- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 244
- רעאקציע ראטע
- 1,966
- פונקטן
- 223
אין גרויסן רחבות׳דיגן הויז ביי ירחמיאל און סלכה׳ן, דאס עלטערער גביריש פארפאלק, האט געדינט א משרתת, מירל האט זי געהייסן, א מיידל מיט צעפ, א גוטע פרומע, זי האט געדינט מיט הארץ, געקאכט מיט געשמאק, דערציילט די קינדער מעשיות פון חומש, און די איבעריגע צייט געזאגט תהילים.
איין שיינעם טאג האט זיך אין שטעטל באוויזן ״סערל״, סערל איז געווען א שלאנקע, א צוגעפיצטע, א געפאסטע, דערצי איז זי געווען ווי מען זאגט - זאכליך, אהער געשטעלט, און איר לשון פליסיג, ווי באשאפן געווארן אין ״פערפעקט-לאנד״, און דאס איז נישט געווען בלויז בחיצוניות, ווייל געווען איז א פעאיגע, א בעלת כשרון, וואס מ׳טרעפט גאר נישט בלי שום גוזמא, צו אלץ וואס מען דארף האט זי געטויגט. איי ווי קומט אזא מציאה אהער? א מעשה א געשעפט, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, זי איז ניי אין שטאט, דארף זי אויף חיונה ווי מען זאגט - ביזן קרעטשמע, האט זי זיך אנגעטראגן פארן גרעסטן גביר אין שטעטל, נאר אז סערל טראגט זיך אָן קומט זי נישט בלויז ווי א ״משרתת״, נאר אלץ אן ״אלץ-טוערן״, א ״כל-בו׳ניכצע״, פון שטוב ווירטשאפט ביז בוכהאלטעריי, און ווארט נאר ווארט וועט איר זעהן צו וואס אלץ זי טויג.
און סערל איז בליץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין די מוציא-מביא׳טע אין גבריס פאלאץ, באלד האט זי אנגעהויבן טון און ערלעדיגן, ברענגען אלץ צו ״נעקס לעוול״ (א ווייטערדיגע שטופע) ווי זי האט עס גערופן, און ביז געציילטע טעג איז געווען קלאר אז זי לייגט מירלען נישט נאר אין שאטן, נאר מירל כלפי סירל איז גאר קיין בריה נישט, מירל אין פארגלייך צו סירל איז ווי א יענטע קעגן א גאנצע שטאטראט, מירלס גלאנץ איז כולו אפגעטון געווארן כלפי סירלס אום-ענדליכע שארפשניידיגקייט.
סילכע די באלעבוסטע האט זיך געגרויסט מיט סערל, זיך געשעצט גליקליך מיטן ביינדל וואס זיך האט געכאפט אין שירצל אריין, זיך אנגעהויבן אפילו גרויסן קעגן די אנדערע גביר׳טעס אירע קאנקורענצן, און מירעלע, זי איז כמעט פארגעסן געווארן, ס׳איז דערגאנגען אזוי, ווען סילכא די גבירטע האט געזעהן מירלען מיט איר תהילים׳ל, האט איר אזש געכאפט א מיעסקייט פון די אלט מאדישן מויד וואס זיצט אפ דא ווי א פאסטיכערן, און שלעפט אלץ דא אין דעם פארגאנגענהייט אריין, און האט איר לסוף געשיקט אויפן בויבריק, דהיינו אפגעזאגט, גע׳פטר׳ט, און געשיקט זיך גיין זיכן אן אנדער ארבעט.
מירעלע האט גארנישט געזאגט נאר געקושט די מזוזה און זיך געגאנגען…
סערעלע, אדער ווי זי האט ליב געהאט מ׳זאל איר רופן גרויס-שטאטיש - סירי, איז געווארן וואס א מינוט בעסער, וואס א טאג שארפער, מען האט נישט מער ווי געדארפט זאגן דעם ווארט - סירי! טו אזוי און אזוי, און ס׳איז אויסגעפירט געווארן תוך כדי דיבור מיט פרטי פרטים אפילו מער ווי מ׳האט געבעטן, סירי האט אלץ געוואוסט און אלץ געקענט.
