מיין וועג צו ווערן צוריק פרום

אונז גיימער בעזר השם אויף א דזשורני צו ווערן צוריק פרום, מ'גיימער אי"ה האלטן דעם עולם אפ טו דעיט מיט מיין וועג.

כ'בעט דיך א טובה, אפי' אויב שמעקט דיך נישט די שנירל, רייס עס נישט אראפ דא, קענסט עס אראפרייסן אין א אנדערע שנירל.. און אויב האסטו א גוט ווארט, אדרבא איך קען נוצן חיזוק. יש"כ.
 
יעדע זאך וואס קדם מאכט קען מען נוצן אפילו די געפילטע פיש.
האב איך געהערט אמאל בשם א רב וואס האט גע'טענה'ט אז קדם לייגט אריין צופיל וואסער אין איינע פון זייערע פראדוקטן, האט ער געזאגט אז היינו טעמא אז זיי מאכן געפילטע פיש ווייל זיי ליידיגן דאך אויס דעם ים ממילא בלייבן זיי מיט אסאך פיש..
 
וואס איז עס אנדערשט פון קידוש או גאנץ יאר?
עס איז נישט אנדערש פון א גאנץ יאר, די ערשטע כוס איז דאך קידוש.
ביי ארבע כוסות איז דא אן עקסטערע הידור אז עס זאל זיין רויטע וויין - רמז למכת דם - און דוקא פאר דעם האט מען זיך אמאל מונע געוועהן פון רויט וועגן די עלילת דם פון די קריסטן.
אבער לייט גרעיפ דזשוס איז אקעי לויט הרב הלל וויינבערגער דער בעל מכשיר אויף דעם,
לפי השמועה איז דא מורי הוראה מפקפקים וואס האלטען אז די תערובות פון וואסער 40% נעמט אוועק די ברכת פרי הגפן, ממילא איז עס שנויה במחלוקת.
 
אבער לייט גרעיפ דזשוס איז אקעי לויט הרב הלל וויינבערגער דער בעל מכשיר אויף דעם,
צעהלימער רב *

(הלל וויינבערגער קען מכשיר זיין עפעס? כ'האב געמיינט ער קען נאר אסר'ן.......)
 
צעהלימער רב *

(הלל וויינבערגער קען מכשיר זיין עפעס? כ'האב געמיינט ער קען נאר אסר'ן.......)
ער איז דער פוסק פאר די לייט גרעיפ און ער איז אויך דער מורה להקל ביי די גאם וואס דער וואלאווער האט אויף דעם מרעיש געוועהן לאיסור.
ביי די זכו ענין איז ער שוין פעסט די תאוה יאהרען, איז שוין יצרו כלה , האט ער פארגעסען זיין יוגענט .
 
דוכגעפאלן איך בין דא שבת נאכמיטאג !

😭💔
ווער פאלט דען נישט אדורך ביי זיינע נסיונות?
לדוגמא, עס איז דא וואס ציפן אדער בייסן די נעגל, פלעגט דער חזון אי"ש זאגן אז ביי איהם איז ברור אז זיי טוען עס שבת אויך, כאטש זיי ווייסן אז עס איז א חילול שבת,
עס איז זייער נפרץ צו קוקן די מודעה צעטלעך שבת און עס האט פארשידענע עדווערטייזמענטס פאר ביזנעס און מלאכה וואס איז אסור צו ליינען שבת, אבער מען פאלט דורך,

מען הויבט אהן נאכאמאל און מען טרייעט אז מהיום והלאה וועט מען זיך מער וואטשען, אזוי איז דא דער רצון אנצוהאלטן מיט א גאול אז מען גייט עס דערגרייכן - מעט אור דוחה הרבה חושך.
 
דוכגעפאלן איך בין דא שבת נאכמיטאג !

😭💔
און אז דו ביסט שוין יא דא שבת - אויף וואס מ'גייט דיר בראטן אויבן - פארוואס דארף עס זיין בפרהסיה?! האסט ערווארטעט חיזוק?! גיי וואש דיך אויס ביי א צדיק אמת.
 
און אז דו ביסט שוין יא דא שבת - אויף וואס מ'גייט דיר בראטן אויבן - פארוואס דארף עס זיין בפרהסיה?! האסט ערווארטעט חיזוק?! גיי וואש דיך אויס ביי א צדיק אמת.
ווער איז א צדיק אמת?
די יידן דא זענען צדיקי אמת .
 
האסט ערווארטעט חיזוק?
יא ער האט ערווארטעט חיזוק, וואס איז די פראבלעם מיט דעם? ווען דו פאלסט דוירך און דו פארשעמסט איינעם דא על לא דבר קענסטו אויך עפענען א שנירל און די צדיקי אמת דא וועלן דיר מחזק זיין
 
יא ער האט ערווארטעט חיזוק, וואס איז די פראבלעם מיט דעם? ווען דו פאלסט דוירך און דו פארשעמסט איינעם דא על לא דבר קענסטו אויך עפענען א שנירל און די צדיקי אמת דא וועלן דיר מחזק זיין
געבן מוסר הייסט פארשעמען? וואס האט משה רבינו געטוען ווען ער האט געזעהן די אידן ביים עגל, ער האט זיי געגעבן חיזוק, אדער האט צעבראכן אויף פיצלעך די לוחות...?
 
Back
Top