישט רבנים ביי דיר אין שטאט?

יא יא איך האב, זאגט ער אבער זיי זענען דאך יראי שמים און איך האב מורא אז זיי וועלען געבען גערעכט דעם באשעפער אבער דו גלייבסט דאך נישט, בין איך זיכער אז דו וועסט פסקנן אז איך בין גערעכט
 
GeNI2LIXYAAVxPL.jpg
 
פארוואס ליידען [אמת'דיגער] צדיקים אויף די פיס?

ווייל עס שטייט, כי השוחד יעוור און אין די גמרא שטייט אויך אז, פסיעה גסה נוטלת אחד מת"ק ממאור עיניו של אדם.

ווייסט מען דאך נישט פארוואס דער רב האט פראבלעמען מיט די אויגען...

צו איז דאס ווייל ער לויפט אין שוהל לערענען צו ווייל ער נעמט שוחד.

גיבט איהם דער באשעפער אז ער האט צוטוהן מיט די פיס קען איעדערער זעהן אויב ער נעמט שוחד צו נישט.
 
צוויי עלטערע אידן זיצען און שמועסען.

רופט זיך אן איינער...

משה, דו ווייסט? ווען משיח קומט וועט מען דארפען איבערלאזען דא אונזערע הייזער, ביזנעס, שול'ן, און ישיבות און מיר וועלען מוזען גיין מיט איהם קיין ארץ ישראל

אוי זאגט משה וואס וועט זיין ?

זארג זיך נישט ענטפערט ער...

אונז האבען מיר איבער געלעבט די רוימער...

אונז האבען מיר איבער געלעבט די קאזאקען...

אונז האבען מיר איבער געלעבט די דייטשען...

און אונז וועלען איבער לעבען משיח אויך
 
עס איז געווען א דיין וואס איז טויב געווארן אויף דער עלטער.
האט מען אים געפרעגט שטייט דאךהשוחד יעור?
האט ער געענפערט ווען מען זעט די געלט ווערט מען בלינד. ווען מען הערט נאר הבטחות, ווערט מען טויב!
 
Back
Top