כוואליעס ארטיקל מיין צווייטע כפירה: צי זענען אלע מענטשן אייניג?

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

איזי פאזען

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
55
רעאקציע ראטע
685
פונקטן
113
דער ארטיקל איז ערשט ערשינען אין כוואליעס נומער אכט. איך לייג אים דא ארויף כדי מען זאל זיך קענען באציען צו אים.

היי יאר, דעם זעקסטן אין נאוועמבער, איז געשטארבן דער בארימטער וויסנשאפטלער דזשעימס וואטסאן. צוזאמען מיט פראנסיס קריק האט ער אין 1953 פארעפנטליכט צום ערשטן מאל די סטרוקטור פונעם DNA מאלעקול, וואס דאס האט רעוואלוציאנירט די תחומים פון מאלעקולאר-ביאלאגיע, גענעטיק און פיל מער. די אנטדעקונג האט ערמעגליכט פאר וויסנשאפטלער צו פארשטיין די מעכאניזמען פון אפהיטן און קאפירן גענעטישע אינפארמאציע אין די צעלן און פון דאס איבערגעבן בירושה פון איין דור צום צווייטן, וואס דאס, ווייטער, האט געהאלפן קלאר מאכן די פראצעדורן פון מוטאציע און סעלעקציע אין דער טעאריע פון עוואלוציע. אין אנערקענונג פון דער אנטדעקונג האבן וואטסאן און אנדערע געוואונען דעם נאבעל פרייז פאר פיזיאלאגיע און מעדיצין אין יאר 1962.

וואטסאן האט ממשיך געווען צו שטייגן אין א גלענצנדער סייענטיפישער קאריערע, גרייכנדיג הויכע אקאדעמישע פאזיציעס און אויסצייכנונגען אין אנערקענונג פאר זיין וויכטיגער ארבעט. באמת, וואלטן מיר אים געדארפט געדענקען און פאראייביגן אלס איינער פון די וויסנשאפטליכע ריזן פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט. אבער, אז איר וועט ליינען די הספדים וואס זענען ערשינען אין אלע אויסגאבעס און צייטונגען לכבוד זיין טויט, וועט איר זען אז אן אנדער געביט פון זיין לעבן נעמט אויף גאר אסאך אויפמערקזאמקייט און דיסקוסיע. פאקטיש, איז וואטסאן געווען ווי אין חרם אין די לעצטע צוויי-צענדליג יאר פון זיין לעבן. נאכפאלגנדיג געוויסע קאנטראווערסיאלע דעות וואס ער האט געלאזט הערן, איז זיין סייענטיפישע קאריערע געקומען צו אן ענדע; ער איז אפגעזאגט געווארן פון אלע זיינע אקאדעמישע שטעלעס און פיל פון זיינע אויסצייכענונגען און אנערקענונגען זענען צוריקגעצויגן געווארן.

וואס האט ער געזאגט אזוי קאנטראווערסיאל אז עס האט פארוואנדלט א וויסנשאפטליכער "סעלעבריטי" אין א מנודה און געזעלשאפטליכן אויסווארף?

*

אין דער מאדערנער תקופה, ווען אייראפעער האבן אנגעהויבן פארשן די וועלט און זענען געקומען אין נאנטער באציאונג מיט פארשידנארטיגע ציוויליזאציעס, פעלקער און שבטים, האבן וויסנשאפטלער באמערקט אז די פארשידענע מענטשליכע גרופעס געפינען זיך אין באזונדערע שטאפלען און מדרגות פון אנטוויקלונג בנוגע ציוויליזאציע, טעכנאלאגיע און וויסנשאפט. עס איז געווען באשיינפערליך אז בעת וואס די אייראפעער האבן שוין לאנג געהאט געבויט גלאררייכע קאטעדראלן, אנטוויקלט דקות'דיגע פילאזאפיעס, אוועקגעשטעלט מאכטפולע אימפעריעס, און געהאלטן טיף אינמיטן אנטוויקלען מאדערנע וויסנשאפט און אינדוסטריע, האבן נאך פיל גרופעס מענטשן געלעבט אין גאר פרימיטיווע אומשטענדן, אן קיין רעוואלוציאנערישער טעכנאלאגיע, פערמאנענטע שטעט, און אפילו אן קיין שרייב-סיסטעמען. אין אמעריקע זענען די שווארצע אפריקאנער געווען פארשקלאפט ביי די ווייסע אייראפעער, און עס האט זיך אנגעוויזן אז זיי זענען פיל ווייניגער אנטוויקלט אינטעלעקטועל ווי זייערע "ציוויליזירטע" אויבערהארן.

עס איז דאן אנטשטאנען א וויכוח צווישן די אייראפעאישע געלערנטע איבער די סיבות פאר אט די אונטערשיידן אין אנטוויקלונג. טייל — די "עסענציאַליסטן" — האבן גע'טענה'ט אז מ'זעט בחוש אז נישט אלע מענטשן זענען אייניג און אז טייל זענען במהותם מער אנטוויקלט און פארגעשריטן ווי אנדערע. געוויסע זענען געגאנגען אזוי ווייט אז זיי האבן פארגעלייגט אז די שווארצע אפריקאנער זענען ניטאמאל קיין מענטשן, נאר אן אנדער סארט באשעפעניש, צווישן מענטשן און מאלפעס. אנדערע — די "ענווייראָנמענטאַליסטן" — האבן אבער גע'טענה'ט אז מען קען נישט ארויסלערנען פון זייער צוריקגעשטאנענקייט אז זיי זענען במהותם אנדערש, נאר אז זיי האבן בסך-הכל נישט געהאט די בילדונג און ערציאונג וואס אייראפעער האבן געהאט. ווען מען זאל זיי נאר געבן די מיטלען זיך צו אנטוויקלען, זיך צו לערנען, און זיך צוגעוואוינען צו א ציוויליזירטן וועג פון לעבן, וועלן זיי אוודאי קענען צוקומען צו די זעלבע מדרגות צו וועלכע די אייראפעער האבן דערגרייכט.

