מיינע מחשבות ביי שמונה עשרה

איך גלייב אין א גוטע דערבארעמדיגע benevolent
״גאט״ וואס האט אונז אלע ליב פונקט אזויווי דו ביזט. ער איז נישט א bipolar אכזר און נארסיסיסט וואס גיסט אויס זיין צארן און מ׳דארף לעבן אין שרעק ווען ס׳וועט מיר באפאלן און like walking on eggshells
כ'האב געהערט יעצט פאר יוכ"פ אסאך גערעדעריי ווי גוט גאט איז, אנקאנדישינעל לאוו, וכו', רב דשעיקאבסן האט נאך געגעבן א שיעור ווי ער איז מסביר די ווידוי אויף א לאוולי וועג, ווי מ'בעט איבער די חלק אלוק ממעל/נשמה/inner child אויף אלע זאכן וואס מ'האט געטון וואס טשעפענען מיט זיי און באדעקן זייער ארגינעלע לויטערע שיין.

בקיצור, כ'האב מיך אנגעהערט מיט אסאך געטליכע לאוו, און כ'האב געטרייט צו נעמען יו"כ אויף דעם וועג, אבער 10 מינוט אריין אין די מחזור האט מיך דער אמת (?) געפאטשט אין פנים, די שרעקעדיגע גאט איז נישט באשאפן געווארן אין סאטמאר אדער ביי די חרדים, די מאכער פון די מחזור האט שוין געוויסט ווי שרעקעדיג גאט איז, און האט עס אריינגעלייגט וואו ער האט נאר געקענט,

סאוי כ'האב געטראכט, ווער ס'האט נישט ליב יו"כ, וגם אני בתוכם, זאל נישט פראווענען יו"כ, אדער מאך א נייע מחזור ווי מ'רעדט נאר פון לאוו, סתם פארדרייען די זאך פון די ארגינעלע כוונה מאכט נישט קיין סענס.

ס'קוקט עפעס אויס ווי אונז ווילן זייער שטארק אז די מייסדים פון אונזער יהדות זאלן זיין אויף אונזער לאוו פעידש, כאילו אונז פילן נאך גילטי פון דעם חדש אסור מן התורה וכד', סא אונז מוזן אריינטייטשן ליבליכקייט אין דעם שרעקעדיגן מחזור, און פאר מיר קוקט אויס קלאר אז ס'נישט אמת, די אידישקייט וואס מ'לערנט אונז איז נישט אינגאנצן ערפינדן געווארן אין אמעריקע, ס'איז גאנץ ענליך צו די יסוד וואס די מייסדים האבן מייסד געווען.
 
אידישקייט איז א נייר חלק, א יעדער קען אריילערנען וואס און וויאזוי ער וויל, ווער ס'באקומט א היי פון גיהנם פאנטאזיעס, שיערב לו ווי מען זאגט, און פאר וועם ס'ארבעט בעסער א סליחות מיט א גריל איז אויכעט גוט.
 
און פאר ווער ס׳ארבעט בעסער א סליחות מיט א גריל איז אויכט גוט
פארוואס אבער די גאנצע סליחות? מאך א גוטע גרילל, דאנק אפילו גאט פאר די פיינע עסן און ענדשוי, לאז די סליחות לויפן
 
היינט נאכט איז משנה תורה, און עס ברענגט צוריק די אינגזייעטי וואס איך האב אלץ געמאכט מיט מיין טאטע ווען איך בין געווען א קליינער בחור. ער האט מיך געצווינגען אויסהערן יעדעס ווארט פון די תורה, כאטש איך האב נישט געהאט קיין געדולד. דערנאך, נאך דער ליינען, האט מען געדארפט זאגן גאנץ תהלים, און איך, אלס קינד, האב פשוט געשאקלט די מיט די מויל, ווייל איך האב נישט געקענט אזוי שנעל זאגן עברי, אין איך האב זיך נישט געהאלטן ביים אנשטרענגן. ווען מיין טאטע האט באמערקט אז איך פעיק עס, האט ער מיר גערופן און געגעבן אנגעשריגן און 7'טע ריפ.

פאר מיר, דאס איז געווען די בילד פון רעליגיע, א גאט וואס שרייט און שטראפט ווען איך קען נישט טון ווי עס דארף צו זיין. איך האב מיך דערשראקן, נישט געקענט שפירן דעם אמת'ן קשר צו גאט, נאר א דרוק און שרעק.

איז דאס טאקע גאט? איז דאס די רעליגיע וואס מ'זאל שפירן? טאמער מ'טוט נישט יעדע זאך ריכטיג, דארף מען באמת שטראפן א קינד?
 
