מיינע ספיקות

אגב, אז די גייסט עס יעצט אראפשרייבן גייט עס האבן א אלטע מקור אכציג יאר ארום.
דארף מען נאר זיכער מאכן אז קרעמל מאכט זיך נישט צו אזוי ווי קאווע שטיבל, מ'קען נאך פארלירן די מקור
 
די גרעסטע מקור אז די אייגענע השתלות העלפט איז, אז ע"פ רוב, מענטשן וואס ארבעטן שווער צו מאכן געלט האבן אסאך א גרעסערע סאקסעס רעיט ווי מענטשען וואס ארבעטן נישט שווער און פארלאזן זיך אויף זייערע השתלות אז ס'איז שוין גענוג.
וכהנה רבות...
 
די גרעסטע מקור אז די אייגענע השתלות העלפט איז, אז ע"פ רוב, מענטשן וואס ארבעטן שווער צו מאכן געלט האבן אסאך א גרעסערע סאקסעס רעיט ווי מענטשען וואס ארבעטן נישט שווער און פארלאזן זיך אויף זייערע השתלות אז ס'איז שוין גענוג.
וכהנה רבות...
אויב מען גייט מיט דעם, האט תפלה זערא קא-רילעישן.... האב איך שוין געזאגט, אויב גיי איך מיט מיין אייגענע קאנטשעס אלס מקור, האב איך א ש*ט לאוד מיט זאכן צו דראפן בעפאר...
 
כ'סטראגל מיט דעי שאלה איבער תפילה שוין עטליכע יאר,

אלץ בחור פלעגט מיין דאווענען זיין גאר שטארק א ענין פון 'בעטן פאר א גוטע חברותא, פארשטיין די שיעור' וכו, א גוטע שמו"ע איז געווען ווען כהאב געפילט ווי כ'האב עכט געפּוילט אלעס גוטס,

נאכן דורכגיין גאר אסאך שווערעקייטן דורך די יארן האט שוין נישט געמאכט קיין סענס צו בעטן פאר א ישועה סאָ יעצט האב איך נישט קיין ג'העריגע ענין אין תפילה
View: https://youtu.be/tv-GzjcwjAA


פינקט געטראפן אויף יוטובּ, כ'האב עס נאכנישט ג'הערט אבער די טייטל געפעלט מיר
 
כ'גלייב אין מיין גלייבן
בשייכות צו דעם הודעה...

דער בעגינער וואס האלט דעם גיטאר פאוקעסט אויף אזוי פיל וויכטיגע זאכן, אנגעהויבן פון וויזוי ער האלט עס, מאכט די קאורדס, האלט דעם פּיק, סטראמט, א.א.וו. אבער דער גיטאריסט (וואס האט עס שוין כטבע שני) פאוקעסט אויף איין זאך - דעם ריטעם.

דער מלמד אין די ערשטע יאר, פאוקעסט אויף אזוי פיל פרטים פון חינוך, קאנטראל, ווי אזוי ער זאגט וואס, ווי אזוי ער פירט זיך אויף. אבער דער עלטערער מוצלח'דיגער מלמד לייגט געוויכט אויף זיין אייגענעם מצב רוח וואס ער איז משפיע אינעם כיתה, וכדו'.

דער בחור וואס ווערט אן ערענסטן 'עובד', פיהלט זיך אהן מיט מוסר ספרים און שיעורים, פארלייגט זיך אויף אסאך הנהגות וואס ער פארשטייט אז זיי גייען אים האלטן אין די ראלם פון זיין ערענסטקייט. אבער דער געהויבענער איד נאך יארן עבודה קאכט זיך אין 'השגחה פרטית' צו אין 'אהבת השם' אדער 'אהבת ישראל' וכדו'. ער האט שוין לאנג פארגעסן דעם בחורישן טשעק ליסט און פונקטליכן סדר היום וואס ער האט געמיינט אז ער מוז עס אנהאלטן במסירת נפש.

כאפט מיר נישט אויף די משלים, כ'ווייס נישט אויב ס'איז ממש אזוי ביי זיי. די פוינט איז:

די אנפאנג איז פיהל מיט וויכטיגע כללים און פרטים צו געדענקן צו לייגן אן אויג דערויף. אבער ווען מ'איז עס שוין קונה אז ס'ווערט א חלק פונעם מענטש, פאלט אמאל די שטרענגקייט פון די גדרים, מ'פאוקעסט אויף א נקודה וואס מ'האט לאו דוקא פארשטאנען ביים אנפאנג.

