מיינע ספקות

שכוח! געסט מיר סיבה צו לעבן! ❤️

יעדער האט עס אין זיך מ'בלאקירט עס נאר ארויס.
ס'נאר א שאד אז אמאל אנטלויפט מען א גאנצן לעבן פון זיך אליין.

די עבודה איז אמאל זיך צו פרעגן, וואס האב איך יעצט נאר געטראכט? וואס האב איך יעצט נאר געשפירט? און זיצן מיט דעם, עס אפרישיעיטען, עס פראסעסן.

שעפטי לויפט אויך אמאל א וואך צוויי, ער וויל נישט פעיסן זיינע שוואכקייטן און טינקלקייטן. אבער זיי לויפן שנעלער און דעגרייכן אים. (ווארענונג. איינמאל מ'טרינקט, קען מען מער נישט אזוי גרינג זיך פארהוילן פון די אייגענע אמת!)
@שעפטאל די ביסט א נהר של אור
 
א פייער זאל ברענען קיין רויעך זאל נישט גיין

לעבן איז דעם צוגעבינדנקייט צו עפעס וואס ענדיגט זיך קיינמאל, מ'קען מיט דעם אלעמאל גיין ווייטער, ווי ספורט'ס, געלט, נגינה, וויסנשאפט, און להבדיל תורה, זיין א שליח פאר גאט אדער א זעלבסט דערקלערטער שליח פאר גערעכטיגקייט וכדו'.

מיין לעבן איז שליחות, ווען כ'בין נישט באוויסטזיניג וואס מיין שליחות איז שפיר איך טויט. ווי נאר כ'מיין כ'ווייס מיין שליחות צינד זיך אהן א פייער אין מיין הארץ.

אלץ קינד ווען כ'האב דאס ערשטע מאל געטון דאס וואס נאטור שטופט צו טון האב איך געשפירט ווי כ'האב פארלוירן וואס כ'בין געווען פריער, כ'האב מער נישט מיין גאנצע נשמה. כ'האב געוויינט מיטן תהילים ביז כ'האב געטראפן חיזוק אין די פסוקים אזכרה נגינתי בלילה עם לבבי אשיחה ויחפש רוחי - כ'זיך מיין זעל. הלעולמים יזנח השם ולא יוסיף לרצות עוד, וכו' - צו דעם קען זיין אז די אייבישטער וועט מיר פאר אייביג איבערלאזן און נישט מוחל זיין, צו דען האט זיך זיין רחמנות גענדיגט.

(כ'האב נישט געוויסט דאן וואס דאס איז הוז"ל און תיקון כללי, אבער כ'האב געוויסט אז די טאטע האט שטרענג אנגעזאגט פון אלץ קליין קינד נישט לייגן די הענט.)
-

א בר מצוה בחור וואס ברענט פון יראת שמים, טראכט דריי מאל בעפאר יעדע ריר. אבער ביז אפאר טעג האבעך געכאפט די עסן מיט אזא תאוה, און די טאטע האט געזאגט מיט שאק און ווייטאג "אוי, איין טאג א מלאך און די צווייטע טאג א ג" (ער האט נישט אויסגעפירט, און דאס האט מיר נאכמער דערשראקן, נישט וויסענדיג וואס גייט פאר מיט מיר, און אז די טין יארן ארבטן אזוי.)

די מסירת נפש וואס איך האב געהאט פאר געוויסע זאכן פאר יארן און דאן איינגעזעהן אז ס'איז אפשר בכלל נישט געווען די ריכטיגע זאך.

די עקשנות דקדושא וואס כ'האב געטראגן און ווען זאכן האבן זיך באראוגט האב איך געזעהן אז כ'האב באמת נאר געמיינט זיך, און מיין אייגענע פניות.

אלץ אינגערמאן ווען כ'בין אריבער א שווערע צייט אין מיין לעבן האט מיר מיין טאטע אנפארטרויערט מיטן גרויסן סוד וואס די פסוקים זענען געווען. וועלכע פסוקים? אה, ער האט מיר אלעמאל געזאגט אז ווען כ'בין געבוירן איז ער אריין צום רבין דערציילן ס'געבוירן א בן זכר, די רבי אנשטאט פון ענטפערן האט ער שנעל אנגעהויבן זינגן א ניגון, און הערשט נאך אפאר מינוט זינגן. האט ער געזאגט פון שמחה אויף די בשורה טובה איז מיר איינגעפאלן א ניגון.

ווען כ'פלעג אים פרעגן וועלכע פסוקים, פלעגט ער זאגן ס'נאכנישט די צייט זאלסט וויסן. אבער דער רבי מאכט ניגונים לויט א מענטשנס נשמה.