דער וויכוח איז פארגעקומען אין די צייטן פון דער סייענטיפישער רעוואלוציע און דער אייראפעאישער אויפקלערונג. וויסנשאפטלער האבן שטודירט, קלאסיפיצירט און קאטעגאריזירט אלע סארטן נאטירליכע ערשיינונגען, און טייל האבן זיך אויך גענומען צו דער שטודיע פון די מענטשליכע ראסעס. זיי האבן קאטעגאריזירט די פארשידנארטיגע גרופעס מענטשן, זייער אויסזען, אייגנשאפטן, וועגן פון לעבן, און אויך די באציאונגען צווישן איין גרופע און א צווייטער. זיי האבן אנגעמערקט וועלכע גרופעס האבן מער נאנטשאפט מיט אנדערע און האבן שפעקולירט איבער די היסטאריעס און אומשטענדן פון זייערע אנטוויקלונגען אלס באזונדערע גרופעס.

זייענדיג אין די בראשית-יארן פון די סארט סייענטיפישע חקירות, האבן זיי נישט אלעמאל צוגעטראפן צום אמת. אבער אסאך פון די יסודות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט האבן צוגעהאלפן צו אונזער היינטיגן פארשטאנד איבער וויאזוי דער מענטשליכער מין האט זיך אנטוויקלט איבער מיליאנען יארן. היינט איז אנגענומען אז דער מענטשליכער מין, האָמאָ-סאַפּיענס, האט זיך אנטוויקלט ארום 300,000 יאר צוריק אין אפריקע. מיט ארום 60,000 יאר צוריק האבן גרופעס מענטשן פארלאזט אפריקע און פון זיי האבן זיך אנטוויקלט אלע גרופעס מענטשן וואס זענען נישט "שווארץ-אפריקאנער" (דאס זענען די איינוואוינער פון אפריקע, דרום פונעם סאהארא מדבר; צפון-אפריקע איז שוין גענעטיש א טייל פון דער אייראפעאיש-אזיאטישער וועלט).

אינעם ניינצנטן יארהונדערט האט זיך אנטוויקלט דער מאדערנער ראסיזם. פיינטשאפט צווישן פארשידענע פעלקער און גרופעס איז אזוי אלט ווי די מענטשהייט אליין, אבער יעצט האט זיך דאס אוועקגעשטעלט אויף א "סייענטיפישער" באזע. געלערנטע אייראפעאישע ראסיסטן האבן גע'טענה'ט אז דער ווייסער מענטש איז העכער ווי אנדערע, און אז דערפאר איז דאס זיין רעכט אונטערצודריקן די "נידריגערע" ראסעס. אזעלכע ארגומענטן זענען געמאכט געווארן צו פארטיידיגן די שענדליכע הנהגה פון שקלאפעריי אין אמעריקע; און אין אייראפע האבן אנטיסעמיטן זיך גענומען אנווענדן די ראסיסטישע טעאריעס און נייגונגען כלפי אידן.

דאס איז געווען א נייער סארט אנטיסעמיטיזם. דאס איז שוין נישט געווען קעגן דעם איד צוליב זיין רעליגיע אדער התנהגות, נאר קעגן זיין כלומר'שטער ראסע, וואס איז אין זיין בלוט, זיין מהות. דער נייער אנטיסעמיטיזם האט גע'טענה'ט אז עס וועט שוין נישט העלפן אויב דער איד אסימילירט זיך און מאדערניזירט זיך; זיין קללה איז אין זיין מהות און אסימילאציע מיינט בסך-הכל אז ער באהאלט זיין אידישן מהות אויסערליך, אבער עס לויפט נאך אין זיין בלוט.

עס איז איבריג מאריך צו זיין איבער וואספארא חורבן און הריגה-של-כליון דאס אידישע פאלק האט געהאט אויסצושטיין ווען די נאציס ימח-שמם האבן אנגעוואנדן אט די ראסיסטיש-אנטיסעמיטישע טעאריעס קעגן אידן, נישט נאר להלכה נאר טאקע למעשה. עס איז קלאר געווארן אז געבן האס א סייענטיפישן לבוש איז גאר מסוכן.

*

אין מערערע הינזיכטן קען מען זאגן אז די נאך-מלחמה'דיגע מאראל אין אייראפע איז אין גרויסן טייל דעפינירט געווארן אלס אן אנטווארט צו, און מוסר-השכל פון, היטלער'ס חורבן אויפ'ן אייראפעאישן אידנטום. די וועלט איז געווארן אזוי אויפגעשוידערט ווען זי האט אויסגעפונען איבער דער גרויזאמקייט פון דער נאצישער שואה, אז דאס האט באמת פונדאמענטאל געטוישט די מערב'דיגע מאראל. בעיקר האט דאס גורם געווען אז ראסיזם איז באטראכט געווארן ווי נישט סתם נאך א שלעכטע מידה, נאר טאקע ווי אן אבי-אבות פון שלעכטס. אין דער היינטיגער מערב'דיגער וועלט איז "ראסיסט" איינע פון די ערגסטע באשולדיגונגען וואס מען קען נאר מאכן קעגן א מענטש. אפילו אן אנטדעקונג פון א שמץ ראסיזם קען ענדיגן קאריערעס און געזעלשאפטליכע אנגעהעריגקייט.

