יוסקע ווארטעמאן
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 34
- רעאקציע ראטע
- 337
- פונקטן
- 53
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, ה' - מיטלעלטערליכע עפיסטעמאלאגיע: שיעבוד צו פארהייליגטע מקורות
פאר די פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע, זע דא.
אין די פאריגע ארטיקלען האבן מיר גערעדט וועגן עפיסטעמאלאגישע מקורות און אויטאריטעטן. מיר האבן געזען אז דעם מענטשנ'ס וועלטבאנעם ווענדט זיך אין גרויסן טייל אויף זיין טעאריע פון וויסן, זיין עפיסטעמאלאגיע. אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר באגעגענען עטליכע היסטארישע עפיסטעמאלאגישע מעטאדעס און פארשידענע שטאנדפונקטן איבער די אויטאריטעטן פון וויסן. דאס וועט אונז ערלויבן צו פארגלייכן צווישן זיי און דאן אפשר קענען אויסקלויבן די פארלעסליכסטע. אינעם יעצטיגן ארטיקל: די מיטלעלטערליכע מעטאדע פון שיעבוד צו די פארהייליגטע מקורות.
במשך פון הונדערטער יארן, די תקופה פונעם מיטלאלטער, האט די מענטשהייט גענומען פאר אירע העכסטע עפיסטעמאלאגישע אויטאריטעטן די רייד פון פארהייליגטע ספרים. נישט נאר רעליגיעזע ספרים, ווי דער תנ"ך און פאר אידן דער תלמוד, זענען פאררעכנט געווען אלס טעות'לאזע און אומ'פקפוק'בארע מקורות פון וויסן, נאר אויך די ספרים פון א גריכישער פילאזאף ווי אריסטו איז געווען פאררעכנט ביי די מיטלעלטערליכע געלערנטער ווי קודש־קדשים. מען האט געגלייבט אז אלע חכמות העולם געפינען זיך אין די פארהייליגטע ספרים און אז מען אנטדעקט עפעס ניי נאר דורך דורכגרינטליכן עיון און אנאליז, איינטייטשונגען און אפטייטשונגען, פון די אייביגע און אומבייטעוודיגע טעקסטן. און אז מען האט יא אנטדעקט עפעס ניי אין דער דרויסנדיגער וועלט, האט מען דאס נאר געקענט אננעמען אויב מען האט געקענט ווייזן אז דאס נישט בסתירה מיט וואס די ספרים זאגן, דורך שעפערישע פארטייטשונגען און פשט'לעך. און אז נישט, האט מען דאס געמוזט פארלייקענען אונטער דער פארכט פון כפירה־באשולדיגונג.
אלס ביישפיל קען אונז דינען די פרשה פון העליאָצענטריזם. אינעם 16טן יארהונדערט האט דער אסטראנאם און מאטעמאטיקער קאפּערניק פארעפנטליכט זיין טעאריע אז דער ערדקוגל און די פלאנעטן אָרביטירן (דרייען זיך ארום) די זון, און נישט – אזוי ווי עס איז געווען אנגענומען ביז דאן – אז די זון און די פלאנעטן ארביטירן דעם ערדקוגל. די טעאריע טוט פיל סימפליפיצירן די מאטעמאטיק וואס באשרייבט דעם גאנג פון די אזוי־גערופענע כוכבי־לכת, ערלויבנדיג פאר א פיל עלעגאנטערער דעסקריפציע פון די גלגלים ווי וואס איז געווען מעגליך לויט דער אלטער טעאריע (פאר מער איבער דעם זע דא).
די פראבלעם איז געווען אז עס האט אויסגעקוקט אז די טעאריע איז סותר אזעלכע פסוקים ווי "שמש בגבעון דום" (יהושע י:יב) און "אף תכון תבל בל תמוט" (תהילים צג:א), ווי אויך די אנגענומענע טעאריעס פון די ווי־פארגעטליכטע פילאזאפן. די קירכע האט דערפאר פארבאטן די טעאריע און איר אפגעשטעמפלט אלס כפירה. אידישע מחברים האבן זיך אויך געפלייסט צו דערווייזן אז די טעאריע איז פארפירעריש און אפיקורסיש. אינעם 17טן יארהונדערט, ווען דער גרויסער פיזיקער גאַלילעאָ האט זיך דערוואגט צו טענה'ן לטובת דעם העליאָצענטריזם, האט אים די קירכע געשטעלט אין געריכט, וואו ער איז געווען געצווינגען זיך אפצוזאגן פון זיין פריער־ארויסגערעדטער כפירה, און וואו מען האט אים פאר'מישפט אויף הויזארעסט.