דעם נקודה איז דעם תכלית המכוון.

(חוץ ווען די פרטים מאכן א גרויסען חילוק ווי הפסד ממון אדער דיני נפשות (ווי אין א שפיטאל) וכדו', וואס דאן מאכט מען א טשעק ליסט, כדי נישט צו אויסלאזן בטעות די קליינע זאכן.)
-

אונז האבן אסאך מצות, הלכות, הנהגות, חומרות, גדרים וסייגים. איז אלעס אזוי ווי א טשעק ליסט וואס אויב מ'לאזט עפעס אויס קען דער פאציענט שטארבן? אדער ס'איז דא חלקים וואס זענען ווי א 'בּעגינערס גייד' צו ברענגן דעם מענטש צו עפעס א טיפערע ענין וואס דאס איז דעם ענדגילטיגן ציהל?

וואס איז דעם תכלית המכוון פון די גאנצע תורה?

עד שבא חבקוק והעמידן על אחת - וצדיק באמונתו יחיה.

(אין נועם אלימלך (בהעלותך) שטייט,
שמתחילה צריך אדם הנכנס בעבודתו ית"ש לעשות לעצמו סייגים וגדרים והנהגות רבות כדי שיתנהג כשורה בעבודתו, ואחר שיעלה במדרגות גדולות בכל פעם שוב אין צריך אותן הנהגות שהיה צריך קודם בואו לתכלית העבודה, כי בכל פעם שעולה מעלה א׳ הוא בא יותר אל האחדות והוא מתאחד ג"כ במעשיו ובהנהגותיו. וכו'. עד שבא חבקוק והעמידן על אחת, פירוש בתכלית העבודה שיבא כולו אל האחדות הגמור, וזה תכלית המכוון
.)

דעם תכלית המכוון פון די גאנצע תורה איז אמונה.

אמונה אין וועלכע טיפ גאט? דער גאט פון פשוטו של מקרא וואס קומט און גייט? דער גאט פונעם רמב"ם?

אמונה אין השגחה פרטית פון די ראשונים? אדער פונעם בעש"ט?

כ'מיין אז ס'מאכט נישט אויס!

די תכלית המכוון איז די אמונה אין דיין אייגענע אמונה. (וצדיק באמונתו).

זיך אויסלערנען ווי אזוי צו קענען טרעפן אפי' אינעם רוישיגען נפש, אינעם פאר'ספק'טען שכל, א שטילן ארט אין זיך פון גלייבן. גלייבן אינעם אייגענעם עקזיסטענס, גלייבן אין זיך, גלייבן אינעם שורש, גלייבן אינעם עצם גלייבן. בקיצור אויסהערן דעם זיך, טראסטן דעם זיך.

דאס איז גן עדן. דאס איז דער תכלית המכוון.
כי כל מצותיך אמונה
 
די תכלית המכוון איז די אמונה אין דיין אייגענע אמונה. (וצדיק באמונתו).

זיך אויסלערנען ווי אזוי צו קענען טרעפן אפי' אינעם רוישיגען נפש, אינעם פאר'ספק'טען שכל, א שטילן ארט אין זיך פון גלייבן. גלייבן אינעם אייגענעם עקזיסטענס, גלייבן אין זיך, גלייבן אינעם שורש, גלייבן אינעם עצם גלייבן. בקיצור אויסהערן דעם זיך, טראסטן דעם זיך.

דאס איז גן עדן. דאס איז דער תכלית המכוון.
כי כל מצותיך אמונה
רבי צדוק שרייבט אז א חלק פון די אמונה וואס א מענטש דארף האבן, איז אמונה אין זיך אליינס!!
ממש ווי דיר @שעפטאל!!
א יעדע איד האט א חלק אלוקי וואס דו דארפסט גלייבן אין איהם (זיך)!!!

