מיט וואס האט ענגליש געזינדיגט?

הערסט א מעשה, קודם לאמיר זעהן דו זאלסט לערנען און דאווענען ווי אברהם לייטנער. איך זאג דיר צו אז ווען דו וועסט זיין אויף זיין מדריגה און אין צוגאב אויך רעדן ענגליש ווען עס קיינעם נישט שטערן.
איר האט בכלל נישט געענפערט. איך גיי עס מאכן סימפל. ווער האט מחליט געווען אז קענען שפת המדינה איז א מאדערנקייט. אלע גדולים פון דער אזויגערופענע ”פרומע’ פראקציע האבן אליינס געקענט א גוטן ענגליש. ר׳ אברהם איז נישט געגאנען נעמען רידזשענטס נאכן ענדיגן כל התורה כולה. ענגליש, האט ער אליינס געקענט, און ער האט געהייסן פאר ת”ת תשב”ר אז זי זאלן לערנען א גוטער ענגליש. וויאזוי איז געווארן א פרומקייט דאס נישט צו קענען.
אויב האלסטו אז ענגליש מעג מען נאר לערנען נאכן קענען כל התורה כולה. דאן איז דיין ענפער אז די ”פרומע” זענען פשוט עם הארצים, און די סעקונדע וואס זיי ענדיגן לערנען תורה וועלן זיי גיין צו ענגליש?
בכלל ווער רעדט פון שטערן? איך וויל ארויסהאבן וויאזוי עס האט זיך דעוועלאפט ביי די ”פרומע’ נישט צו קענען ענגליש ווען זייערע גדולים האבן אנדערש געהאלטן. האסט אן ענטפער?
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב לעצטנס געכאפט א שמועס מיט אן אייניקל פון הגאון ר' אברהם לייטנער ז"ל. דער ר' אברהם איז באקאנט אלס דער רבי פון די עקסטרעמע בני יואל.
זאגט מיר דער אייניקל, אז דער זיידע איז געווען יארן לאנג רב אין אורוגוויי און זיך דארט אויסגעלערנט א פליסיגע שפאניש! דאס איז געווען זיין פיפטע אדער זעקסטע שפראך! ער האט זיך אויך אויסגעלערנט ענגליש אלס בחור און ער האט געקענט א פליסיגע ענגליש, טאקע מיט אן אקצענט, אבער ער האט געקענט די שפת המדינה פון יעדע מדינה וואו ער האט געוואוינט!
איך האב דאס בודק געווען מיט פילע אייניקלעך פון פריערדיגע רבנים, און כמעט אלע האבן באשטעטיגט מיט א פשטות אז דער זיידע האט גערעדט פליסיג דעם שפת המדינה. אריינגערעכנט ריח"מ פריעדמאן, דעברעצינער רב, מנחת יצחק, ר' טוביה ווייס גאב"ד, און נאך פילע.

שטעלט זיך די שאלה אזוי:

די אלע רבנים האבן געהאלטן פאר א פשטות אז מען דארף קענען דעם שפת המדינה, ופשוט הוא. זיי אליינס האבן זיך געפלאגט און זיך דערלערנט דעם שפראך! וויאזוי און פארוואס איז פארוואנדלט געווארן אין א דבר אסור עפעס וואס אלע פריערדגע רבנים האבן אליינס געטוען? איי זיי האבן געלערנט ענגליש הערשט נאך די חתונה? אבער פאר די חתונה האבן זיי געקענט זייער לאקאלע שפראך! ביי רוב איז ענגליש געווען זייער דריטע אדער פערטע שפראך!

ווען און וויאזוי איז דאס געשען אז עס איז געווארן א טריפה'נע לימוד?

נאך איין שאלה. ביי די אונגארישע איז שטארק איינגעפירט משוגע צו מאכן די מיידלעך אז אל תטוש תורת אמך! מען מוז רעדן אידיש! שטעלט זיך די שאלה, אונזערע אונגארישע באבעס האבן קוים געקענט אידיש! אלע האבן גערעדט אונגאריש! איז ענגליש טמא'נער פון אונגאריש? פארוואס?

איך בין נישט אינטערסירט אין פרוסטראציעס איבער'ן היינטיגן סיסטעם. איך וויל באמת פארשטיין, פארוואס און וויאזוי איז דאס געשען? קען מען דעס צוריקדרייען? וואס האבן די אלע אויבן דערמאנטע רבנים געהאלטן איבער דעם? גראדע, ר' אברהם'ס אייניקל טענה'ט אז דער זיידע האט געהאלטן אז מען דארף קענען א נארמאלע ענגליש, ופשוט הדבר. די שאלה איז, ווען און וויאזוי איז עס געווארן טריפה?
Very good question... and the question is even deeper, where did the isolation and shelter start from? our grandparents were always open minded and learned everything, news, politics, etc. But to answer the question we need to go back in history. when did it it start that in our culture (not only) the parents became 'helicopter parents'? I have work to do, so i'll continue later​
 
איך מיין אז עס האט זיך אנגעהויבן אלס שם לשון ומלבוש
דערנאך אלס נישט שטודירן
און שפעטער איז מען געווארן אלס פרומער און פרומער...
 