היינט נאכט איז משנה תורה, און עס ברענגט צוריק די אינגזייעטי וואס איך האב אלץ געמאכט מיט מיין טאטע ווען איך בין געווען א קליינער בחור. ער האט מיך געצווינגען אויסהערן יעדעס ווארט פון די תורה, כאטש איך האב נישט געהאט קיין געדולד. דערנאך, נאך דער ליינען, האט מען געדארפט זאגן גאנץ תהלים, און איך, אלס קינד, האב פשוט געשאקלט די מיט די מויל, ווייל איך האב נישט געקענט אזוי שנעל זאגן עברי, אין איך האב זיך נישט געהאלטן ביים אנשטרענגן. ווען מיין טאטע האט באמערקט אז איך פעיק עס, האט ער מיר גערופן און געגעבן אנגעשריגן אין 7'טע ריפ.
יאא, שוין ענדליך געמיינט אז די שרעקעדיגע טעג פון תשובה און בעטן פאר'ן לעבן זענען אויווער... א שיינעם סוכות געפראוועט, געבורדעט, חוה"מ האלטן, סיז ווי איינער זאגט, האסט געמיינט אז לייף איז דשאסט פאָן? העיר יו גא...
 
אבער 10 מינוט אריין אין די מחזור האט מיך די אמת (?) געפאטשט אין פנים. דער שרעקעדיגער גאט איז נישט באשאפן געווארן אין סאטמאר אדער ביי די חרדים, דער מאכער פון די מחזור האט שוין געוויסט ווי שרעקעדיג גאט איז, און האט עס אריינגעלייגט ווי ער האט נאר געקענט.

די אידישקייט וואס מ'לערנט אונז איז נישט אינגאנצן ערפינדן געווארן אין אמעריקע, ס'איז גאנץ ענליך צו די יסוד וואס די מייסדים האבן מייסד געווען.
די וועלכע האבן געהאט א האנט אין מייסד די היינטיגע מחזורים, די פייטנים, האבן געלעבט אין מיטל-אלטער ווי שרעק און אנגסט איז געווען א חלק פונעם טאג-טעגליכן קולטור, ספעציעל ביי די קריסטן, און וויאזוי ס'גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, די אידן האבן געלעבט צווישן די גוים און מ'האט געשערט געוויסע קאלטוראלע זאכן. דא קענסטו זעהן איין גאר אינטערעסאנטער ביישפיל. ווי אויך דא ווי די לאקאלע קריסטליכע באפעלקערונג האט געהאט א געוויסע השפעה אויף די לאקאלע אידישע איינוואוינערס, ספעציעל ווען ס'געקומען צו די רעליגיע חלק פון אנשרעקן די פרומע אידן.

קוק למשל אזא פיוט ווי ונתנה תוקף, די ערשטע חלק גייט נאך מיט, אבער די צווייטע?! כ'ווייס אפילו נישט צו מ'מעג עס זאגן אום ר"ה און יו"כ. אני הקטן זאג עס שוין נישט יארן. אבער נעם למשל אזא פיוט, וויפיל שרעק און אנגסט ס'ווארפט אן אויפן מענטשהייט, און ס'קומט נאך מיט א מעשה פון איינעם מיט א נאמען רבי אמנון מיט א מעשה פון א א קעניג נאכמער אנצושרעקן די מענטשהייט.

די אינטערשטע שורה איז אז וֹוען דו עפענסט אויף א מחזור צו א סידור קענסטו דארט זאגן גענוג און נאך הערליכע שטיקלעך ארויסגענומען פון ספר תהילים, ווי למשל פסוקי דזמרה, נשמת, יוצר, שמו"ע, הערליכע תפילות. די יוצרות וועלכע זענען געשריבן געווארן לאורך הגלות און ס'זייט דיך אן מיט שרעק און איבל, דזשאסט היפ עס איבער איגנאריר עס. ליין א בוך בשעת דער עולם זאגט.

רב דשעיקאבסן האט נאך געגעבן א שיעור ווי ער איז מסביר די ווידוי אויף א לאוולי וועג, ווי מ'בעט איבער די חלק אלוק ממעל/נשמה/inner child אויף אלע זאכן וואס מ'האט געטון וואס טשעפענען מיט זיי און באדעקן זייער ארגינעלע לויטערע שיין,
ער איז גערעכט, מ'ברויך דאווענען צום אייגענעם גאט, דער גאט וועלכער איז באהאלטן אינעם מענטש, דעם חלק אלקי ממעל. היי יאר יעדעס מאל נאכדעם וואס כ'האב מיך געקלאפט על חטא האב איך צוגעלייגט, העלא איך בין נישט אזוי שלעכט!
 