אין א סעריע דעקלאַראַציעס נאך דער קריג, האט אונעסקאָ — די יונייטעד נעישאנס (UN) אגענטור פאר בילדונג, וויסנשאפט און קולטור — אוועקגעשטעלט איר פאזיציע בנוגע ראסע און ראסיזם אין אנטווארט צום נאצישן חורבן. די ערשטע דעקלאראציעס האבן זיך קאנצענטרירט אויף דער מאראלישער באציאונג צו מענטשן פון אלע ראסעס און האבן פראקלאמירט די שלעכטיגקייט פון ראסיזם. צווישן אנדערע, דעקלארירט זי,

"מענטשליכע ערע פאדערט אז אלע בירגער זאלן זיין אייניג אין די אויגן פונעם געזעץ [...] אפגעזען פון זייערע פיזישע אדער אינטעלעקטועלע דיפערענצן. דאס געזעץ זעט אין יעדן פערזאן בלויז א בן-אדם וועלכער האט דאס רעכט צו דער זעלבער אינאכטנעמונג און גלייכן רעספעקט. דאס געוויסן פון דער גאנצער מענטשהייט פאדערט אז דאס זאל זיין וואר פאר אלע פעלקער פון דער וועלט. דערפאר מאכט ווייניג אויס צי די פארשידנארטיגקייטן פונעם מענטש'ס כשרונות זאלן זיין א תוצאה פון ביאלאגישע אדער קולטורעלע גורמים."

אין אט דער לעצטער שורה באציט זיך די דעקלאראציע צום אלטן וויכוח איבער די סיבות פון די מערקבארע דיפערענצן צווישן גרופעס. לויט דער דעקלאראציע, אפגעזען צי די עסענציאליסטן אדער די ענווייראנמענטאליסטן זאלן זיין גערעכט, איז דאס נישט רעלעוואנט צום מאראלישן התחייבות צו באהאנדלען אלע גלייך אלס בני-אדם.

אין שפעטערדיגע דעקלאראציעס האט אבער אונעסקא זיך יא אנגעהויבן אריינמישן דירעקט אין דער סייענטיפישער פראגע. אין א דעקלאראציע פון 1978 פראקלאמירט זי,

"אלע פעלקער פון דער וועלט פארמאגן די זעלבע פעאיגקייטן אויף צו עררייכן די העכסטע מדרגה פון אינטעלעקטועלער, טעכנישער, געזעלשאפטליכער, עקאנאמישער, קולטורעלער און פאליטישער אנטוויקלונג. [...] די דיפערענצן אין די דערגרייכונגען פון די פארשידענע פעלקער זענען לגמרי צוליב געאגראפישע, היסטארישע, פאליטישע, עקאנאמישע, געזעלשאפטליכע און קולטורעלע גורמים."

גלייך האבן גאר אנגעזעענע ביאלאגן און גענעטיקער זיך אפגערופן מיט זארג אז א פאליטישע קערפערשאפט זאל זיך אזוי אריינמישן צו אנטשיידן אן אפענע און אומגעלייזטע וויסנשאפטליכע שאלה. בעת וואס אינעם מאראלישן און לעגאלן געביט קען מען אוודאי אוועקשטעלן אז אלע מענטשליכע גרופעס זאלן באהאנדלט ווערן מיט גלייכע רעכטן, זאגט דאס נאך אבער גארנישט איבער דער פאקטיש-עמפירישער פראגע איבער די גורמים פון די אבזערווירטע דיפערענצן צווישן גרופעס. אט די פאקטישע שאלה קען נאר געענטפערט ווערן דורך סייענטיפישער פארש-ארבעט, נישט דורך מאראלישע דעקלאראציעס.

ווייטער, האבן זיי גע'טענה'ט, ליגט א סכנה אין צוזאמענשטעלן די מאראלישע און פאקטישע שאלות. די פארבינדונג צווישן די צוויי גיבט אנצוהערן אז די סיבה פארוואס אלע מענטשן זענען מאראליש גלייך איז וויבאלד זיי זענען ביאלאגיש גלייך. אבער שטעלט אייך פאר אויב איין טאג אין דער צוקונפט וועט סייענס קלאר אוועקשטעלן אז די פארשידענע ראסעס זענען באמת נישט אינגאנצן אייניג ביאלאגיש, דאן וועלן מענטשן אוועקווארפן מאראלישע גלייכבארעכטיגקייט אויך, מיינענדיג אז אָן ביאלאגישער אייניגקייט איז נישטא קיין באזיס פאר מאראלישער אייניגקייט. ליבערשט, האבן די וויסנשאפטלער פארגעשלאגן, זאל אונעסקא זיך האלטן צו אירע פריערדיגע דעקלאראציעס, וואו זי האט אוועקגעשטעלט אז הגם אז ביאלאגישע גלייכהייט איז נאך טאקע אן אפענע סייענטיפישע שאלה, איז דאס נישט רעלעוואנט צום התחייבות פון מאראלישער און לעגאלער גלייכבארעכטיגונג.

למעשה, אבער, איז די ווארענונג נישט דערהערט געווארן, און אונטער'ן טונקעלן שאטן פונעם נידערטרעכטיגן נאצישן קרום-באניץ פון "ראסע סייענס", איז געווארן אזוי אנגענומען אין די געזעלשאפטן פון דער געבילדעטער, אקאדעמישער און פאליטישער וועלט אז אלע ראסעס זענען פאקטיש גלייך, הגם די פראגע איז קיינמאל נישט אנטשידן געווארן סייענטיפיש.

אין די נאך-מלחמה יארן האט די אמעריקאנער רעגירונג געשפענדעט ביליאנען דאלארן צו "פארמאכן דעם שפאלט" צווישן די אקאדעמישע, געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע דערגרייכונגען פון ווייסע און שווארצע — אן קיין גרויסע ערפאלגן. ווייטגרייכנדע ציווילע רעכטן געזעצן און "אפירמאטיוו עקשאן" פאליסיס זענען איינגעפירט געווארן, אבער די גרויסע דיפערענצן אין געמאסטענער אינטעליגענץ (IQ), אקאדעמישן ערפאלג, עקאנאמישע רעזולטאטן, און אין קרימינאליטעט זענען מער-ווייניגער געבליבן. ענווייראנמענטאליסטן טענה'ן אז דאס ווייזט אז ראסיזם איז נאך רייף אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט און אז די פאליסיס זענען נישט געגאנגען גענוג ווייט; עסענציאליסטן טענה'ן אז דאס באשטעטיגט אז די דיפערענצן צווישן גרופעס זענען טאקע מער ווי בלויז קולטור און סביבה, נאר טאקע אין טייל ביאלאגיש און גענעטיש.

אין אייראפע ווייטער, האט די אמונה אז אלע גרופעס מענטשן זענען במהותם גלייך צוגעברענגט אז מען זאל ארייננעמען גאר הויכע מאַסן-אימיגראציע פון קולטורן וואס זענען גאנץ אנדערש, אונטער דער הנחה אז ווי נאר זיי וועלן האבן א בעסער לעבן אין אנטוויקלטע לענדער וועלן זיי ווערן אסימילירט צום אייראפעאישן לעבנסשטייגער. דער אנגייענדיגער עקספערימענט האט באוויזן געמישטע תוצאות. טייל גרופעס אימיגראנטן האבן זיך טאקע שיין צוגעפאסט צום אייראפעישן לעבן און גיבן טאקע פיל צו צו זייער נייער געזעלשאפט, אנדערע אבער זענען ממשיך צו שטעלן ערנסטע פראבלעמען פון עקסטרעמיזם, קרימינאליטעט און אומפּראָפּאָרציאָנעלער אפהענגיגקייט אין דער ברייטהארציגער אייראפעאישער בענעפיט-סיסטעם.

*

מיר קערן זיך יעצט אום צו דזשעימס וואטסאן און זיינע קאנטראווערסיאלע הערות וואס האבן אים פארענדיגט אזא גלענצנדע קאריערע.

אין 2007 האט זיך וואטסאן אויסגעדריקט אז ער איז "טיף פעסימיסטיש איבער אפריקע'ס אויסזיכטן", וויבאלד "אלע אונזערע סאציאלע פאליסיס זענען באזירט אויפ'ן פאקט אז זייער אינטעליגענץ איז די זעלבע ווי אונזערע, אין דער צייט וואס אלע טעסטן זאגן אנדערש". וואטסאן האט קלאר געמאכט אז ער פארווייכט ראסן-דיסקרימינאציע, אבער ער האט אויסגעדריקט זארג אז אין נאמען פון "גלייכע רעזולטאטן" אַוואַנסירט מען אקאדעמיקער מיט שוואכערע טאלאנטן צו העכערע פאזיציעס ווי זיי וואלטן געווען פעאיג באזירט אויף זייערע כשרונות אליין.

אין די לעצטע פאר-צענדליג יאר איז אט די פאזיציע געווארן אזוי טאבו און אזוי געזעלשאפטליך אפגעפרעגט אז מען הערט שוין נישט אז אנגעזעענע אקאדעמיקער זאלן זיך אזוי אויסדריקן בפרהסיא (צווישן פיר אויגן קען מען נאך יא הערן). הגם, ווי באטאנט, איז די שאלה נאכנישט אנטשידן געווארן סייענטיפיש, איז זיך ארויסדריקן לטובת דעם גענעטישן צד פונעם ארגומענט א פארזיכערטער וועג צו דער'הרג'ענען די אייגענע קאריערע און אנגעהעריגקייט אין דער אנגעזעענער, געלערנטער געזעלשאפט, ווי וואטסאנ'ס ביישפיל צייגט.

*

איך, און מן הסתם פיל "כוואליעס" ליינער, זענען גוט און אינטים באקאנט מיט דער סאציאלאגישער ערשיינונג פון טאבו און דעם געזעלשאפטליכן פרייז וואס מען באצאלט ווען מען וואגט זיך אויסצודריקן עפעס אין קאנטראסט צו אן אנגענומענער דאגמע. איך האב דאס געשפירט אויף דער אייגענער הויט ווען איך האב אין ישיבה עקספערימענטירט מיט פריי-דענקעריי און מטיל-ספק געווען אין פארשידענע אנגענומענע אמונות אין מיין געזעלשאפט, וואס דאס האט צוגעברענגט אז מען זאל צו מיר צוטשעפען כלערליי צונעמען, פון "אויפגעקלערטער" ביז "אפיקורס". איך האב פארלוירן נאנטע חברים און טייל האבן גאר פרובירט מיך אריינצולייגן אין א סארט געזעלשאפטליכן חרם, אפרעדנדיג נאנטע פון האבן מגע-ומשא מיט מיר.

ווען איך האב שפעטער פארלאזט די חרדי'שע קהילה, האב איך מיך ממש געשפירט ווי איך בין ארויס מעבדות לחירות, ווי א באפרייטער מענטש. אין דער ברייטער, פרייער וועלט קען איך פריי טראכטן און זיך פריי ארויסדריקן; דא זאגט מען מיר נישט וואס איך מוז טראכטן, גלייבן און זאגן; איך קען צוקומען צו מיינע אייגענע מסקנות דורך מיינע אייגענע פרייע פארשונגען און חקירות. און דאס איז טאקע מער-ווייניגער אזוי געווען, ביז איך האב מיך אנגעטראפן אין אט דער פראגע פון ראסע-דיפערענצן.