שכח רבינו @שעפטאל פארן אונז מהנה זיין און כסדר אויפלייכטן!! אשריך!! ❤
 
לעצט רעדאגירט:
שכוח פאר די חיזוק!
און שכוח פארן לייק!
(כ'בין דאך אינעם לייק'ס פארמעסט מיטן @קהל׳ס נער 🤫)

כ׳מיין ס׳איז די פיעסעצנע אדער רבי צדוק
יא, ר' צדוק, כשם שצריך להאמין בהשי"ת כך צריך להאמין בעצמו.
-

אינעם ספר דברי שעפטי שטייט:
פרעה'ס כפירה איז "מי השם אשר אשמע בקולו"
אונזער כפירה איז אמאל "מי אני אשר אשמע בקולי"
והיינו הך, כי כמוך כפרעה.

הימנותא ואמונה והמאמין חד הוא
 
יא, ר' צדוק, כשם שצריך להאמין בהשי"ת כך צריך להאמין בעצמו.
-

פרעה'ס כפירה איז "מי השם אשר אשמע בקולו"
אונזער כפירה איז אמאל "מי אני אשר אשמע בקולי"
והיינו הך, כי כמוך כפרעה.

הימנותא ואמונה המאמין חד הוא
הייליג, אויף אייביג, אינעווייניג!!
(קרעדיט: שלומי ברנשטיין)

View: https://youtu.be/1gjJNNPZW1E?si=e5FNFIALmndxNyLD
 
מיין עקספיריענס, פון זיצן אויפן קאוטש א גאנצע טאג און ליינען די צייטונג, רויכערן ציגארן און קייען פאפיטאס, און זאגן אלעס וועט זיין גוט... אמונה... בלא בלא בלא... דאס ברענגט דעפרעסיע.

אבער בעצם קען מען זיך ווייטער האלטן, אז דאס אליינס איז אויך גוט... יעצט איז מיר באשערט צו זיין דעפרעסט..
 
דו באציהסט זיך צו דעם הודעה, יא? מסכים מיט דעם.

אבער מיינען אז אלעס איז אין די אייגענע הענט ברענגט אויך עצבות (פון דיסאפוינטמענטס)

מ'דארף לכאו' עפעס אינציווישן וואס כאפט אהן ביידע הנחות
 
דו באציהסט זיך צו דעם הודעה, יא? מסכים מיט דעם.

אבער מיינען אז אלעס איז אין די אייגענע הענט ברענגט אויך עצבות (פון דיסאפוינטמענטס)

מ'דארף לכאו' עפעס אינציווישן וואס כאפט אהן ביידע הנחות
יא.

אבער איך קוק עס אן אז דיסאפוינטמענטס וואס ברענגט עצבות איז נאר אויף א קורצע צייט, ווייל לאמיר זאגן אז דו פלאנסט עפעס און סגייט קראכן, גלייך גייט דיין מח דיך געבן עפעס א פרישע איידיע, דאס געבט ענערגיע פאר א מענטש צו אנגיין.

משא"כ זאגן אלעס איז גוט, איך טו גארנישט, בלייבסטו אנגעזעצט.

אזוי פיל איך פערזענלעך, אבער יעדער האט דאך אנדערע נאטורן.
 
מיינע צוויי סענט: ראשית כל לאמיר פעיסן דעם ברוטאלן אמת אז ס׳איז נישטא קיין שום וועג צו פארזיכערן דעם פיוטשער וויאזוי ס׳וועט אויסקוקן. אין דעם איז אויך נכלל אז מ׳קען נישט פרעדיקטן וועלכע מיינדסעט/השקפה/בעליעף מ׳גייט האבן און זיכער קעמען זיך נישט צווינגען דערצו.

(אפילו ׳האמנתי כי אדבר׳ האסטו אויך א אינדיפענדענט באהאלטענע אמונה צו גלייבן אין דעם אליין אז די דיבור העלפט פאר דעם אמת׳ע אמונה, אז נישט פארוואס זאלסטו וועלן גלייבן?)