האט איינער אמאל אריינגעטראכט פארוואס גאט האט דיסיידעד צי גיין און גלות און מיטשלעפן זיין ליבע פאלק וואס ער האט אליינס דערוועלט? גיי די און גלות אין לאז אינז מנוחה? פארוואס מאכסטי איז דאווענען און בעט יעדע טאג פאר משיח ווען ער קען ווען קומען צי דיין געשמאק. איז דאס אינטערהאלטונג פאר דיר אינז צי זען ליידן און גלות?
 
שטארקע קשיא
אויך פארוואס שטראפט ער אונז ווען אונז (עכט ער) טוט אן עבירה ?
 
האט איינער אמאל אריינגעטראכט פארוואס גאט האט דיסיידעד צי גיין און גלות און מיטשלעפן זיין ליבע פאלק וואס ער האט אליינס דערוועלט? גיי די און גלות אין לאז אינז מנוחה? פארוואס מאכסטי איז דאווענען און בעט יעדע טאג פאר משיח ווען ער קען ווען קומען צי דיין געשמאק. איז דאס אינטערהאלטונג פאר דיר אינז צי זען ליידן און גלות?
אויב אבער טראכסטו פון דיין אייגענעם גאט דאן וועסטו פארשטיין אז דו קענסט עם אריינלייגן און אליין ארויסנעמען פון גלות ווען דו ווילסט
 
@גאלדענע-פעדער
אסאך פון דיינע מחשבות רילעיט איך שטארק צו

ווען עס קומט הושענא רבה ספיציעל,
די מיינט סעט חודש אלול ביז נאך יוהכ"פ איז אז נאך אביסל נאכדעם קומט סוכות חול המועד אא"וו
און נאכדעם געבט מען זיך א טרעף צוריק אין די זאך....
עס איז שווער
 
כ'האב הנאה דאס צי הערן, ווייל דאס געט מיר א שטארקע חיזוק אז איך בין נישט אליין און א ציבראכנע סיסטעם.
 
ס'איז זייער אינטערסאנט, מען האט אונז אלע יארן געפרעדיגט אז ווען איינער פארט אפ און גייט ארויס לתרבות רעות און טוט אלע מיני עבירות פארלירט ער די חשק פון לעבן.

און אלס ראיה לדבר האבן זיי געברענגט די סועסייד רעיט ביי גוים וכדו'.

זיץ איך און טראכט אז פונקט פארקערט איז די אמת. די זעלבע חשק וואס די יצר טוב האט מיר געשטופט צו טון א מצוה שטופט מיך יעצט די יצר הרע צו טון אן עבירה. מיין חשק האט נאר געסוויטשט סיידס.

דעס געט מיר די חיות, דעס וועקט מיר אויף אינדערפרי.

דו זאגסט מודה אני, איך זאג אויך מודה אני איך פאקוס אויף די אני.
 
זייער אן אינטערסאנטע זאך, ווען עס איז די הייליגסטע מאמענטן ביי אינז יודן, למשל יום כיפר ביי כל נדרי אדער ביי נעילה, ווען איך בין עולה לתורה, און ביי שמונה עשרה, טראכט איך אייביג אדער פון שווערע זינד, למשל נקיבות אד"ג. ס'גייט שוין אן יארן ביי מיר.

וואס פשט?
The girls from the קודש הקודשים?
 
זייער אסאך פון אינזערע וואס ווידערשפעניגען און גאט פון די תורה, האבן אסאך העיט אויף גאט.
אין מיינע אויגן האט עס נישט קיין זינען, וויאזוי קען מען זיין אויפגערעגט און גאט ווען מען גלייבט נישט בכלל אין אים?
אויב גלייבסטו, דאן דארפסטו אנעמען אז עס איז געווען פאר דיין טובה.
אויב גלייבסטו נישט אין גאט, דאן ווי איז שייך זיך צי רעדן אויף א זאך וואס exist נישט?
The hate isn't on God.
It's on the propaganda
 
היינט נאכט איז משנה תורה, און עס ברענגט צוריק די אינגזייעטי וואס איך האב אלץ געמאכט מיט מיין טאטע ווען איך בין געווען א קליינער בחור. ער האט מיך געצווינגען אויסהערן יעדעס ווארט פון די תורה, כאטש איך האב נישט געהאט קיין געדולד. דערנאך, נאך דער ליינען, האט מען געדארפט זאגן גאנץ תהלים, און איך, אלס קינד, האב פשוט געשאקלט די מיט די מויל, ווייל איך האב נישט געקענט אזוי שנעל זאגן עברי, אין איך האב זיך נישט געהאלטן ביים אנשטרענגן. ווען מיין טאטע האט באמערקט אז איך פעיק עס, האט ער מיר גערופן און געגעבן אנגעשריגן און 7'טע ריפ.

