- זיך איינגעשריבן
- אוג. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 62
- רעאקציע ראטע
- 228
- פונקטן
- 28
איך בין נישט דאס-
וואס איר מיינט איר קענט,
פון וועמען איר טראכט,
שוין פון יאהרן לאנג
מיט זיין כמעט פארבראכט,
איך בין נישט דערגאנגען,
ווי כ'האב אנגעפאנגען,
וואס כ'האב געטראכט,
ווייל אויך מיר אליין נישט גענומען אין אכט,
ווייל ווי א עטלף עיוור,
דאס לעבן אזוי שווער,
איך שלאף אזוי איך קלער,
אבער דאך וויל אנקומען מער,
ביינאכט איך שרייב א ליד,
זי גיבט ארויס מיין ווייטאג,
זי מאכט מיר אויך אויס מיד,
אז אנקומען וועל איך איין טאג,
אבער דארט אין הארץ טיף בפנים,
כ'זעה ער ברענט און דארשט נאך עפעס,
וויל נישט זיין מסכים,
אפשטילן ווי לאנג איך טרעף עס,
אויך אין נאכט ווען כ'שרייב מיין ליד,
ער ווערט אבער נישט מיד,
ער נעמט מיר פיין אפיר,
טרעט אויף מיין געהיר,
גיב מיר נאר כח,
כ'זאל האבן דעם מח,
ווי גוט צי זיין,
ווייל נאך אביסל פאריבער איז דעם זמן,
און איך בין נישט דער,
אנגעקומען ווייטער מער,
ווי איך וויל זיין,
געעפנט די אויגן,
און געווארן כמעט,
א עטלף עיוור,
סך הכול אנטדעקט ס'טונקל,
עס שלעפט מיר אראפ מער,
ווייט אראפ אין ווינקל,
ווען ביינאכט איך שרייב מיין ליד,
על משכבי בערב,
שוין גארנישט מער מיד,
פון דו געווארן ערעב,
אבער דו דארטן טיף בפנים,
שרייסט הער אויף מיט חכמת יפת,
זיך נישט אומעטום,
ווייל די אור ליגט נאר אין גפ''ת,
די תורה ווי א ליד,
זיך עס אויף און טרעף עס,
נאך און נאך ווער נישט מיד,
זי באשיצט דיין נאמען איד,
אויב אויבן אין הימל,
מאך איך טומל,
שטיי נישט אין זייט,
גיב מיר דיין האנט צוזאמען
און מאך פון מיר א לייט
וואס איר מיינט איר קענט,
פון וועמען איר טראכט,
שוין פון יאהרן לאנג
מיט זיין כמעט פארבראכט,
איך בין נישט דערגאנגען,
ווי כ'האב אנגעפאנגען,
וואס כ'האב געטראכט,
ווייל אויך מיר אליין נישט גענומען אין אכט,
ווייל ווי א עטלף עיוור,
דאס לעבן אזוי שווער,
איך שלאף אזוי איך קלער,
אבער דאך וויל אנקומען מער,
ביינאכט איך שרייב א ליד,
זי גיבט ארויס מיין ווייטאג,
זי מאכט מיר אויך אויס מיד,
אז אנקומען וועל איך איין טאג,
אבער דארט אין הארץ טיף בפנים,
כ'זעה ער ברענט און דארשט נאך עפעס,
וויל נישט זיין מסכים,
אפשטילן ווי לאנג איך טרעף עס,
אויך אין נאכט ווען כ'שרייב מיין ליד,
ער ווערט אבער נישט מיד,
ער נעמט מיר פיין אפיר,
טרעט אויף מיין געהיר,
גיב מיר נאר כח,
כ'זאל האבן דעם מח,
ווי גוט צי זיין,
ווייל נאך אביסל פאריבער איז דעם זמן,
און איך בין נישט דער,
אנגעקומען ווייטער מער,
ווי איך וויל זיין,
געעפנט די אויגן,
און געווארן כמעט,
א עטלף עיוור,
סך הכול אנטדעקט ס'טונקל,
עס שלעפט מיר אראפ מער,
ווייט אראפ אין ווינקל,
ווען ביינאכט איך שרייב מיין ליד,
על משכבי בערב,
שוין גארנישט מער מיד,
פון דו געווארן ערעב,
אבער דו דארטן טיף בפנים,
שרייסט הער אויף מיט חכמת יפת,
זיך נישט אומעטום,
ווייל די אור ליגט נאר אין גפ''ת,
די תורה ווי א ליד,
זיך עס אויף און טרעף עס,
נאך און נאך ווער נישט מיד,
זי באשיצט דיין נאמען איד,
אויב אויבן אין הימל,
מאך איך טומל,
שטיי נישט אין זייט,
גיב מיר דיין האנט צוזאמען
און מאך פון מיר א לייט