איך האב לעצטנס געכאפט א שמועס מיט אן אייניקל פון הגאון ר' אברהם לייטנער ז"ל. דער ר' אברהם איז באקאנט אלס דער רבי פון די עקסטרעמע בני יואל.
זאגט מיר דער אייניקל, אז דער זיידע איז געווען יארן לאנג רב אין אורוגוויי און זיך דארט אויסגעלערנט א פליסיגע שפאניש! דאס איז געווען זיין פיפטע אדער זעקסטע שפראך! ער האט זיך אויך אויסגעלערנט ענגליש אלס בחור און ער האט געקענט א פליסיגע ענגליש, טאקע מיט אן אקצענט, אבער ער האט געקענט די שפת המדינה פון יעדע מדינה וואו ער האט געוואוינט!
איך האב דאס בודק געווען מיט פילע אייניקלעך פון פריערדיגע רבנים, און כמעט אלע האבן באשטעטיגט מיט א פשטות אז דער זיידע האט גערעדט פליסיג דעם שפת המדינה. אריינגערעכנט ריח"מ פריעדמאן, דעברעצינער רב, מנחת יצחק, ר' טוביה ווייס גאב"ד, און נאך פילע.

שטעלט זיך די שאלה אזוי:

די אלע רבנים האבן געהאלטן פאר א פשטות אז מען דארף קענען דעם שפת המדינה, ופשוט הוא. זיי אליינס האבן זיך געפלאגט און זיך דערלערנט דעם שפראך! וויאזוי און פארוואס איז פארוואנדלט געווארן אין א דבר אסור עפעס וואס אלע פריערדגע רבנים האבן אליינס געטוען? איי זיי האבן געלערנט ענגליש הערשט נאך די חתונה? אבער פאר די חתונה האבן זיי געקענט זייער לאקאלע שפראך! ביי רוב איז ענגליש געווען זייער דריטע אדער פערטע שפראך!

ווען און וויאזוי איז דאס געשען אז עס איז געווארן א טריפה'נע לימוד?

נאך איין שאלה. ביי די אונגארישע איז שטארק איינגעפירט משוגע צו מאכן די מיידלעך אז אל תטוש תורת אמך! מען מוז רעדן אידיש! שטעלט זיך די שאלה, אונזערע אונגארישע באבעס האבן קוים געקענט אידיש! אלע האבן גערעדט אונגאריש! איז ענגליש טמא'נער פון אונגאריש? פארוואס?

איך בין נישט אינטערסירט אין פרוסטראציעס איבער'ן היינטיגן סיסטעם. איך וויל באמת פארשטיין, פארוואס און וויאזוי איז דאס געשען? קען מען דעס צוריקדרייען? וואס האבן די אלע אויבן דערמאנטע רבנים געהאלטן איבער דעם? גראדע, ר' אברהם'ס אייניקל טענה'ט אז דער זיידע האט געהאלטן אז מען דארף קענען א נארמאלע ענגליש, ופשוט הדבר. די שאלה איז, ווען און וויאזוי איז עס געווארן טריפה?
איך האב נישט געוויסט אז עס איז א טריפה'נע לימוד

אגב. אונזערע אונגערישע באבעס האבן זיך געפארכט צו רעדן אויפן גאס סיי וועלכער שפראך אויסער אונגעריש 🇭🇺 ווייל אין🇭🇺 איז פאטריאטיזים געוועזן mandatory

והשנית. יעדער האט געלערנט אין פובליק סקול ווי באקאנט אז דער הייליגע טאהשע'ר רבי זצ"ל פלעגט ארויפגיין אויפן דאך פון די סקול דאווענען הויך אז די מיידלעך זאלן קענען מיט דאווענען
 
חברה ענטפערטס מיר נישט די עכטע סיבה ווייל איך וויל עס נישט הערן😂
וואס שטערט דיך צו הערן פרוסטיראציע איבער די סיסטעם? אן אינערליכע אייגענע ווייטאג פון די סיסטעם וואס וועקט אויף דיין פערזענליכע טראומה? רעדט זיך אויס וועט עס לייכטער ווערן. ממש ווי אן אויסגעליידיגטער מאגן.

איצטערט פארשטיי איך שוין אז ווען איינער רעדט זיך אראפ פון טשעסט ווערט עס אנגערופן בי. עס. שטירן אפפאל. ממש א ג''ש פון אפפאל ווערט די מאגן לייכטאיר אזוי אויך ווערט לייכטער די ווייטאג ווען מען רעדט זיך אראף
 
דו האסט מיך נישט פארשטאנען.
איך וויל באמת פארשטיין וואזוי אזא דבר פשוט ווי קענען שפת המדינה איז געווארן א פרומקייט נישט צו קענען. איך וויל עס באמת פארשטיין. דערפאר האב איך געבעטן צו לאזן דיינע פערזענליכע עקפיריענס אינדרויסן און פאקוסירן אויפ׳ן פראגע.
 
מיין סברא איז אז אמעריקא האט געמאכט א אפגאט פון ענגליש, ספעציעל אין ניו יארק, יעדער וואס קען נישט קיין ניו יארקער וואלגארישער ענגליש מיט די טעמי המקרא איז געווארן אפגעסטעמלט אלץ א גרינער ווערנדיג דערביי גע׳פסל׳ט מכל וכל, נו נו, אז מען האט געמאכט פון איר אן אפגאט, א בולי, האט זיך באלד אנטוויקלט א רעאקציע, וועסט מיר נישט זיצן אויפן האלז און זאגן ווי אזוי צו ניסן.
 
Back
Top