פאלגנדיג די טעאריעס פון ניוטאן וואס זענען באזירט אויף העליאצענטריזם (זע דא), איז די טעאריע צוביסלעך געווארן אנגענומען צווישן געלערנטער. דאך האבן פיל רבנים ממשיך געווען זיך שטארק ארויסצושטעלן קעגן דעם. הגם אז די סייענטיפישע גרונדן פון דער טעאריע זענען געווארן קלאר אויפגעוויזן, האבן זיי דאס גע'פסל'ט וויבאלד עס האט זיי אויסגעקוקט צו זיין אין קעגנזאץ מיט וואס זיי האבן געטראפן אין די פארהייליגטע ספרים[1]. ביז היינט קען מען טרעפן חרדישע מחברים וואס פארלייקענען העליאצענטריזם, הגם אז די טעאריע איז איינע פון די צענטראלע יסודות פון דער מאדערנער פיזיק און אן דעם איז מען ווי א בלינדער אינעם פינצטערניש.
אפילו אין הלכה איז נאך געבליבן אן אפקלאנג פון געאָצענטריזם (די אלטע טעאריע אז דער ערדקוגל איז דער צענטער פונעם אָרביט פון דער זון אין די פלאנעטן) אינעם מושג פון די 'שבעה כוכבי לכת' (וואס צוליב זיי און די צייטן וואס יעדערער פון זיי איז 'שולט' טאר מען נישט קידוש מאכן צווישן זעקס און זיבן). ערשטנס, פעלט פון דער רשימה די פלאנעטן נעפּטיון און יוראַנוס וואס זענען ערשט אנטדעקט געווארן אינעם 18טן און 19טן יארהונדערט (די אריגינעלע רשימה פון זיבן קומט פון די פארצייטישע בבליים און גריכן און איז אריין אין אידישקייט דורכן ספר יצירה, פרקי דרבי אליעזר און אנדערע). אבער מער פונדאמענטאל, אנטהאלט די רשימה דריי באזונדערע סארטן יש'ן, וואס סייענטיפיש גערעדט, און לויטן העליאצענטריזם, זענען גאר באזונדער. חמה – די זון – איז גאר נישט קיין 'לכת', וויבאלד זי איז סטאטיש רעלאטיוו צו די אנדערע קערפערשאפטן אין דער זונסיסטעם; דאן האבן מיר די ביז דאן באוואוסטע פלאנעטן כוכב (מערקיורי), נוגה (ווענוס), מאדים (מארס), צדק (יופּיטער) און שבתאי (סאַטורן); און לבנה איז ווייטער נישט קיין פלאנעט וויבאלד זי אָרביטירט דעם ערדקוגל און נישט די זון דירעקט. מצד־שני, פעלט טאקע פון דער רשימה דער ערדקוגל זעלבסט וואס איז טאקע יא א פלאנעט.
היינט איז פארשטייט זיך פאראן די אַפּאָלאָגעטיק וואס פארענטפערט אזעלכע ערשיינונגען, טענה'נדיג למשל אז די שבעה כוכבי לכת זענען קבלה־עניינים און אז זיי באציען זיך נישט ממש צו די פלאנעטן אינעם סייענטיפישן זין. אבער עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז די מושגים קומען צו אידישקייט און צו קבלה פון דער דעמאלטסדיגער גוי'אישער וויסנשאפטליכער וועלט. פאר די בבליים זענען די זיבן כוכבי־לכת געווען זייער פארשטאנד פון די פלאנעטן און אזוי איז דאס אויך געווען פאר די אידן אין יענע צייטן און לדורותיהם. ערשט היינט ווען מען קען שוין נישט פארטיידיגן אזא באנעם סייענטיפיש, פארוואנדלט מען די מושגים פאר ריין קבלה'דיגע און פאר 'העכערע זאכן', ווייל דאס איז שוין שווערער אפצופרעגן, בבחינת הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
מיר האנדלען דא וועגן דער שאלה פון עפיסטעמאלאגישע מקורות. מיר עקספלארירן וואספארא מעטאדן און צוגענג פירן פארלעסליך צום אמת. אונזער טענה דא איז אז דער מיטלעלטערליכער מהלך פון זיין משיעבוד צו די פארהייליגטע ספרים אלס די אויסשליסליכע און אומאפפרעגבארע מקורות פון וויסן, נישט נאר וואס דאס האט נישט צוגעהאלפן צו אלגעמיינע וויסן און פארשטאנד פון דער וועלט, נאר עס האט אקטיוו פארשטאטערט און צוריקגעהאלטן וויסנשאפטליכן פארשריט. אלס עפיסטעמאלאגישע אויטאריטעט און מקור פון וויסן איז אלזא די מעטאדע נישט קיין פארלעסליכע אדער געראטענע.
