מיין 1000'סטע תגובה

חוקר ודורש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,157
רעאקציע ראטע
3,821
איי ניד יור העלפ!
איך האלט שוין קרוב צו מיין טויזענט'סטע מעסעדזש דא אין קרעמל, און אזוי ווי די מנהג הפארומס אז ביי געוויסע נאמבער תגובות שרייבט מען א שענערע און א שטיקל ארטיקל, נישט סתם א תגובה, על כן באתי במגילת ספר, ונפשי בשאלתי, להודיע תשובתי, און וועלעכע נושא / ענין זאל איך שרייבן, אין מיין קאפ לויפן צענדליגע געדאנקען אבער יעדע איינער פון זיי האב איך זעצט זיך יעצט שרייבן איך דארף האפן צו עס ענדיגן אויף מיין 10,000'סטע תגובה....
בעט איך פון יעדער איינער פון ענק, אויב האסטו א ביסל ארויס גיהאט וואס און וועלעכע נושאים שווים איך אין אייגענם פאול, ביטע ברענגטס מיר א געדאנק צום טיש.
מיט האפענוג צו קענען באמת שרייבן א אינטערסאנטע ארטיקל, וואס די עולם וועט הנאה האבן דערפון.

נ.ב. אויב נעם איך נישט אן דיין געדאנק אויף די 1,000'סטע תגובה, נעם נישט אינהארצן, עס מיינט נישט אז איך גיי נישט שרייבן עס קען זיין א געדאנק אויך פאר (2,500 5,000 10,000 אא"ו)

החותם בידידות רבה ומופלגה
הק' ש"ב איש אהוב
המכונה פה @חוקר ודורש
 
א דאנק ר' @מלך פאר זיך אנרופן
אונגארישע טיילונג
עס איז וויניגער פון די נושאים וואס איך ליג דערינען (נישט אז איך קען נישט, אבער פארט)
איך דריי זיך מער אין די גאליצייאנע היסטאריע
דאס איז א גוטע איידיע
אבער עס מיינט אז איך געזעגן זיך יעצט פון קרעמל פאר א וואך גוט דארך טוען די סוגיא
ווייל אז איך שרייב שוין וועל איך שרייבן אויף משכילי מדינת מקור מחצבתי ה"ה מדינת גאליציען

אבער לאמיר ווארטן זעהן אויב סאיז דא נאך גוטע געדאנקען
 
אפשר קענסטו שרייבן דיינע געפילן איבער דיין זשורני, אויסגעשטעלט אלס א בריוו צו דיין אינגערע זיך, דאס הייסט דיר אלס 15 יעריגער בחור למשל. וואס וואלסטו איהם געשריבן?

אפשר וועט עס דיר ערלויבן צו לאזן לויפן דיין פענע, און ווי אויך קען עס זיין אינטערסאנט פאר דיר אליינס.

א גאנצע אויטאביאגראפיע וועט נעמען צו לאנג און איך גלייב באלאנגט מער אין א בוך פארמאט.

נאר א געדאנק.

(איך אין דיין פאזיציע וואלט געוואלט שרייבן אזא בריוו.)
 
דאס איז א גוטען געדאנק, אבער איך בין א מענטש וואס שרייבט פון מוח און נישט פון הארץ, און א בריוו בפרט צו 15 יעריגער בחור'ל (אויך ווען יענער איז מיך) דארף מען האבן הארץ פאר דעם.
 
אז ביסט שוין יא א געליציאנער, די socioeconomic אומשטענדין וואס קענען זיין די סיבה פאר די אידישע געליציאנער קולטור, די פארביסנקייט inwardness וכד׳
 
אזויווי דו ביסט אן אלטגעזעסענער קרעמלער מיין איך אז דו זאלסט אונז איבערראשן מיט עפעס א גוטס.
#מיי_עפיניען_
כ'קען קוים ווארטן. (צו דו קומסט אויף מיט עפעס אייגנ'ס אדער נישט)
 