פאר מיר, דאס איז געווען די בילד פון רעליגיע, א גאט וואס שרייט און שטראפט ווען איך קען נישט טון ווי עס דארף צו זיין. איך האב מיך דערשראקן, נישט געקענט שפירן דעם אמת'ן קשר צו גאט, נאר א דרוק און שרעק.

איז דאס טאקע גאט? איז דאס די רעליגיע וואס מ'זאל שפירן? טאמער מ'טוט נישט יעדע זאך ריכטיג, דארף מען באמת שטראפן א קינד?
גאלדענע פעדער כשמו כן הוא. זייער שיין און הערליך געשריבן.

איך האב מזל אז מיין פאטער זז"ג האט קיינמאל נישט גערודפ'ט זיינע קינדער פאר אלע ארומיגע צוגעלייגטע זאכן אין אידישקייט, א חלק האט ער אליינס נישט געטון, און אפילו ווען יא, האט ער מיט גענומען מיט זיך ווער ס'האט געוואלט. קען זיין טאקע וועגן דעם האב איך ב"ה נישט אזא שנאה צו אידישקייט און ג-ט ב"ה.
 
איך האב מזל אז מיין פאטער זז"ג האט קיינמאל נישט גערודפ'ט זיינע קינדער פאר אלע ארומיגע צוגעלייגטע זאכן אין אידישקייט, א חלק האט ער אליינס נישט געטון, און אפילו ווען יא, האט ער מיט גענומען מיט זיך ווער ס'האט געוואלט. קען זיין טאקע וועגן דעם האב איך ב"ה נישט אזא שנאה צו אידישקייט און ג-ט ב"ה
מיין טאטע האט גראדע מיך צורי געלאזט אלע יארן, מיין מאמע איז געווען מער פרעשערדיג, אבער מער צו די pear pressure ווי אידישקייט חלק, סאוי כמיין אז כהאב עס אליינס אויפגעפיקט פונ די סיסטעם
 
איך בין נישט אויפגערעגט אויף גאט. איך בין אויפגערעגט אויפן סיסטעם. די סיסטעם איז רשעות.
די סיסטעם וואס איז ארויסגעוואקסן פון יודישקייט איז א שעדעליכע סיסטעם.
גאלדענע פעדער כשמו כן הוא. זייער שיין און הערליך געשריבן.

איך האב מזל אז מיין פאטער זז"ג האט קיינמאל נישט גערודפ'ט זיינע קינדער פאר אלע ארומיגע צוגעלייגטע זאכן אין אידישקייט, א חלק האט ער אליינס נישט געטון, און אפילו ווען יא, האט ער מיט גענומען מיט זיך ווער ס'האט געוואלט. קען זיין טאקע וועגן דעם האב איך ב"ה נישט אזא שנאה צו אידישקייט און ג-ט ב"ה.
 
מיין טאטע האט גראדע מיך צורי געלאזט אלע יארן, מיין מאמע איז געווען מער פרעשערדיג, אבער מער צו די pear pressure ווי אידישקייט חלק, סאוי כמיין אז כהאב עס אליינס אויפגעפיקט פונ די סיסטעם
Update:

מיין 7 יעריגזוהן האט געפרעגט מיין מאמע יעצט אויב ער מעג זעהן עפעס אויפן DVD, זי האט צוריקגעפרעגט מיט אזא פארווונדערטער פאָרהאלטענדע טאָן, אום הושאנע ראבע??

סוי איי געס כהאב עס יא אויפגעפיקט פון איר...
 
פארוואס אבער די גאנצע סליחות? מאך א גוטע גרילל, דאנק אפילו גאט פאר די פיינע עסן און ענדשוי, לאז די סליחות לויפן
ווייל א פלעינע גריל האב איך שוין געהאט איעדע דאנערשטאג נאכט און מוצ״ש דורכאויס די זומער, מען איז שוין געווארען נאמב צי עס, יעצט וויל מען א נייע היי בעהט מען ישמיעיני סלחתי איבער א דריי-ביינערדיגע-פלאנקען, די ווייסט וואס גיהנם מיינט, עסן א פלאנקען כנ״ל אן די ישמיעיני סלחתי, גיי לערן א גאליציאנער, אונגערישע וויין.
 
Back
Top