ווען כ'האב געהערט די פסוקים בין איך געווארן פארווינדערט, כ'האב זיך טאקע געזעהן אלץ א וואוילער ערליכער איד, אבער א צדיק?! ניטאמאל קיין בינוני פונעם תניא בין איך.

די טאטע האט מיר געזאגט "דו האסט נאכנישט גענדיגט דיין לעבן, ביסט מן הסתם אויפן וועג אהין".

ס'איז אבער אריבער א צייט פון עלענדקייט, כ'בין ארויף אויף קאווע שטיבל און מיינע הנחות קדומות איבער גאט און אידישקייט זענען צושאקלט געווארן. אמאליגע מאראלן זענען די היינטיגער שטן, דער אמאליגער שטן איז גאר די אמת.

א נייער צייט פון זיכן אין זיך אליין וואס מיין שליחות איז.

אויב גאט איז נישט קיין יודע בין איך נישט זיין שליח נאר א בריה וואס זוכט צו טון גוט. אבער אהן דעם אז גאט איז מחליט, ווער וועט פסקנן וואס גוט מיינט. קען זיין אז אלעס וואס איך טוה היינט וועט גאר הייסן שלעכט אין טויזנט יאיר ארום?

און אויב גאט איז יא א יודע אבער קיין רעליגיע איז נישט זיין מייק, נאר 'זיך אליין' דארף איך אויספרעגן וואס מיין שורש וויל.

יעדע שטיק צייט א נייער הבנה אין רצונו יתברך, און מיט דעם ווערן די אלטע עבודות ארויסגעווארפן פון פענסטער. יעדע שטיק צייט א נייער לשם שמים און די פריעדיגער זאך ווערט אנערקענט ווי סתם געטון פאר זיך אליין.

די פייער ברענט און צופלאקערט זיך פון צייט צו צייט, אבער כ'האב קיין אננונג וואס צו טון דערמיט, וואס דארף עס באלייכטן, וואס דארף עס פארלענדן.

דאס מיינט זיין א צדיק, נישט היטן קיין תורה ומצות? אפשר גאר א נשמה פון א צדיק וואס איז א רשע?
אפשר האט ער סך הכל געמיינט ועמך כולם צדיקים?
אפשר האט די אלטער רבי גאר א טעות געהאט?
אפשר האב איך עפעס קאליע געמאכט?

א שיף אהן א קאמפאס, וואס טרעפט יעדע שעה א נייע אמתע וועג.

א משפיע וואס פראבירט צו מאכן לעכטיג, אבער טרעפט יעדע וואך א נייער ריכטיגער לעכטיגקייט.

א שליח וואס טרעפט אן אנדערער משלח און שליחות יעדע שטיק צייט.


ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי.

כ'ווייס נישט אויב כ'וועל איין טאג קלאר ווערן, אבער כ'האף כאטש כ'זאל נישט איינשלאפן, די פייער זאל נישט דערשטיקט ווערן פון אזוי פיל אכזבות, כ'זאל אלעמאל זיכן וואס איז ריכטיג און גוט, און הלואי זאל איך טרעפן!
 
אויב כ'האב אזוי געוואלט וואוינען אינעם דשונגל אוועק פון די מאדערנע וועלט הייבעך אהן צו אנערקענען אז אפשר נישט.

ציוויליזאציע מיט אלע אירע חסרונות איז נאך סאך מער יושר'דיג און סעיף.

זיין ציווילעזירט פארלאנגט טאקע כ'זאל זיך צושטעלן צו אפאר נארמעס, זיי זענען אבער גאר ווייט פון די 'נארמעס' וואס מיינע אייניקלעך אין דשונגל וועלן זיך דארפן צושטעלן.

כ'הייב אהן אפרישיעיטען די גרויס פחד וואס איך האב פון נישט מצליח זיין און ווערן בארעדט ביי אפאר מענטשן. מוזן האבן א 9 טו 5 דשאב. וכדו'.

דאס איז גין גאלד קעגן די פחד פונעם דערנעבנדיגער שבט, וכדו'.

View: https://youtu.be/jSdqqO7QrlU?si=5XiX6sVMt2LUTzvH

פון די אנדערע זייט וואוינן אין שטאט אהן קיין שייכות מיט נאטור, רוישיגע גאסן און דיסקאנעקטעד ענערגיעס.

אפשר איז צייט צו גיין וואוינן אין עפעס אינציווישן.
 
גם זה הבל
כ'וויל זיין א גוטער - כדי מ'זאל מיר ליב האבן
כ'וויל זיין אן עניו - כדי מ'זאל מיר מחשיב זיין
און אזוי ווייטער

אלעס קומט צוריק בלויז צו זיך.