(א חוץ דעם ׳צדיק גוזר והקב״ה מקיים׳ וואס דאן ביזטו אין קאנטראל. ואגב איז דאס געווען א חלק פון מיין פעין ביי מיין לעצטיגע טריפ אז פארוואס ביזטו נישט קיין צדיק און וואלסט דאן געווען אין קאנטראל.. למעשה האבעך סורענדערד צום ידיעה חלק vs בחירה אז סוכ״ס בין איך נישט אין קאנטראל אפילו אויף דעם.. איי בחירה? ס׳דאך שוין פארגאסן געווארן אסאך טינט אויף דעם, ואכמ״ל)


דערנאך קעמען זיך בסך הכל שטעלן אויפן וועג (בחירה) וואס וועט מאויסט לייקלי ברענגען די בעסטע רעזילטאטן. און דאס איז אויך כולל צו טשוזן דעם מיינדסעט וואס ברענגט געווענליך א גוטע און סוקסעספול לייף.

מיין מיינדסעט וואס סיי איך גלייב סיי אז ס׳אמת און סיי ס׳ברענגט מאויסט לייקלי די בעסטע רעזולטאטן איז אז אלעס און אויך איך בין א חלק פון די גרויסע בילד און אלעס איז predetermined (בראת צדיקים בראת רשעים) און ס׳האט גארנישט מיט מיר.. און אין די זעלבע צייט בין איך געצווינגען צו לעבן אין א דיימענשן ווי אלעס ארבעט seemingly דורך cause and effect אין כ׳מוז (גלייבטס מיר, כ׳אב שוין געטרייט זיך ארוסצורייסן פונעם מעיטריקס ביי מיין לעצטיגע טריפ און ס׳געווען יסורים נוראים.. נעווער עגעין 😆) מיט שפילן לויט די רולס און טון סיי וואס וועט מיר statistically ברענגען דעם בעסטן רעזאלט/תכלית.
 
איך טריי צי גלייבען אז אלעס איז גוט און וועט זיין גוט אפילו ווען מיך זעט אויס אז נישט.
 
רבי צדוק שרייבט אז א חלק פון די אמונה וואס א מענטש דארף האבן, איז אמונה אין זיך אליינס!!
ממש ווי דיר @שעפטאל !!
א יעדע איד האט א חלק אלוקי וואס דו דארפסט גלייבן אין איהם (זיך)!!!

שכח רבינו @שעפטאל פארן אונז מהנה זיין און כסדר אויפלייכטן!! אשריך!! ❤
נו שייגעץ איינער
רבי צדוק?? מהאט עס דאך נישט געלערנט ביי אונז
וואס ביזטו מיך מכשיל אין דאס לערנען.....
 
"מ'האט חתונה כדי צו ארבטן אויף די מידות"

"מ'דארף מבטל זיין דעם גאנצן זיך פארן ווייב, זי געבן אלעס, און אזוי איז מען איר קונה און זי וועט זיך צוריק געבן"

אט אזעלכע קראנקע זאכן הערט דער אכצן יאריגער בחורל פונעם חתן רבי וואס לערנט אים אויס ווי אזוי צו סורווייווען מיט זיין נייעם רום מעטה, דורך פארלירן ווי מער אייגנקייט וואס קען חלילה ארויפברענגן דעם חילוק ציווישן זיי ביידע.

אינעם וועלט ווי א מענטש איז בוחר ווי אזוי ער וויל לעבן - האט מען נישט חתונה צו ארבטן אויף מידות, מ'האט חתונה ווייל מ'שפירט אז מ'וויל לעבן צוזאמען. (און אגב. אזוי ווי מיט יעדע נאנטע לירעישאן דארף מען זיין א בעל מידות)

מ'איז נישט מבטל דעם גאנצן זיך פארן ווייב'ס רצון. מ'זאגט וואס מ'וויל טאקע אפי' אויב זי גייט ווערן נערוועז ווייל דו האלסט אנדערש ווי זי. (זאל זי טאקע ארבטן אויף אירע מידות...)

אויב ענק זענען ביידע זיך, און מ'האט זיך ליב אזוי - איז דאך גוט. אויב זי האט דיר נישט ליב פארן זיין זיך - איז דאך ווייטער גוט, זאל זי גיין. דו וועסט נישט אויפגעבן דיין זיך צו האבן א פרוי אין דיין שטוב.

(און יא, מ'דארף טאקע נישט גלייך אויסשרייען הויעך וואס מ'האלט אנדערש. מ'קען קודם וועלידעיטן וואס זי שפירט, און זיצן מיט דעם פאר א מינוט. און דערנאך ברענגט מען ארויף נאך זייטן פונעם מטבע שיש לדון בהם.)
-

ביינונז האט דאך א יעדער שלום בית. אבער ווען זי איז ברוגז אויף עפעס מעג זי טרעטן אויף דיינע געפיהלן, ווייל זי איז ברוגז. דאס איז נארמאל. וואס איז די עצה? אה, גיי אויף אייער שאלאכטס אלעמאל, ס'איז דיין דאגה זי זאל זיך נישט אויפפירן ווי א ביטש.