מען קען אנשרייבן גאנצעטע ביכער מיט ביישפילן וואס פירן צום זעלבן אויספיר. אבער איך וועל דא ברענגען נאר איין ווייטערדיגע דוגמא פון א טעאריע וואס קומט פון א פארעלטערטן, גוי'אישן וויסנשאפטליכן מקור וואס איז אריינגעדרונגען אינעם מיטלעלטערליכן אידישקייט און איז שוין ביי אונז געבליבן ביז היינט, הגם אז עס איז שוין לאנג אפגעפרעגט געווארן דורך דער מאדערנער וויסנשאפט. דאס איז די טעאריע פון די פיר חומרים: אש, רוח, מים, עפר.
די טעאריע קומט פון די גריכן און טיילט איין אלע חומרים אויף דער וועלט אין די פיר פונדאמענטאלע 'עלעמענטן'. אלע אנדערע שטאָפן זענען געמישעכצער פון די עלעמענטן און זיי קריגן זייערע אייגנשאפטן לויט זייערע קאמבינאציעס און פראפארציעס. די טעאריע, וואס איז בעצם א פרימיטיווע סארט כעמיע, איז געווען אנגענומען ביי אלע אייראפעאישע געלערנטער, אידן ווי נישט אידן צוגלייך. דער רמב"ם צום ביישפיל בויט אויף זיין גאנצע וועלט־סיסטעם לויט די אריסטאטעלישע פרינציפן, סיי אין משנה תורה, סיי אין ספר המורה. די טעאריע איז אויך אריינגעדרונגען אין קבלה, וואו עס ווערט ברייט באניצט אויף צו בויען ערים גדולות ובצורות בשמים מיט פיל שעפערישקייט און דמיון.
ערשט אין דער מאדערנער, סייענטיפישער תקופה, מיט דער אנטוויקלונג פונעם וויסנשאפטליכן פעלד פון כעמיע, איז אנטדעקט געווארן אז דאס בילד איז נישט קיין אקוראטע אפשפיגלונג פון מציאות. נעמט צב"ש וואסער, אין וועלכן דער זעלבער חומר (H2O) קען האבן די פארעם פון מים, אבער אויך רוח (פארע) און עפר (אייז) אן דעם וואס די קאמפאזיציע פון די עלעמענטן זאל זיך עפעס וואס טוישן. צו פארנעמען דאס ארט פון דער אלטער טעאריע, איז געקומען די טעאריע פון דער פּעריאָדישער־טאַבעלע, וואס דינט היינט אלס א גאר פרוכטבאר ראַם און איז דער יסוד פון דער מאדערנער כעמיע און מאטעריאלן־סייענס.
היינט וועט איר שוין נישט טרעפן אן ערנסטער אַפּאָלאָגעט וואס זאל באוואוסטזיניג פרובירן פארטיידיגן די אלטע טעאריע, און דאך לעבט זי ווייטער אין אונזערע פארהייליגטע ספרים און אין אונזערע קבלה־דורכגעגאסענע וועלט־סיסטעמן, און איז פאר פיל בחורים און יונגעלייט דאס נענטסטע וואס זיי קומען צו עפעס א כעמישן באגריף. ביי אונז חסידים אינעם 21סטן יארהונדערט האט מען נאכנישט פארלאזט דעם מיטלאלטער.
די געשיכטע פון אידעען – וויאזוי דעם מענטשנ'ס זעלבסט־פארשטאנד און זיינע באגריפן וועגן דער וועלט און זיין פלאץ אין איר האבן זיך אנטוויקלט – איז גאר אן אינטערעסאנטע און קאמפליצירטע. עס איז נישט דא דאס ארט און עס איז נישט פאראן דא דער פלאץ איר אפצוגעבן איר פארדינטן כבוד און באהאנדלען די טעמע לויט דער לענג און די דעטאלן וואס זי פאדערט. די קורצע שטריכן וואס מיר האבן דא סקיצירט פרעטענדירן נישט צו זיין אויסשעפּיש־אקוראטע דעסקריפציעס פון דער אנטוויקלונג פון די דאזיגע געדאנקען ביי אידן. דאך פארבן זיי אפ א בילד פון וואס מיר קענען זיך ארויסנעמען א לקח, וואס דאס איז דאך אונזער הויפט ציל דא. און דער מוסר־השכל איז א קלארער: זיך בלינד פארלאזן אויף די פארצייטישע און פארהייליגטע מקורות און אויטאריטעטן פירט נישט פארלעסליך צום אמת. נישט לויט דער מעטאדע בויט זיך דער מענטש, סיי אלס יחיד, סיי אלס קאלעקטיוו, אן אקוראטע שילדערונג פון רעאליטעט. צו מאכן עפיסטעמאלאגישער פארשריט, צו פארבעסערן און צושלייפן אונזערע אמונות אז זיי זאלן מער געטריי אפשפיגלען און רעפרעזענטירן דאס מציאות, פאר דעם דארף מען א גאר אנדער מעטאדע און צוגאנג.
וועלכע? אין די קומענדיגע ארטיקלען.

לעצט רעדאגירט: