- זיך איינגעשריבן
- אוג. 9, 2024
- מעסעדזשעס
- 185
- רעאקציע ראטע
- 728
- פונקטן
- 123
שכויח איזי פארן עס צינעמען אזוי קלאר.עטליכע נקודות:
ערשטנס וואלט איך געזאגט אז עס איז מער געגליכן צו 75% קעגן 10%, וואס איז באמת א גרויסע אינטערשייד. עס ווענדט זיך פארשטייט זיך וועלכע קהילות וכדו': איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר אין סטעמפארד היל, לאנדאן, וואס איז היפש מאר פארמאכט ווי אנדערע קהילות.
צווייטנס איז עס נישט נאר א חילוק אין כמות נאר אויך אין מהות. הגם אז איך קען נישט איבעראל לאזן הערן מיין מיינונג פונקט וויאזוי איך וואלט געוואלט, דאך איז נישטא קיין ברייטער צענזור פון אינפארמאציע. איך קען פריי ליינען און פארשן - קיינער אסר'ט מיך נישט קיין אינטערנעט און קיין ביבליאטעקן. ווייטער האב איך אויך מער פרייהייט אויסצואוועלן מיין געזעלשאפט און אסאציאציע. איך קען מיך טרעפן נייע חברים און סביבות (הגם דאס איז פארשטייט זיך שווערער ווען עס איז אן ארבעטס-סביבה, אדער פראפעסיאנעלע קהילה ווי אקאדעמיע). איך מוז נישט שיקן מיינע קינדער אין מוסדות וואו מ'לערנט זיי אויס זאכן וויאס איך גלייב נישט דערין (ווייטער, קען זיין אז די מוסדות וואס וועלן זיי געבן די בעסטע בילדונג וועט זיי אויך אנשטאפן מיט woke שטותים, און איך מוז בוחר זיין את הרע במעוטו).
און צום לעצט האט עס אויך צו טון מיט ווי אנדערש מיין וועלטבאנעם איז פון מיין סביבה. צי לעב איך אינגאנצן א ליגנט וויבאלד איך גלייב נישט אין די סאמע יסודות פון מיין גאנצער סביבה? אדער באהאלט איך נאר אפאר פרטים, אבער בדרך כלל לעב איך מיך בשלום מיטן געדאנקען גאנג פון מין סביבה?
איך בין נייגעריג וואס די זאגסט צי די פאלגענדע גרופע מענטשן.
לאמיר זאגן איינער וואס איז חסידיש אבער מער מאדערנעזירט ווי די מיינסטרים און זיין ווייב איז אויכעט מער flexible. ער שיקט זיין קינדער אין די modern-Chasidishe מוסדות, ער האט אינטערנעט אהן א פילטער און ער האט אסאך flexibility. הגם ער גלייבט אז יודישקייט איז געווארן דעוועלאפט דורך humans, קוקט ער עס ארויף אלץ א וועג וויאזוי יודן דריקן אויס זייער קשר מיט גאט. ער גלייבט נישט אז מען "דארף" דאווענען וכדו' אבער ער זעהט spiritual value אין עס און ער טוט וויפיל ער פיהלט ער וויל. ער קאנעקטעד צי די general lifestyle און אפילו צי געוויסע spiritual חלקים. ער פראבירט צי בויען א לעהבן וואס איז aligned מיט אים און אפילו האָבן א קשר מיט די קאמיוניטי און רעליגיע אויף א וועג וואס ער קאנעקט, אהן זיין ציפיהל משועבד. ער קען נישט פאהרן מיט זיין קאַר שבת אבער ער איז באקוועם מיט די יום מנוחה. עס קומט אויס גרינג צי קויפן כשר און ווען ער איז אין די מרחקים קען ער מיקל זיין אויב ער וויל. ער קוקט ארויף אסאך חלקים אין די קאמיוניטי, צום ביישפיל די family values און אחדות.
איך קען א שיינע פאָר וואס לעהבן אזוי. איך טראַכט אז די וואס זענען אין דעיע category וואלטן געהאט א שווערער לעהבן אינדרויסן און עס איז גוט אז זיי integrat'ן זייער חסידישע אידענטיטעט מיט זייער אייגענע beliefs and values.
איך value דיין wisdom איזי, און איך בין נייגעריג וויאזוי די טראכסט וועגן דעהם.