- זיך איינגעשריבן
- אוג. 1, 2025
- מעסעדזשעס
- 100
- רעאקציע ראטע
- 807
- פונקטן
- 113
געטראכט און זיך געווינדערט
זיך געפיהלט אפגעזינדערט
איך האלט שוין אצינדערט
ביי מיין מעסעדזש הינדערט
אויך מיר א גדולה
איך בין דאך א קרעמלער א שטילע
וואס איז שוין די צהולה
העסט דארפן ארבעטן בהרים וטילה
איך קיק צו די מאסיווע
די שרייבער די קריטיווע
איך שטיי א נאאיווע
אויף מיינע חברים אונעם סביבה
קוק אויף זיי
צוויי טויזנט צו דריי
פארוואס א קאפ איך פארדריי
פרעגן זיי מיר מיט א געשריי
להאמת ניתן
די קשיא מיר געשניטן
איך וועל דאך דארט סייווי קיינמאל אריינפיטן
צייטן וועלן נישט אזוי שנעל ווערן געביטן
איז איך וועל מיט מיר סעלאברירן
צו די ווילסט יא אדער נישט קאלאברירן
אז די פילסט איך גיי דיר אויף די געהירן
איך וועל זיך סייווי נישט רירן
מיין שמחה פרעזענטליך
אפילו סאיז ממש ווייניג
קיינער טוט דאס נישט געווענטליך
איך בין מיט אייך מיט דעם אייניג
אבער דאך געארבעט שווער...
אנגעקומען אהער
סאיז ממש נישט פער
צו דארפן ווארטן ביז טויזנט אדער מער
מיינע חברים מיינע לייענער
א דאנק פארן לייקן אומזיסט
פארן זיך נישט נעמען צו מיינע ביינער
און פארן מיר נישט לייגן אין מיסט
איך פיל זיך אין די הימלען
א גרויסע מאמענט פאר מיר איז
אזויפיל צייט געטיען אפשימעלען
מיטן הענט אויפן קיבארד איך מיז
קענסט פון מיר לאכן
אבער סוועט נישט העלפן מסתם
איך וועל ווייטער אויפוואכן
און שרייבן אין די נעכט אריין
א דאנק פאר דיין לייק! א דאנק פאר דיין דיסלייק! די עיקור זיך וויסענדיג געמאכט!