כ'בין שוין געווען אין א פלאץ פון זיין מער 'נוטראל', נישט נעמען קיין שטעלונגן. כ'האב איינגעזעהן אז ס'קומט נישט פון מיין זיין אזוי איינס מיטן שורש, נאר ענדערש פון מיין מורא פון רידשעקשאן. ווידער זיך.
האבעך זיך גענומען ערלויבן צו האבן א זיך.

אבער יעצט איז צייט צו אנערקענען אז דער זיך קען זיין נוטראל, זיך לאזן פונעם ענדלאזן אין סוף.

אבער דאס שרייבן גופא איז נישט פאר יענעם נאר ווייטער פאר זיך.

איי געסס, מ'קען נישט אנטלויפן פון זיך...
מ'קען עס אבער ערלויבן צו אפלאזן בלאקעדשעס און עקספענדן אסאך מער. מאכן א שיינעם טאנץ אין אנדערע לעוועלס פון זיך וואס זענען נענטער צום שורש.
 
איך האב געהאט לעצטענס אזא עקספיריענס בשעת'ן טרינקען אייאוואסקע ווי איך האב געוואלט אוועקגיין פון זיך און מאכן פלאץ פאר אנדערע און סהאט מיר געהאלטען אין איין זאגען אז ניין איך זאל דייקא זיך מאכן באקוועם און יא נעמען אינגאנצן מיין פלאץ אין אדרבה נאר אזוי וויל איך קענען געבן
 
גלייבן אז די לעבן דארף זיין פעינפול און מיזרעבעל? (זיי רעדן זיך איין אז דאס איז אן הבטחה צו א געשמאקע עפטער לייף…)
א ווארט פון ר' נחמן אז ער זיכט נאך דעם עולם הזה, דא איז עס נישט. עכ"ד.
כעין זה האבעך געהערט פון א משפיע אז אויב ס'דא עפעס אן הנאה אויף די וועלט איז עס נאר לעבן מיט יענע וועלט.

לעניית דעתי דאס איז שפיץ תורת הגלות, מ'איז נעבעך אזוי איינגעטונקן אין נעגאטיוועטי, טראומא, און צרות, גילט, אהן ליבשאפט צו זיך, אז מ'רעדט זיך גאר איין אז דעם וועלט איז ניטאמאל קיין עולם הזה!

האלאו, ס'איז אלעס אין די מיינד.
וועק זיך אויף! דו וועהלסט אויס דיין וועלט.
אויב דו וועסטו נישט פירן דיין לעבן וועט עס געפירט ווערן מיט אזעלכע טינקעלע לאוזינגען.

ווען האסטו לעצטע מאל גענומען א גוטער אטאם און זיך געלאזט שפירן דיין ריינעם נאקעטן עקזיסטענץ?
כ'האב שוין פארברענגט יאהרן מיט מחשבות, דאגות, קלאגענישן. אפשר איז צייט צו נעמען די לייצעס אין די האנט און אנהייבן צו "זיין".

ווען האסטו לעצטע מאל געגאנגן צום ים אליין, (אהן דעם סעלפאון) און זיך פארלוירן אינעם ענדלאזן זאמד, ים, כוואליעס, הימל, וואלקנעס, זון.
(ס'האט מיר גענומען צוויי שעה ביז כ'האב אויפגעהערט צו טראכטן, אנגעהויבן זיך זעהן איינס מיטן נאטור, איינס מיטן ערד, ים, הימל, און פייגל וואס פליען אריבער. כ'האב אנגעהויבן שפילן מיט די זאמד ווי א קליין קינד קלויבענדיג שיינע שטיינער, מיטגעהאלטן ווי די וועלט טוישט זיך צוביסלעך אויף נאכט און די כוואליעס ווערן גרעסער)

ווען האסטו לעצטע מאל זיך געזעצט מיט צוויי דריי גאר נאנטע חברים און געשפילט א געים און ארום געלאכט?

ווען האסטו זיך לעצטע מאל געפרעגט "וואס וויל איך טון וואס וועט מיר מאכן צופרידן מיט מיין לעבן" און "וואס מאכט מיר שפירן אז לעבן איז נישט גוטע קוואליטעט".
"וואס איז מיין נעקסטע זאך (אפי' בעיבי סטעפ) אינעם ריכטונג אוועק פון שלעכטס און נענטער צו גוטס"

רבותי! וועקט זיך אויף! ס'איז דא אן עולם הזה! ס'איז אזוי גוט ווי דער מענטש ערלויבט זיך צו לעבן מיט עונג און מיט א גוט אויג!
אונז האבן גע'ירשנט אסאך שטארקייטן פון אונזערע פארגייערס אבער אויך אסאך שוואכקייטן און טראומא'ס. לאמיר מאכן א בירור זיכוך וליבון, לאמיר זעהן וועלכע ענערגיעס זענען פון די שערי אהבה, שערי עונג, שערי חמלה, (דאס פארקערטע איז טאקע נישט קיין עולם הזה און מ'דארף עס נישט אנהאלטן אזוי שטארק...)

יהי רצון כ'זאל שטייגן אין דעם יעדן טאג! אמן!
 
נ.ב. כ'בין חלילה נישט מזלזל אין די פריעדיגע. כבודו פון ר' נחמן במקומו מונח. ער האט געברענגט לעכטיגקייט אין א גאר טינקעלער ארט, היינט קען מען שוין אבער ארויסגיין פונעם טינקעלער ארט. כ'בין זיכער אז ר' נחמן זאגט היינט אויך אזוי.

לדוגמא. אויב דו סטראגלסט מיט גילט פון זרע לבטלה און דו קענסט נאכנישט פארנעמן אז דאס גאנצע גילט איז נישט קיין אידישער זאך, און אז גאט איז נישט אזא קליינקעפיגער נארסיסטישער אכזר וואס דארף דיין כבוד, רעספעקט, און אטענשאן 24 שעה א טאג. און האט נישט קיין פראבלעם אז דו ביסט הומען און דו ענדשויעסט זיך.

דאן זאג תיקון הכללי און ווייס אז ס'איז מסודר.

אויב דו שפירסט אז גאט מיט דיר זענען צוויי באזונדערע זאכן און ענק האבן אנדערע רצונות און ער פארלאנגט חלילה פון דיר זיך אויסצורייסן דיין זיך, ווי מער 'אויס מענטש' דו ביסט - מער צופרידן וועט ער זיין.
און דו קענסט נאכנישט באגרייפן אז דו מיט גאט איז איין, די בריאה און בורא איז איין, דיין הארץ וויל די זעלבע זאך ווי גאט, דיין הארץ איז גאטניו'ס בוך. (דער בוך אינעם שראנק איז נאר תרי"ג עצות פאר דיר צו זיין נאנט צו דיין אייגענעם הארץ, און קיינמאל חלילה נישט אנשטאט איר.)

דאן מאך התבודדות, רעד מיטן אפגעזונדערטן גאט, ווער א חבר מיט אים, דערצייל אים אלעס.

אויב דו כאפסט נישט אז דו ביסט בעל הבית, קענסט האבן גוטע ענערגיע, קענסט ענדשויען לייף. רעדסט זיך נעבעך איין אז אדם לעמל יולד מיינט זיין פארשקלאפט, פארטינקלט. אויב דו קענסט נישט כאפן אז לעבן און עולם הבא איז 'דא, יעצט!' דאן רעד כאטש פון 'יענער וועלט' וואס וועט זיין בעסער.
 
א ווארט פון ר' נחמן אז ער זיכט נאך דעם עולם הזה, דא איז עס נישט. עכ"ד.
כעין זה האבעך געהערט פון א משפיע אז אויב ס'דא עפעס אן הנאה אויף די וועלט איז עס נאר לעבן מיט יענע וועלט.

לעניית דעתי דאס איז שפיץ תורת הגלות, מ'איז נעבעך אזוי איינגעטונקן אין נעגאטיוועטי, טראומא, און צרות, גילט, אהן ליבשאפט צו זיך, אז מ'רעדט זיך גאר איין אז דעם וועלט איז ניטאמאל קיין עולם הזה!

האלאו, ס'איז אלעס אין די מיינד.
וועק זיך אויף! דו וועהלסט אויס דיין וועלט.
אויב דו וועסטו נישט פירן דיין לעבן וועט עס געפירט ווערן מיט אזעלכע טינקעלע לאוזינגען.

ווען האסטו לעצטע מאל גענומען א גוטער אטאם און זיך געלאזט שפירן דיין ריינעם נאקעטן עקזיסטענץ?
כ'האב שוין פארברענגט יאהרן מיט מחשבות, דאגות, קלאגענישן. אפשר איז צייט צו נעמען די לייצעס אין די האנט און אנהייבן צו "זיין".

ווען האסטו לעצטע מאל געגאנגן צום ים אליין, (אהן דעם סעלפאון) און זיך פארלוירן אינעם ענדלאזן זאמד, ים, כוואליעס, הימל, וואלקנעס, זון.
(ס'האט מיר גענומען צוויי שעה ביז כ'האב אויפגעהערט צו טראכטן, אנגעהויבן זיך זעהן איינס מיטן נאטור, איינס מיטן ערד, ים, הימל, און פייגל וואס פליען אריבער. כ'האב אנגעהויבן שפילן מיט די זאמד ווי א קליין קינד קלויבענדיג שיינע שטיינער, מיטגעהאלטן ווי די וועלט טוישט זיך צוביסלעך אויף נאכט און די כוואליעס ווערן גרעסער)

ווען האסטו לעצטע מאל זיך געזעצט מיט צוויי דריי גאר נאנטע חברים און געשפילט א געים און ארום געלאכט?

ווען האסטו זיך לעצטע מאל געפרעגט "וואס וויל איך טון וואס וועט מיר מאכן צופרידן מיט מיין לעבן" און "וואס מאכט מיר שפירן אז לעבן איז נישט גוטע קוואליטעט".
"וואס איז מיין נעקסטע זאך (אפי' בעיבי סטעפ) אינעם ריכטונג אוועק פון שלעכטס און נענטער צו גוטס"

רבותי! וועקט זיך אויף! ס'איז דא אן עולם הזה! ס'איז אזוי גוט ווי דער מענטש ערלויבט זיך צו לעבן מיט עונג און מיט א גוט אויג!
אונז האבן גע'ירשנט אסאך שטארקייטן פון אונזערע פארגייערס אבער אויך אסאך שוואכקייטן און טראומא'ס. לאמיר מאכן א בירור זיכוך וליבון, לאמיר זעהן וועלכע ענערגיעס זענען פון די שערי אהבה, שערי עונג, שערי חמלה, (דאס פארקערטע איז טאקע נישט קיין עולם הזה און מ'דארף עס נישט אנהאלטן אזוי שטארק...)

יהי רצון כ'זאל שטייגן אין דעם יעדן טאג! אמן!
אזא תגובה באקמארק איך
 
נאכן ליינען אלעס וואס די שרייבסט אין דע אשקול, פיל איך אז איך מיז דיר זאגן
שעפטאל ביזט א שטיק הארץ ❤
שעפטאל ביזט א שטיק געשמאקקייט!!!
שעפטאל ביזט א געלונגענער טערעפיסט!!!
 
לעצט רעדאגירט:
@שעפטאל פאר דיינע לעצטע צוויי הודעות דארפסטו עפענען א נייע שניר "מיינע וודאות"

אזוי קלאר צי זיין, אז ס'הערט זיך נישט קיין שום ספק אין דיינע ווערטער.

איך האב געפילט בערך אזוי לעצטענס ווען איך בין געזיצן ביי א סיום הש"ס פון א חבר, אין זיין טאטע דארט שטעלט זיך אויף רעדן, אין ער ברענגט ארויס אז אינז האבן נישט קיין איינונג וואס די תורה איז, ענד הי גאוס אן ענד אן וואסערע שוואכע השגות אונז האבן אין תורה, אין מ'דארף לערנען מיט א בושת פנים, אין דאס איז שוין א רויחניות'דיגע הנאה, וואס פארא גוט יאר איז דאס? די תורה איז געגעבן געווארן פאר אינז אלס א מתנה, צי אינדזשאויען... וואס איז דעי קרעכצערייען? אזוי זענען אינז אויפגעוואקסן..
 
@תרמב און @מסתת הרים פון ענקערע הודעות זעהט זיך אהן א שרעק פון א קומענדיגער דיקטאטורשאפט.

כ'וויל ענק באדאנקן פארן ארויפברענגן ענקער זארג. (אויף אן אנדערע פארום איז געווען אזא רוח ווי יעדער מוז לעקן דעם גרויסער פירער, מ'ציטערט אפי' צו קריטיקירן. סאו קרעמל מוז האבן חילוקי דעות פאר איר עקזיסטענץ.)

כ'וויל ענק אביסל בארואיגן פון ענקערע דאגה און ווייזן ווי אזוי ס'איז נישט מעגליך קרעמל זאל ווערן א דיקטאטורשאפט.

די מייסדים זענען נאנט צו פופצן מענטשן, און די מאד ציממער האט שוין דערווייל דריי העלפערס וואס זענען נישט פון די מייסדים נאר סתם גוטע באזעסענע שרייבערס פון קרעמל.

שטעל זיך פאר שעפטי כאפט א ריק חלילה, ער רעדט זיך איין אז ער זיצט אויף אנדערע מענטשן. ער גייט ארויף און נעמט זיך מעקן שנירלעך, אדער שיקט בייזע ווארענונגען מיט רויטע שטרענגע ווערטער.

וועט א העלפער אים פרעגן אינעם מאד ווינקל פארוואס איז יענעם שנירל פארמעקט? ווייל איך האלט אזוי...
אנטשולדיגט אבער איך זעה נישט קיין סיבה עס צו פארמעקן.

דא קומען די אנדערע העלפערס און ליינן עס אדורך און יעדער איז דן און זאגט זיך זיין שיקול הדעת.

אבער איך וויל אנדערש!
יא שעפעלע, ביסט נישט באלעבוס.

און אויב דער עולם קומט נישט אהן צו קיין עמק השווה גייט מען צו א וואוט.

און שעפטי וועט באקומען א שטיקל אויפריכטיגער פארהאלטונג, דו קענסט נישט מעקן מיטן אזא חשבון, נעקסטיים פרעג דעם ציבור, וכדו'.

אדער די מאדס האבן געוואוט און מ'טוט, קומט א וועטעראן און זאגט "העי, איך מיין אז ס'איז נאכאלס נישט ריכטיג" ער הייבט אהן דורכרעדן מיט אנדערע חברים און מ'גייט פאר א וועטעראנען וואוט.

שעפטי קען שרייען וויינען און אפי' פראבירן צו מסביר זיין פארוואס ער האלט מ'דארף טוהן ווי אים.

יא שעפעלע, דו האסט זייער אסאך געהאלפן אין קרעמל, ס'קומט דיר דערפאר א גרויסן שכוח, אבער נישט אז מ'זאל טון ווי דיר אנשטאט דעם ווילן פונעם ציבור.
-

צוויי זאכן וועלן זיך טוישן ביי ענק איינמאל מ'כאפט אז די וועטעראנען זענען קרעמל.

1. מ'וועט באמת נעמען אחריות אויפן פלאץ, ס'איז באמת אונזערע פלאץ - נישט א יחידס פלאץ. (למשל איך מצדי פיהל אז טאהשער שנירל איז אן עוולה נוראה, אבער כ'פיהל נישט גילטי אז ס'איז נאך אפן, ווייל די וועטעראנען זענען מחליט, און איך אלץ וועטעראן האב שוין געזאגט מיין געפיהל און געוואוט).

2. מ'וועט באמת אויסניצן אונזערע כוח אלץ וועטעראן, אונז וועלן זיין עומד על המשמר און מעורר זיין יעדעס מאל אונז האלטן אז א העלפער באגייט אן אומרעכט.

אזוי ווי דער בחור וואס גייט קיין א"י רעדט זיך נאך אפ די ערשטע צוויי וואכן אז מ'דארף קומען צו סדר וכדו' ביז ער כאפט זיך אז די ישיבה איז בכלל נישט זיין באלעבוס. ער דארף זיך נאר צושטעלן צו זיינע חברים, אויב זיי זענען אקעי אז מ'גייט נישט צו סדר איז גוט.

די זעלבע דא. קיינער איז נישט באלעבוס נאר די וועטעראנען. אויב די מאדס זענען מחליט אז שעפטי איז א טראלל און מ'דארף אים ווארפן און די וועטעראנען זענען פסקנן מיט רוב אז נישט, בלייבט ער דא.

די איינציגסטער סינעריאו וואס קען איווענטועל ח"ו געשעהן איז אז דער סופער אדמין כאפט א נערווען בראך די אייבישטער זאל אפהיטן, און שפארט אויס אלע העלפערס און דערקלערט זיך באלעבוס. אבער דאן וועלן מיר דאך אלע זעהן און טאקע עפענען א נייער פארום. ווי דער רב זאגט פאר טעוויע מ'וועט דארפן ווארטן אויף משיח ערגעץ אנדערש...
-

נאך א זאך. כ'זעה איינער שרייבט ס'דא מענטשען מיט נגיעות. כ'וויל דאס גענצלעך לייקענען. יעדער פון אונז זענען מלאכים קיין אהן קיין נגיעות...

אין אן ערענסטן טאון, נעוואדע האט יעדער מענטש פאר זיך נגיעות, וועטעראנען, העלפערס, און יעדער שרייבט וואס ער שפירט וואלט געווען בעסט און וואס די רוב פסקנן דאס ווערט.

אויף דעם איז דאך קרעמל געווידמעט, מ'זאל זיך פירן לויט רוב און נישט לויט א יחיד.
 
די מייסדים זענען נאנט צו פופצן מענטשן, און די מאד ציממער האט שוין דערווייל דריי העלפערס וואס זענען נישט פון די מייסדים נאר סתם גוטע באזעסענע שרייבערס פון קרעמל.
ס'קוקט מיר אויס ווי קיינער פון די מאדס האבן אינזשויט דעם טאהשע אשכול, ס'מאכט עס נישט אויס אומרעכט אדער נישט, אבער מיר קוקט אויס אז רוב מאדס האבן א שלעכטע בליק אויף די גאנצע איידיע, ס'איז נישט א נושא וואס אינטערסירט זיי.