אזוי ווי איך וויל נישט שרייבן סתם תגובות איך זזאל קענען אנקומען ביים טויזענטסטן צו א גרייטע ארטיקל וועל איך מגיב זיין פון דא אין ווייטער אויף אפאר און איין תגובה ואיתכם הסליחה ווייל בעצן קומט יעדער זיין אייגענע תגובה...
וואס די וואלסט געטוען אנדערש אין דיין לעבען
דאס וואלט געווען גוט ווען איך האב עפעס, וואס איך האב חרטה אויף דעם, אבער וואס זאל איך טוהן אז כמעט יעדע זאך וואס איך האב געטוהן אדער נישט און איך האב שפעטער גיהאט הרהורי חרטה, איז מיט נאך א שטיק צייט שפעטער האב איך געזען אז סאיז געווען לטובה.
מילא ביי מיר איז עס נישט אזוי נוגע
דאס וואס אונדז האב מיר געשמיעסט אין אישי....
דאס איז דארף זיין א לענגערע ארטיקל מיט אויספורשונגען וואס איך וועל נישט אנקומען יעצט, אבער עוד חזון למועד, דאס איז מן הסתם די אינטערסאנטסע ארטיקל פאר מיר צו שרייבן
אדער דיין איבערגאנג צו odt שכוח
ווען איך וואלט נאר געוויסט ווי אזוי סאיז אנגעגעגנגען עס איז געווען זעיר שם וזעיר שם, ביז ווען פלוצלינג האב איך זיך געכאפט ווי איך גלייב אין גארנישט
מחלוקת קעגן קאצק...
כבר דשו בו רבים און איך זעה נישט וואס איך צו מחדש זיין
אז ביסט שוין יא א געליציאנער, די socioeconomic אומשטענדין וואס קענען זיין די סיבה פאר די אידישע געליציאנער קולטור, די פארביסנקייט inwardness וכד׳
איך האב נישט געוויסט אז מיר זענען פארביסענע.....
אקעי ווייזן אונז נישט קיין הרגשים (חוץ פון כעס פארשטייט זיך) אבער פארביסן? ;)
מיך איז אינטערסאנט דיין בליק אויף דיינע גרויסע זיידעס.
עס איז נישט דא צופיהל וואס צו שרייבן וואס יא האב איך שוין געשריבן דא
אזויווי דו ביסט אן אלטגעזעסענער קרעמלער מיין איך אז דו זאלסט אונז איבערראשן מיט עפעס א גוטס.
#מיי_עפיניען_
כ'קען קוים ווארטן. (צו דו קומסט אויף מיט עפעס אייגנ'ס אדער נישט)
דאס אז איך בין א אלטגעזעסענער דא, מיינט נישט אז איך האב וואס צו פארקויפן.
אבער איך ווייס נישט אויב ס'לוינט ווייל אונדז גיי מיר דיר פארלירן פאר א וואך יעצט...
זארג דיך נישט איך קען עס סיי ווי נישט באווייזן במציאות...
 
קען נישט זיין בעסער
איך האב דאך געשריבן אז איך האב מורא.....
אפשר נישט א גאנצע אבער יא פון א געוויסע תקופה, למשל ישיבה קטנה אדער ישיבה גדול, שנה ראשונה אדער ווען זאכען האבן זיך אנגעהויבן וואקלען, וכהנה רבות
 
א גוטע וואך פאר יעדען
איך האב געוואלט מודיע זיין אז איך האב געליינט יעדעמס געדאנק סיי דא סיי און אישי, א חלק וועל איך מן הסתם משלים זיין ביום מן הימים
כרגע האב איך מחליט געווען גיין אויף די געדאנק וואס האט גערעדט צו מיך די מערסטע וואס @מלך האט פארגעשלאגן (משכילים), און איך האלט שוין טיף אינדערמיט, איך האף ענדיגן אום שנעלסטן, און אז די עולם וועט הנאה האבן

_________
אפשר נישט א גאנצע אבער יא פון א געוויסע תקופה, למשל ישיבה קטנה אדער ישיבה גדול, שנה ראשונה אדער ווען זאכען האבן זיך אנגעהויבן וואקלען, וכהנה רבות
אולי עוד חזון למועד
איך זעה מיך נישט יעצט זיך זעצן שרייבן אויף דעם
א שאד איך האב עס נישט געטוהן צווי זאכן צוריק דעמאלטס האב איך יא גיהאט די חשק נאר נישט די צייט היינט האב איך די צייט נישט די חשק
אבער עט ליעסט ווייסטו וואס דער עולם האט ליב. נישט אזוי?
הלוואי
איך ווייס קוים וואס איך וויל
 
א גוטע וואך פאר יעדען
איך האב געוואלט מודיע זיין אז איך האב געליינט יעדעמס געדאנק סיי דא סיי און אישי, א חלק וועל איך מן הסתם משלים זיין ביום מן הימים
כרגע האב איך מחליט געווען גיין אויף די געדאנק וואס האט גערעדט צו מיך די מערסטע וואס @מלך האט פארגעשלאגן (משכילים), און איך האלט שוין טיף אינדערמיט, איך האף ענדיגן אום שנעלסטן, און אז די עולם וועט הנאה האבן
Wow wow wow!!

❤️❤️❤️

כ'קען קוים ווארטן!!
 
קען נישט זיין בעסער
אפשר נישט א גאנצע אבער יא פון א געוויסע תקופה, למשל ישיבה קטנה אדער ישיבה גדול, שנה ראשונה אדער ווען זאכען האבן זיך אנגעהויבן וואקלען, וכהנה רבות
און אזוי אויך די אנדערע (איך געדנק נישט יעדעם וואס האט געשריבן, במשך הזמן, במחילת כבודם) וואס האבו געבעטן איך זאל שרייבן א ביסל וועגן די פאר מינוט, וואס איך האב מחליט געווען ובחרת בחיים, און נישט פארקערט חלילה, און אויך א ביסל וועגן מיין גט פרשה, יא עס איז תלוי הא בהא און עס איז איין מעשה
האב איך א ביסל געשריבן דא, גלייבטס מיך עס האט מיך טייער געקאסט, איך בין א ביסל צוריק אהין, אבער יעצט בין אויך שוין אקעי, מדארף זיך נישט זארגן.
 
Back
Top