און פארוואס בלייבט מען מיט איר אויב זי איז נישט קיין אישה טובה? ווייל מ'האט רחמנות אויף איר, די קינדער. מורא פון טון וואס מ'שפירט ווייל יענער וועט רעדן, וכדו'.

כ'מיין אז ס'דארף זיין קלאר פאר זיך און פאר איר.

כ'בין נישט אין א רילעשאנשיפ אלץ רחמנות און טון טובות. כ'בין דא ווייל כ'האב זיך אליין ליב, און כ'זעה אין דיר אזוי פיהל אז ס'איז מיר גוט צו זיין מיט דיר.

כ'בין שיין און רעספעקטפול צו דיר, און איך עקספעקט די זעלבע פון דיר אויף צוריק.
-

לאמיר אביסל צוריק גיין... פון ווי קומט מיין איצטיגן אויסברוך...

כ'רעד מיט א חבר וואס זיצט אין זיין ספרים שטוב און לערנט משלי יעדן טאג פאר בערך א שעה.

ווילסט אויך נעמען א דשאב אפאר שעה א טאג? יא, ער וויל. ס'וועט אים מאכן שפירן מער ווי ער לעבט.

און פארוואס נישט? הממ כ'וועל אפשר מער נישט לערנען אזוי פלייסיג.

זיי אזוי גוט, לאמיר זיין פאר ריעל פאר איין מינוט. דו ווייסט אויך אז דעם שעה וועסטו נאר לערנען בעסער ווען דו האסט אויך אן ארבעט.
וועמען'ס אויגן זעהסטו אין דיין קאפ ווען דו טראכסט פון ארבטן. אויגן וואס זאגן "ניין"! (כ'קען שוין אריינגיין אין 'עין הרע' ביזנעס, מ'זעהט אויגן...)

מיין שווער און מיין ווייב.
זיי גייען זיין דיסאפוינטעד אין מיר.

דעמאלס פליז זיי אמת'דיג מיט זיך, און זאג זיך קלאר: איך בין מקריב זיך אליין, מיינע צרכים, מיין עקספיריענס פון שפירן לעבעדיג. כדי מיין ווייב און שווער זאלן ליב האבן מיין פאלשן זיך!

ניין. נישט אמת. ס'מיר נישט אזוי שווער, כ'קען באווייזן נישט צו ארבטן, סאו ס'מיר ענדערש אזוי.

סאו, דו זאגסט אז דיין לימוט איז ווען דו וועסט שוין שטיין ביים בריק, דעמאלס וועסטו זיין גרייט צו קעירן פאר זיך. ביז דאן - ביסטו דא נאר צו דינען יענעם האפנדיג ער זאל דיך אקאצעפטירן.

וואס טוסטו אויב דיין ווייב איז נעסטי און ביטשי צו דיר? וואלסט זיך גע'גט? נאא, כ'האב א קינד.
סאו, דיין ווייב האט יעצט א פרי קארד צו טון מיט דיר וואס זי וויל.

וואס הייסט כ'בין שיין צו זי. ביסט שיין צו זי לויט דיין החלטה וואס זיין שיין מיינט, אדער לויט איר עקספעקטעשאן וואס ס'מיינט, אפי' ווען דו שפירסט אז ס'איז אומריכטיג?!

זי וועט ווארפן א טענטרום ווען דו האלסט אנדערש ווי זי, און אנשטאט דו זאלסט זיין אקעי אז זי איז בארעגט, ס'איז איר פראבלעם, מיט מיטלייד אבער אהן קיין קריץ.

און אנשטאט זי האלטן אקאונטעבול אויב זי טוהט זיך אויפפירן דיסריספעקטפול, וועסטו פראבירן דיין בעסט נישט צו כאפן נאך 'פעטש', דורכן 'מסכים' זיין מיט אלעס וואס זי זאגט.