אזוי ווי רבנים זאלן אריינרעדן אין אינטערנעט ווען זיי האבן נישט קיין אנונג וואס די נסיון איז, און ווי ס'העלפט ארויס אין די פראקטישע לעבן. ס'קען זיין אז אינטערנעט איז טאקע אסור, אבער ס'איז שווער צו הערן די איסור פון איינער וואס האט עס בכלל נישט ארויס.

לעניינו האלט איך אז מ'דארף ארויסהאבן די גאנצע געדאנק פון אזא סארט אשכול, פאר מ'איז דן, אז מ'וועט גיין צו שטרענג וועט פארטריבן ווערן א געוויסע ספייס פון קרעמל.

איך פארשטיי די פראבלעם פון אויסשמועסן פריוואטע מענטשן אין פובליק, סאו איך פריי מיך אז איך מאך נישט די דעסיזשענס דא...
 
זאגסט ריכטיג, די מאדס שפילן נישט קיין געימס, זיי זאגן וואס זיי האלטן/פיהלן אלץ ציווילע מענטשן

אבער זיי פארלירן נישט דעם פאקט אז זיי זענען וועטעראנען און זיי האבן נישט מער כוח ווי יעדעם. ביי יעצט האלטן רוב וועטעראנען צו אסרן. ווייזט אויס רוב וועטעראנען פארשטייען נישט צו דעי געשמאק. אבער מ'גייט טאקע נאך רוב.

איך פארשטיי די פראבלעם פון אויסשמועסן פריוואטע מענטשן אין פובליק, סאו איך פריי מיך אז איך מאך נישט די דעסיזשענס דא...
מאכסט יא די דעסיזשענס פונקט ווי מיר, מיטן וואוטן.
 
דער גורו איז נישט קיין מענטש עס איז א פאזיציע און אן ארט וואס יעדער האט אין זיך.

זעלבע איז מיטן רבי, לערער, שאמאן, אויסהיילער, און בעל שם.

די היילונג קומט נישט פונעם מעדיצין אדער א מין מענטש נאר זי ליגט טיף אין יעדער איינער.

אין א מינוט פון ישוב הדעת קען מען ערלויבן פארן זיך צו ארויסרעדן און היילן זיך מיט אנדערע.

-

ווער איז איך?

מ'האט דיר איינגערעדט אז דו ביסט אן אפגעזונדערטע אינדעווידואל.

זעהן זיך אלץ אפגעזונדערט איז די שורש פון אלע עמאציאנעלע קרענק פון די וועסטערן וועלט. און דאס איז די סיבה פארוואס מ'אביוזד דעם באנוץ פון סאושל מידיע.

מ'האט דיר קיינמאל נישט אויסגעזאגט וואס און ווער דו ביסט, ביז דו מיינסט טאקע אזוי ווי דיינע באקאנטע מיינען אז דו ביסט א קליינער פעקל מחשבות מיט אן עגא.

אויב דו ווילסט זיך אויסהיילן וועסטו זיך דארפן אפלערנען (unlearning) אסאך יסודותדיגע זאכן וואס דו איידענטעפעצירסט שוין דערמיט גאר לאנג.

לאמיר ענדיגן מיטן ערשטן פראגע וואס ביסטו? קום נישט מיט דערציילטע מעשיות און חשבונות.

זיץ מיטן שאלה אהן טראכטן פאר א תירוץ.

דער ענטפער ליגט אין דיר די גאנצע צייט, נישט אין דיין שכל - דערפאר וועסטו עס נישט קענען מסביר זיין, אבער דו ווייסט עס און שפירסט עס.

זיץ מיט עס אזוי לאנג ביז דיין אינערליכער זיך און רבי הייבט דיר אהן צו פירן.
 
רעג זיך נישט אז דו עקספיריענסט עס נאכנישט, אסאך הקדמות פעהלן דערצו, און אסאך הנחות דארפן צובראכן ווערן פון בעפאר. אבער יעדעס טריט אהין איז זיך, יעדעס טריט איז היילונג, און יעדע טריט איז פרידן.

ווייל אין יעדע חלק פון דיר ליגט א זיך וואס איז קיינמאל נישט בארירט געווארן פון גארנישט, דער אויסהיילער וואס וועט אויסלערנען פאר די חלקים וואס פארהוילען זיך צוליב דעם טראומא.
-

איך מיטן בעאנד

פון ווי קומט דער שרעק פונעם בעאנד, דעם אפהאלט פון זען הונטערן שכל און פארשטאנד? פון די פאלשע איידענטיטעיט.
דער עגא אלץ אן איך איידענטעפעצירט אלץ שכל. הונטערן שכל עקזיסטירט ער נישט און דערפאר שפירט עס פאר אים ווי טויט.