א צייט איז אריבער, אין גביר׳ס הויז הערשט עפעס א ריקנות, ס׳האט ירחמיאל׳ן און סלכא׳ן גענאגט א פוסטקייט אין הארצן… פארוואס פונקט לעצטנס?… דאס איז געווען א רעטעניש.
האט ער אויך דעם פראבלעם פארגעלייגט די משרתת, נישט גע׳דאגה׳ט, און סירי האט טאקע נישט געזשאלעוועט, מיט א געשליפן צינג האט זי ארויס געשאסן כל מיני אינפארמאציע און אינפי אינפארמאציע, באגריפן מיטן בעסטן חיתוך הדיבור וואס ס׳נאר פאראן - א. ס׳קען זיין דעפרעסיע. ב. ס׳קען זיין א צו שטאנד וואס רופט זיך כך וכך, ג. ס׳קען זיין מיטל יעריג קריזיס ד. ס׳איז יתכן דארפסט זעהן א דאקטאר מיין הער.
אין ירחמיאל׳ן און אין סילכא׳ן האט פארברייטערט זיך דאס ריקנות, אפגעזעהן די אלע באהנדלונגען וואס זיי גייען דורך לויט די פארגעשריטענע און געשליפענע עצות פון סירי׳ן די פעאיגע… דער מצב פארערגערט זיך מיום ליום, ביז ס׳איז געקומען דערצו אז ירחמיאל האט זיך פארזינדיגט מיטן מויל און געזאגט - טוב מותי מחיי…
קומט איין טאג א משולח ביים טיר, שטעלט ער זיך פאר כמסיח לפי תומו אז ער ליינט הענט. גאט שיקט שטענדיג די ישועה אין די ריכטיגע מינוט, מיט כבוד ברענגט מען אים אריין ווי א מציאה גדולה, זיצט ער מיט זיינע מכשירים, א לוּפּע און טייטלער, ליינט ירחמיאל׳ס הענט, און רופט זיך אן: דיין לעבן איז דיר געגליכן ווי א ליידיגער צימער וואו מען הערט בלויז דעם אייגענעם ווידער קול…
איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען דאס אזוי לעבן… זאגט דער ״זעער״ ברחמנות ממש. ״עפעס זעה איך דא - איז ער ממשיך ליינען מיט אנגעשטרענגטע ציבעלע אויגן - אז ביז נישט לאנג האסטו באזיצט א באדינערן וואס איז געגליכן צו בארג און טאל, צו ביימער און שטיינער, צו זון און רעגן, צו א פעלד פון וועווערקעס, און עפעס לעצטנס האסטו איר פארביטן מיט א דינערן וואס איז געגליכן צו פלאך לאנד, אומענדליכע וויזע, וואו ס׳הערשט א שטענדיג נישקשה וועטער, קיין שטרויכלונג, קיין אפהאלט, אלץ פארט אזוי געשמירט ווי עס וואלט קיין באשטאנד נישט געווען פון דאנעט ביז די ענדע יקום.
און ירחמיאל פארשטייט שוין אלץ, ער דארף נישט קיין שום הסברים מער. ער כאפט זיך אויפן קאפ וואס א טעות ער האט געטון, ווי ער איז פארבלענדעט געווארן. ער דערלאנגט דעם זעהער א שיינער מטבע, רופט זיין ווייב און באפעלט: ״גייט שוין מיר אפיר זיכן מירלען - נאר איידער וואס ווען, שוין פארשיקט סירלען, שוין היינט, זאל זי גיין אין פלאסטיק לאנד אריין, איך וויל צוריק א שטוב! און מען האט סירלען פארשיקט און די שטוב איז קודם כל צוריק געווארן א שטוב, און ווען מ׳האט מירלען מצליח געווען אפצוגעפינען איז געווארן יום טוב, די גאנצע הויז איז צוריק אנגעפילט געווארן מיט לעבנס לוסט, ווארימקייט און שפרודלדיגקייט, און ס׳איז ירחמיאל׳ן און סילכע׳ן צוריק גוט און זיס געווארן, ברוך מחיה מתים.