ער געט זיך א כאפ, פארטראכט זיך, און זאגט, ס'נישט אז זי איז שלעכט, בכלל נישט, ס'נאר אז איך האב אזוי מורא.
יא. די נצחון איז נישט אין זי, (זי מעג זיין אנטוישט, און פרוסטרעטעד) די נצחון איז אויף דיין אייגענער פחד פון רידשעקשאן.

ער טראכט און טראכט און דא איז געקומען דעם באמבע:
לאמיר זאגן. כ'בין מחליט כ'טוה וואס איך האלט איז ריכטיג, מענטשן מעגן מיר פיינט האבן. זיי מעגן האלטן אז כ'טוה נישט ריכטיג. כ'בין דא פאר מיר און ווער ס'האט מיר ליב פאר ווער איך בין קען מיר דשוינען.

אבער דאן האב איך מער נישט קיינער וואס זאגט מיר וואס צו טשוזען. כ'דארף אליין מחליט זיין וואס איך וויל.
און וואס טוה איך אויב איך וויל עפעס און גאט וויל פארקערט, דעמאלס פאלג איך אויכעט זיך?
און ווי אזוי ווייס איך וואס איך וויל?!

ס'האט מיר געכאפט א טרייסל, כ'האב זיך דערמאנט אין די ערשטע תקופה נאכן טרינקן ווען כ'האב דיסקאווערד אז כ'קען באמת אליין בוחר זיין וואס איך וויל טון, ס'געווען אזוי ניי און שרעקעדיג צו מיר.

אונז זענען אויפגעוואקסן אין א פלאץ וואס מ'האט מורא צו טראגן אחריות אויף זיך אליין! אויסהערן דעם אייגענעם הארץ, זיך ערלויבן צו מאכן טעותים און זיך נאכאלס ליב האבן. זיך ערלויבן צו טון אנדערש ווי אנדערע האלטן ווייל איך האלט אזוי.
--

כ'רעד מיט איינעם אויפן פאון, ער דארף חיזוק. "וואס איז מיין לעבן ווערד אויב נישט אז כ'נעם קעיר פון א ווייב - און דערווייל א שידוך גייט נישט.
כ'בין מנדב אזוי פיל זאכן צום שוהל און קיינער (חוץ דער גבאי) זאגט ניטאמאל שכוח."

כ'פרעג אים, האסט שוין אמאל געטראכט פון לעבן אביסל פאר זיך?
אנשטאט יענער זאל מחליט זיין אז דו ביסט חשוב און באליבט - זאלסטו זיין בעל הבית אויף דעם?
נא, כ'בין נישט אזוי סעלפיש.

דו ווייסט פארוואס כ'רעד מיט דיר אויפן פאון יעצט? דו טראכסט מן הסתם אז כ'רעד ווייל כ'האב אזוי רחמנות אויף דיר, און מיט מיין גוט הארץ געב איך דיר צייט.
כ'זאג דיר צו אז נישט! כ'רעד מיט דיר ווייל ס'מיר געשמאק, ס'מיר אפי' געשמאק צו רעדן גרויס פיקחית פון מיין איצטיגן טריפ, אויב ס'העלפט דיר איז גוט, אבער איך בין דא אויסדריקלעך פאר זיך אליין, טאקע דאס וואס דו רופסט אהן סעלפיש.

דו ווייסט פארוואס כ'קעיר פאר זיך? ווייל קיינער אין די וועלט וועט נישט טראכטן א גאנצן טאג וואס גייט פאר מיט שעפטי, וואס דארף ער. ס'מאכט נישט אויס פאר קיינעם נאר פאר מיר, סאו ס'איז מיין אחריות. איך בין דער וואס שפירט א גאנצן טאג מיינע צרכים - סאו איך וויל געדענקן צו קעיר נעמען פון זיך.

און ווער וועט קעיר נעמען פון דיר?!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
 
און ווער וועט קעיר נעמען פון דיר?!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
@שעפטאל

דאס איז היינט געווען מיין "קאווע מעסעדזש" (געליינט מיט די קאווע שטייט יעדע שורה)

די האסט נישט קיין מושג ווי איך האב מיר געפילט און יעדע ווארט!!
איך גיי עס ארויס פרינטן און אוועקלייגן,

ביי... איך גיי עס ליינען נאכאמאל
 
Back
Top