אינעם איסט איז גאט נישט קיין באזונדערע ביאינג, דער בעאנד (ווייטער פון פארשטאנד) ווי דער איך רעדט אהן ווערטער איז שוין דער חלק וואס מ'רופט אהן גאט.

דער זיך רעדט מיט ליבע און פרייהייט ווייל דער זיך מיט גאט איז נישט צוויי, דער זיך מיטן וועלט איז נישט צוויי. דער זיך איז אלעס. ער איז אלעמאל אינדערהיים. א צווייג איז חלק פונעם בוים, די פוס איז א חלק פונעם מענטש, די גאנצע יונערווארס מיטן איך זענען א חלק פונעם עקזיסטענץ. כ'קום ארויס פון די ערד און כ'גיי צוריק צו איר צו זיין א חלק פונעם גרויסן עקזיסטענץ אהן קיין באזונדערע איך.


ס'שפירט זיך גוט?
אויב כ'וועל לויפן ווייטער צום קומענדיגן הודעה וועלך מן הסתם פארגעסן דערפון.
אפשר זיץ איך נאכאמאל און אטעם אריין און ארויס בשעת איך עקספיריענס דעם זיך?

אה, ס'פעהלט נישט אזוי גוט.
איך בין טאקע דער לעכטיגער טאג, די שיינע ביימער און גראז.
אבער איך בין אויך דער עלעגעיטאר וואס פארציגט באשעפענישן אויף צו לעבן?
איך בין אויך דער צינאמי וואס פארשוועמט און הארגעט?
איך בין אויך טינקלקייט, קאלטקייט, און אומבאטעמטקייט?
איך בין אויך די אלע צער וואס איז דא אויפן וועלט?

אה, ווער זאגט אז אט די זאכן זענען שלעכט? שלעכט פאר וועם? פארן אינדעווידואל עגא אדער פארן קאלעקטיווער גרויסער איך? אפשר איז דאס פונקט ווי דער גוף האלט און איין ראטעיטען צעלן, טוהט דער גרויסער איך אלעמאל טוישן פארעמען?

און אויב דאן, איז נישטא קיין אולטעמיט שלעכטס מיט וואס מ'דארף שלאגן, נישטא קיין חלק פון וואס מ'דארף זיך פארהוילן, אדער זיך אראפקלאפן.
-

ס'זיצט נאכנישט גוט מיט מיר?
מ'קען נישט אויסרייסן צוואנציג יאר חינוך מיט אפאר הודעות. מ'דארף צייט.
כ'וועל נאר זיין אפן צום פאטענציעל פון א בעסערע עקזיסטענץ.

מיט יעדעס אטעם, מיט אביסל שטילקייט, מיט אביסל טראסט אין זיך, מיט א קליינער טריט אויף אמאל, קום איך אהן אביסל טיפער און אביסל נענטער צו זיך.
 
אויף צו אנגיין וועלך מוזן טרעפן מיין אינערליכער שטארקייט

דער אבזאווירער

דער וואס זעהט נאר יענעמס הרגשים איז שוואך.
דער וואס זעהט נישט יענעמס הרגשים איז אויך שוואך.
דער שטארקער זעהט יענעם אבער ער זעהט אויך זיך און טראסט זיך אסאך מער.

דער וואס זעהט נאר דעם שכל איז שוואך. דער וואס זעהט נאר דעם בעאנד איז אויך שוואך.
שטארקייט איז צו זעהן אלע חלקים אבער טראסטן דעם זיך איבער אלעס.

דער איך זעהט אלעס, אלעס וואס ער טוט איז ער אבזאווירט.
דער איך אבזאווירט אלעס, ער אבזאווירט אפי' אז ער אבזאווירט.


טראסט אינעם טראסט

זיך אויפפירן מיט קאנפידענס און שטארקייט בשעת אלעס וואס מ'שפירט איז שוואכקייט איז נישט 'זיין פאלש' אדער 'זיך פארהוילן פון די געפיהלן' אויב מ'טראסט אין די טראסט וואס מ'האט אין זיך און מ'פירט זיך לויט איר מיט שטארקייט אפי' ווען מ'שפירט שוואך.

אט דאס איז אמתע גבורה, גבורה צו גלייבן אין די אייגענע כוח און עס נישט דארפן שפירן צו טון.
נישט פארלוירן ווערן אינעם פארלוירנקייט.
גלייבן אינעם זיך און אינעם טראסט ווען מ'שפירט שוואך.
 
Back
Top