איך האב מיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן אין דער שאלה ארום דער צייט פונעם הויכפונקט פון דער "בלעק לייווס מעטער" באוועגונג און דעם טויט פון דזשארדזש פלויד. איך בין דאן געווען אין אוניווערסיטעט, און עס איז דאן פארגעקומען אזא מין דאגמאטיש-בלינד התעוררות וואס האט מיטגעכאפט די מערהייט פון די סטודענטן אין א פאניק און היסטעריע אז אונזער געזעלשאפט איז כלומר'שט דורכגעגעסן מיט סיסטעמישן ראסיזם אין אלע שטאפלען פון געזעלשאפט, וואס דאס אונטערדריקט די שווארצע און שטעלט זיי אויס צו דיסקרימינאציע און אפילו טויט. אלס באווייז האט מען מיטגעטיילט סטאטיסטיקס וועלכע ווייזן אז שווארצע-אמעריקאנער ווערן מער ארעסטירט ווי ווייסע, גראדואירן ווייניגער, און מאכן ווייניגער געלט. נו, וועלכע נאך ראיות דארפט איר אז זיי זענען אונטערדריקט און דיסקרימינירט?

ווי א גוטער סקעפטיקער האב איך גלייך באמערקט אז עס איז פארשטייט זיך פארהאן אן אלטערנאטיווער הסבר אויף די אלע ערשיינונגען וואס האט קנאפ וואס צו טון מיט ראסיזם. מיט א נאאיוו תמימות האב איך מיטגעטיילט מיינע הרהורים מיט מיינע חברים, אבער איך האב מיך לגמרי נישט געראכטן אויף דער מאכט פון זייער רעאקציע. מען האט מיך גערופן מיט צונעמען, איך האב פארלוירן חברים, און טייל האבן פרובירט מיך אריינצולייגן אין א געזעלשאפטליכן נידוי. מען האט מיר קלארגעמאכט אז אין דעם געביט הערשט נישט קיין פריי-דענקעריי; אויף אט דער שאלה איז נישט גילטיג דער זעלבער סקעפטיציזם וואס איז אנגענומען אין דער אקאדעמישער געזעלשאפט ווען עס קומט צו אנדערע שאלות, אריינגערעכנט רעליגיע.

פאר א תקופה בין איך אריין אין א קריזיס און א דיסאילוזיע. איך האב באקומען פלעשבעקס פון מיינע צייטן אין ישיבה; איך האב געשפירט ווי מען נעמט מיר ווידער צו מיין פרייהייט פון מחשבה און אויסדרוק פאר וועלכער איך האב געקעמפט מיט אזויפיל מי און מסירת-נפש. מיט דער צייט, אבער, און נאך פיל ארבעט אין טעראפי, האב איך זיך געלערנט צו לעבן דערמיט. איך האב געלערנט אז עס איז נישטא קיין געזעלשאפט וואס האט נישט אירע דאגמעס און טאבוען. אמת, א שטיק תמימות און פשטות האב איך פארלוירן אויף אייביג; מיין בליק איז געווארן אביסל מער ציניש; אבער מיין פארשטאנד איבער געזעלשאפטליכע רעאליטעטן און מענטשליכער פסיכאלאגיע האט זיך פארטיפט. היינט לעב איך מיט א צווייטער כפירה, אבער פונקט ווי מיין ערשטער, ווייס איך אז נישט אלץ וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט צו סיי וועמען.

*

אין די לעצטע יארן איז געמאכט געווארן גרויסן פארשריט אין דער שטודיע פון גענעטיק. מען האלט שוין ביי דעם אז מען אנטדעקט גרופעס גענעס וואס האבן א שייכות מיט פסיכאלאגישע און געזעלשאפטליכע אייגנשאפטן, ווי אינטעליגענץ, קרימינאליטעט אא"וו. אבער די דאגמע אנטקעגן אנערקענען גענעטישע גורמים פאר גרופע-דיפערענצן ווערט נאר שטערקער. אונטער'ן פחד אז מען וועט עפעס אנטדעקן, האבן געוויסע אנגעזעענע וויסנשאפטליכע זשורנאלן אין די רעלעוואנטע תחומים פראקלאמירט אז זיי וועלן נישט פובליקירן וויסנשאפטליכע שטודיעס וואס זאלן אנרירן די פראגעס לטובת דעם עסענציאליסטישן צד. גרויסע דאטא-באזעס וואס ווערן געניצט דורך פארשער פאר כלערליי שטודיעס, פארבאטן בפירוש צו ניצן זייער דאטא אויף אזעלכע סארט שטודיעס.

אבער, מיט די גרויסע פארשריטן אין גענעטיק און אינעם אנאליז פון מאס-דאטא, איז אומפארמיידליך אז אין די קומענדיגע יארן וועט מען זיך אנשטויסן אין געפינסן וועלכע וועלן אנרירן די פראגע. אלס געזעלשאפט דארף מען זיך גרייטן אז די שאלה וועט אנטשידן ווערן אויף אן אויפן וואס וועט אויפרודערן אונזערע יעצטיגע אנגענומענע אמונות. אויב האלט מען אין איין טענה'ן אז מען דארף באהאנדלען אלע גלייך וויבאלד מיר זענען אלע פאקטיש אייניג, ליגט א גרויסע סכנה אז ווי נאר עס וועט קלאר ווערן אז די צווייטע פראפאזיציע איז פאלש, וועט מען אפלאזן דאס ערשטע מאראלישע התחייבות אויך.

מען דארף צוגרייטן דעם באדן קלאר צו מאכן — ווי די ערשטע דעקלאראציעס פון אונעסקא פראקלאמירן — אז די מאראלישע גלייכבארעכטיגקייט פון אלע פעלקער איז אפגעזען צי זיי זענען פאקטיש, ביאלאגיש און גענעטיש, טאקע אייניג. אלע מענטשן האבן דאס יכולת פון פארשטאנד און צו שפירן צער און פרייד, און דערפאר קומט זיך אז מען זאל זיי באהאנדלען הומאניטאריש. צי זענען אלע גרופעס מענטשן אייניג אין זייערע אינטעלעקטועלע און גייסטיגע פעאיגקייטן? דאס קען נאר ווייטערדיגע וויסנשאפטליכע פארש-ארבעט אנטשיידן.
 
זייער הנאה געהאט פון די ארטיקל. באמת זייער הנאה געהאט. גוט געשריבן. צום פוינט. הפלא ופלא!

א זייטיגע פוינט (אפשר גארנישט אזוי זייטיג) וואס איך האב ארויסגענומען להלכה למעשה, מענטשן שטרעבן כסדר זיך צו באפרייען פון די שעבודים זייערע, פון די עול וואס ליגט אויף זיי. און מ'חלומ'ט: אויב גיי איך פארן וואוינען דא אדער דארט, וועל איך זיין באפרייט פון אלע שעבודים. אויב גיי איך אפיציעל אפהאקן פון מיין עלטערן'ס פרומקייט, וועל איך זיין באפרייט פון אלעס. וכדו'.
אבער לויט דיין באלערנדע ארטיקל, קומט דאך אויס אז יעדע פלאץ האט זיך זיינע שעבודים, און זיינע הגבלות. און ס'איז פשוט אזוי, ווען נישט לעבט מען ווען אין א דזשאנגל.

דארף מען מאכן די חשבון, לאמיר זאגן יעצט אין מיין פרומע לעבנס שטייגער בין איך 75% משועבד (קיינער איז נישט 100%, אויסער העלבראנס און מרכז ויזניץ. זיכער נישט איינער וואס דרייט זיך אויף קרעמל), און פון די צווייטע זייט לעב איך א רוהיגע לעבן, ווייב און קינדער, פרידן מיט די עלטערן און חברים, וכן הלאה.
אבער אויב גיי איך מאכן א טויש, 0% שעבודים וועט זיכער נישט זיין (אזוי ווי דו שרייבסט), לאמיר זאגן 25% שעבוד, און פון די צווייטע זייט וועל איך לכאורה פארלירן די ווייב און קינדער, זיך צוקריגן מיט די עלטערן און חברים. דארף מען פון פארדעם מאכן א חשבון, לוינט זיך עס צו נישט. ס'קען זיין אז ס'לוינט זיך, אבער מ'דארף דאס וויסן פארדעם.​
 
א זייטיגע פוינט (אפשר גארנישט אזוי זייטיג) וואס איך האב ארויסגענומען להלכה למעשה, מענטשן שטרעבן כסדר זיך צו באפרייען פון די שעבודים זייערע, פון די עול וואס ליגט אויף זיי. און מ'חלומ'ט: אויב גיי איך פארן וואוינען דא אדער דארט, וועל איך זיין באפרייט פון אלע שעבודים. אויב גיי איך אפיציעל אפהאקן פון מיין עלטערן'ס פרומקייט, וועל איך זיין באפרייט פון אלעס. וכדו'.
אבער לויט דיין באלערנדע ארטיקל, קומט דאך אויס אז יעדע פלאץ האט זיך זיינע שעבודים, און זיינע הגבלות. און ס'איז פשוט אזוי, ווען נישט לעבט מען ווען אין א דזשאנגל.
איך וועל זאגן די אמת, איך האב נאך נישט געליינט די ארטיקל פון איזי, לאנגע זאכן לייג איך אוועק פאר ספעשעל צייטן מיט ישוב הדעת,

אבער לאמיר ענטפערן פאר דיר כספי וועגן די נקודה אז א נייע לייף סטייל ברענגט אויך שעבודים, סא מ'דארף מאכן א חשבון צו ס'לוינט זיך.

ביזט גערעכט, א נייע לייף סטייל ברענגט טאקע נייע שעבודים, אבער ס'איז שעבודים וואס איך האב מיר אליינס אויסדערוועילט, ס'איז מיין גארבידזש, איך האב בעצם נישט קיין פראבלעם מיט די פרומע לייף סטייל, איך וויל עס נאר אויסוועלן, איך מיין די פאקט אז מ'איז אריינגעצווינגען אין עפעס איז דאס וואס באדערט.
 
איך וועל זאגן די אמת, איך האב נאך נישט געליינט די ארטיקל פון איזי, לאנגע זאכן לייג איך אוועק פאר ספעשעל צייטן מיט ישוב הדעת,

אבער לאמיר ענטפערן פאר דיר כספי וועגן די נקודה אז א נייע לייף סטייל ברענגט אויך שעבודים, סא מ'דארף מאכן א חשבון צו ס'לוינט זיך.

ביזט גערעכט, א נייע לייף סטייל ברענגט טאקע נייע שעבודים, אבער ס'איז שעבודים וואס איך האב מיר אליינס אויסדערוועילט, ס'איז מיין גארבידזש, איך האב בעצם נישט קיין פראבלעם מיט די פרומע לייף סטייל, איך וויל עס נאר אויסוועלן, איך מיין די פאקט אז מ'איז אריינגעצווינגען אין עפעס איז דאס וואס באדערט.
דארפסטו טאקע קודם ליינען די ארטיקל וועסטו זעהן ער רעד פון זאכן וואס ער האט נישט אויסגעוועלט און נישט געוויסט אז אין די אקאדאמישער וועלט קען פאסירן

בעיקר די שטיקל:
ווי א גוטער סקעפטיקער האב איך גלייך באמערקט אז עס איז פארשטייט זיך פארהאן אן אלטערנאטיווער הסבר אויף די אלע ערשיינונגען וואס האט קנאפ וואס צו טון מיט ראסיזם. מיט א נאאיוו תמימות האב איך מיטגעטיילט מיינע הרהורים מיט מיינע חברים, אבער איך האב מיך לגמרי נישט געראכטן אויף דער מאכט פון זייער רעאקציע. מען האט מיך גערופן מיט צונעמען, איך האב פארלוירן חברים, און טייל האבן פרובירט מיך אריינצולייגן אין א געזעלשאפטליכן נידוי. מען האט מיר קלארגעמאכט אז אין דעם געביט הערשט נישט קיין פריי-דענקעריי; אויף אט דער שאלה איז נישט גילטיג דער זעלבער סקעפטיציזם וואס איז אנגענומען אין דער אקאדעמישער געזעלשאפט ווען עס קומט צו אנדערע שאלות, אריינגערעכנט רעליגיע.

פאר א תקופה בין איך אריין אין א קריזיס און א דיסאילוזיע. איך האב באקומען פלעשבעקס פון מיינע צייטן אין ישיבה; איך האב געשפירט ווי מען נעמט מיר ווידער צו מיין פרייהייט פון מחשבה און אויסדרוק פאר וועלכער איך האב געקעמפט מיט אזויפיל מי און מסירת-נפש. מיט דער צייט, אבער, און נאך פיל ארבעט אין טעראפי, האב איך זיך געלערנט צו לעבן דערמיט. איך האב געלערנט אז עס איז נישטא קיין געזעלשאפט וואס האט נישט אירע דאגמעס און טאבוען. אמת, א שטיק תמימות און פשטות האב איך פארלוירן אויף אייביג; מיין בליק איז געווארן אביסל מער ציניש; אבער מיין פארשטאנד איבער געזעלשאפטליכע רעאליטעטן און מענטשליכער פסיכאלאגיע האט זיך פארטיפט. היינט לעב איך מיט א צווייטער כפירה, אבער פונקט ווי מיין ערשטער, ווייס איך אז נישט אלץ וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט צו סיי וועמען.
 
הערליכע הערליכע ארטיקל ! א נושא וואס איך האב שוין לאנג געטראכט וועגן דעים שיין באשריבן.

לגבי כספי'ס 'זייטיגער' אנמערקונג :

די נקודה - וויאזוי איך קוק עס אן - איז, אז איבעראל איז דא הגבלות, יעדע איינציגסטע סאסייעטי האט רויטע ליניעס, חסרונות, אני מאמין'ס , קאודס וכדומה.

יעצט ווען איינער בלאזט אויף אונזער סיסטעם, ביזט מסתמא גערעכט למחצה לשליש ולרביע, אבער ס'איז א פעקעדזש דיל. קוק אויף די ביג פיקטשער. און אלטס פול פעקעדזש, טשוס איך חרד'ישע אידישקייט איבער אלע אנדערע סאסייעטיס, מיט אלע זיינע חסרונות. ס'איז נאך אלץ יצא הפסדו בשכרו. כך נלפענ"ד.

איי, איך בין דא געבוירן, איך האב עס נישט אליינץ אויסגעוועלט, און קען זיין ווען מ'געט מיך א טשויס וועל איל עפעס אנדערש?

קען זיין. אבער למעשה בין איך דא. במילא האלט איל אז אונזער סיסטעם, עגען, מיט אלע לעכער, האט נאך אלטס מער מעלות ווי חסרונות . און ווי לאנג איך האלט אזוי , אפי על הצד אז סאיז א איינרעדעניש מחמת חסרון ידיעה פון אנדערע פלעצער, איז מיר גוט דא.

ובפרט אז א פולשטענדיגע סאסייעטי טויש איז שפיל פון צירקע 10 יאר, איך האב נישט גענוג צענערס אין מיין לעבן זיך ארומצושפילן ביז איך טרעף די תיקון השלום.
 
יעצט לגבי די עצם ארטיקל, סקען זיין אז סאיז ווייטער א זייטיגע נושא, אבער סאיז א שאלה וואס באדערט מיך שוין לאנג.

די שאלה אין קורצן איז, צו זענען אידן טאקע דעם עם חכם ונבון.

פון איין זייט לויט גוגל בכלל נישט, און מזעט אויך גענוג קלוגע מענטשן איבעראל און אפי קלוגערע ווי ביי אונז, פון צווייטן זייט איז פערצענטואל זיכער דא ווייניגער טפשות ווי און אנדערע פלעצער, פון דריטן זייט הערשט ביים פרומע עולם א געוואלדיגע נאיווקייט אין כל מיני נושאים, און פון פערדן זייט איז נישט קיין סוד אז ווי סדא אידן שפרודעלט די עקאנאמי און אז די פראצענט אידן אין קי פאזישנס אין די מערב לענדער איז אסאך מער ווי די עקשעל פערסענטעדזש פון כלל ישראל כלפי די וועלט.
 
דארף מען מאכן די חשבון, לאמיר זאגן יעצט אין מיין פרומע לעבנס שטייגער בין איך 75% משועבד (קיינער איז נישט 100%, אויסער העלבראנס און מרכז ויזניץ. זיכער נישט איינער וואס דרייט זיך אויף קרעמל), און פון די צווייטע זייט לעב איך א רוהיגע לעבן, ווייב און קינדער, פרידן מיט די עלטערן און חברים, וכן הלאה.
אבער אויב גיי איך מאכן א טויש, 0% שעבודים וועט זיכער נישט זיין (אזוי ווי דו שרייבסט), לאמיר זאגן 25% שעבוד, און פון די צווייטע זייט וועל איך לכאורה פארלירן די ווייב און קינדער, זיך צוקריגן מיט די עלטערן און חברים. דארף מען פון פארדעם מאכן א חשבון, לוינט זיך עס צו נישט. ס'קען זיין אז ס'לוינט זיך, אבער מ'דארף דאס וויסן פארדעם.
עטליכע נקודות:

ערשטנס וואלט איך געזאגט אז עס איז מער געגליכן צו 75% קעגן 10%, וואס איז באמת א גרויסע אינטערשייד. עס ווענדט זיך פארשטייט זיך וועלכע קהילות וכדו': איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר אין סטעמפארד היל, לאנדאן, וואס איז היפש מאר פארמאכט ווי אנדערע קהילות.

צווייטנס איז עס נישט נאר א חילוק אין כמות נאר אויך אין מהות. הגם אז איך קען נישט איבעראל לאזן הערן מיין מיינונג פונקט וויאזוי איך וואלט געוואלט, דאך איז נישטא קיין ברייטער צענזור פון אינפארמאציע. איך קען פריי ליינען און פארשן - קיינער אסר'ט מיך נישט קיין אינטערנעט און קיין ביבליאטעקן. ווייטער האב איך אויך מער פרייהייט אויסצואוועלן מיין געזעלשאפט און אסאציאציע. איך קען מיך טרעפן נייע חברים און סביבות (הגם דאס איז פארשטייט זיך שווערער ווען עס איז אן ארבעטס-סביבה, אדער פראפעסיאנעלע קהילה ווי אקאדעמיע). איך מוז נישט שיקן מיינע קינדער אין מוסדות וואו מ'לערנט זיי אויס זאכן וויאס איך גלייב נישט דערין (ווייטער, קען זיין אז די מוסדות וואס וועלן זיי געבן די בעסטע בילדונג וועט זיי אויך אנשטאפן מיט woke שטותים, און איך מוז בוחר זיין את הרע במעוטו).

און צום לעצט האט עס אויך צו טון מיט ווי אנדערש מיין וועלטבאנעם איז פון מיין סביבה. צי לעב איך אינגאנצן א ליגנט וויבאלד איך גלייב נישט אין די סאמע יסודות פון מיין גאנצער סביבה? אדער באהאלט איך נאר אפאר פרטים, אבער בדרך כלל לעב איך מיך בשלום מיטן געדאנקען גאנג פון מין סביבה?
 
יעצט לגבי די עצם ארטיקל, סקען זיין אז סאיז ווייטער א זייטיגע נושא, אבער סאיז א שאלה וואס באדערט מיך שוין לאנג.

די שאלה אין קורצן איז, צו זענען אידן טאקע דעם עם חכם ונבון.

פון איין זייט לויט גוגל בכלל נישט, און מזעט אויך גענוג קלוגע מענטשן איבעראל און אפי קלוגערע ווי ביי אונז, פון צווייטן זייט איז פערצענטואל זיכער דא ווייניגער טפשות ווי און אנדערע פלעצער, פון דריטן זייט הערשט ביים פרומע עולם א געוואלדיגע נאיווקייט אין כל מיני נושאים, און פון פערדן זייט איז נישט קיין סוד אז ווי סדא אידן שפרודעלט די עקאנאמי און אז די פראצענט אידן אין קי פאזישנס אין די מערב לענדער איז אסאך מער ווי די עקשעל פערסענטעדזש פון כלל ישראל כלפי די וועלט.
אז מ'קוקט אויף IQ, קומען אשכנזים אייביג ארויף מיט די העכסטע ציפערן, הגם אז עס איז נישט צופיל העכער פון יאפאנער. אבער עס איז נישט נאר אינטעליגענץ וואס מאכט אויס. אשכנזים - און אידן אין אלגעמיין - האבן א קולטור וואס שעצט גאר שטארק אינטעלעקטועלע באשעפטונגען און בילדונג, ווי אויך איז עס א געזעלשאפט וואס פאדערט שטייגן, דערגרייכן, אויפטון. עס איז א קולטור וואס איז נישט צופרידן מיט מיטלמעסיגקייט, נאר שטרעבט אייביג אויף זיין אויסגעצייכנט. דאס זעט מען סיי אין די טראדיציאנעלע קהילות, וואו זיין געלערנט אין תורה פארמאגט די העכסטע פרעסטיזש, ווי אויך אין מאדערנע און אפילו אסימילירטע אידישע קהילות, וואו מען פאדערט פון די קינדער הויכע בילדונג און וואו מ'זשאלעוועט נישט קיין געלט אויף די בעסטע שולעס. דאס אלעס איז גורם אז אשכנזים זענען גאר מוצלח רעלאטיוו צו זייערע קליינע נומערן אין דער געזעלשאפט.
 
פון איין זייט לויט גוגל בכלל נישט, און מזעט אויך גענוג קלוגע מענטשן איבעראל און אפי קלוגערע ווי ביי אונז, פון צווייטן זייט איז פערצענטואל זיכער דא ווייניגער טפשות ווי און אנדערע פלעצער
ווען מען זאגט אז א געוויסע גרופע האט הויכע אינטליגענץ אדער IQ, רעדט מען דורכשניטליך (עווערידזש). עס וועלן זיין יחידים וואס וועלן זיין פיל העכער ווי דער דורכשניט און אנדערע וואס וועלן זיין פיל נידעריגער. אשכנזים האבן א הויכע IQ אין דורכשניט, אבער עס פעלן נישט קיין טיפשים ביי אונז אויך.

ווייטער, אין אנדערער גרופעס, הגם אז זייער דורכשניטליכע IQ איז נידעריגער, דאך וועלן זיין יחידים מיט גאר הויכע IQ. און וויבאלד דער צאל נישט אידן איז פילפאכיג העכער ווי דער צאל אידן, מיינט דאס אז עס וועלן אלעמאל זיין מער נישט-אידישע גאונים ווי אידישע, הגם אז דער צאל אידישע גאונים איז שטארק אומפראפארציאנעל און איבער־רעפרעזענטירט רעלאטיוו צו אונזערע ציפערן אין דער אלגעמיינער באפעלקערונג.
 
Back
Top