מיינע מחשבות ביי שמונה עשרה

גוטע שאלה
מיר זענען נישט די ערשטע זיך צו מוטשען דערמיט

איך האב נישט קיין ענטפערס
און זיכער נישט קיין טענות אויף איינעם וואס גלייבט נישט (איך האב אסך יאר נישט געקענט זיך ערלויבן צו גלייבן מער בכלל און געווען אגנאסטיק)

דא זענען צוויי גורמים וואס האבן מיר געהאלפן טשעינדשן מיין מיינד (obviously: besides the most important first step כופר צו זיין אינ׳ם אכזר דעם חרדי׳שן באשעפער)

1. איך האב געווינען מער agency אין לעבן (נאך יארן פון effort און זיכן גוטע מדריכים אויף דעם, און אוודאי ערשט היילן אויף א somatic לעוועל פון די מענטל טראומא פון די חרדישע חינוך)
ווען איך האב באקומען מער מעגליכקייט צו מאכן גוטע טויש אין מיין לעבן האב איך מער נישט געפילט ווי אן אומבאהאלפענע victim און ממילא איז די באגריף פון א גוטע גאט מער נישט געווען אזא טריגער (איך מוז נאכאמאל מדגיש זיין, די תנאי איז 100% היילן ערשט אסך פון די טראומא, ווייל אן דעם האב איך קיינמאל נישט געהאט מנוחה)

2. איך האב איינגעזעהן אז מענטשן וואס גייען דורך ביטערע איבערלעבענישן, כאטש ס׳רעגט מיר אויף ביז׳ן זיבעטן ריפּ און איך קען עס נישט פארשטיין, פונדעסטוועגן זענען דא אזויפיל מעשיות וואס מענטשן פארציילן (אפילו אין די צווייטע וועלטס-קריג אין די סאמע ערגסטע איבערלעבענישן) אז זיי האבן געפילט אז אפילו אינמיטן דעם גיהנים האט זיי ארומגענומען א געוויסע protection & support
זיי האבן זיך נישט געפילט פארלאזט.

צוריק צו דיין שאלה, איך ווייס נישט פארוואס פּיין פעהלט אויס, אבער איך ווייס אז מענטשן דערציילן אז ס׳האט זיי געברענגט צו א דרגה פון פארשטיין און אויסגעלייטערטקייט פון שטותים (איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער עס מסביר צו זיין) און כאטש זיי וואלטן נישט אויסגעוועהלט די יסורים, זענען זיי אבער בעסער געווארן because of it און שטארק מרויח געווען. (אוודאי זאגן זיי נישט אזא זאך בשעצ די וואונדן בלוטיגן. זיי קענען נאר זעהן די בענעפיט נאכדעם ווען זיי זענען אויסגעלייזט פון די ביטערקייט) דאס לעבן איז זיי רייכער געווארן און ברענגט זיי מער פארגעניגן א דאנק וואס זיי זענען דורך.

Again צוריק צום ערשטן פונקט: נישט אלעס וואס קוקט אויס פאר אונז מיט אונזער לאגיק ווי אומדערטרעגליך, איז exactly ווי מיר שטעלן זיך פאָר- אפשר פילט יענער פארלייכטערונג און א גלעט פון הימל אינמיטן זיינע שווארצטע איבערלעבענישן. איי וועסטו פרעגן: פארוואס פעהלט בכלל אויס די פּיין? קען דער כל יכול נישט געבן א מענטשן די אלע דערגרייכונגען אָן דעם? ווייסעך נישט קיין ענטפער (די משל פון פארדינטע ברויט קלעקט נישט אינגאנצן פאר מיר)
1000107394.jpg
 
היינט האט מיר איינער געפרעגט א קשיא פון וואו קומט די מנהג אז פרויען שערן זיך די האר? די עכטע ענטפער האב איך נישט געהאט, און איך האב נישט געפילט אז וואס איך וועל זאגן וועט מיר געבן אזא סעטיספאקציע ווי א עכטער אמת. איך האב געזאגט אז עס קומט פון א מידה פון פרישות אז פרויען שערן זיך די האר כדי צו זיין באשיידן בלויז פאר זייער מאן, און אז ביי חסידים לעבט מען מיט פנימיות און נישט חיצוניות.

אבער איך האב נישט באמת געוואלט זאגן אז אין טיפן, שפירט זיך עס טאקע ווי א מין בארבאריש מנהג, אזא זאך וואס איז שווער צו ערקלערן.
 
די מקור פון די מנהג איז לכאורה די זוהר אז די האר וואס וואקסט בימי נדתה האט א רוח טומאה און מ'דארף עס אפשניידן, און וויבאלד די אשכנזי'שע אידנטום האבן זייער מורא געהאט פון די אלע זאכן און שטארק געגלייבט אין די אמונות טפילות האבן זיי עס אנגענומען.
 
איך האב געזאגט אז עס קומט פון א מידה פון פרישות אז פרויען שערן זיך די האר כדי צו זיין באשיידן בלויז פאר זייער מאן, און אז ביי חסידים לעבט מען מיט פנימיות און נישט חיצוניות.
וועקער נומבער 16 האט א לענגערע ארטיקל דערוועגן, ווי און בערך ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און וויאזוי ס'האט זיך אנטוויקעלט ביזן היינטיגן טאג
 
קוקענדיג אויפ'ן קעפל פון די שמועס דא טראכט איך
אז מיינע מחשבות ביי שמונה עשרה זענען טיילמאל
"פארוואס האב איך אזאנע מחשבות ביי שמונה עשרה?"
 
אויב איינער קען ציברענגען דעם ארטיקל וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
וועקער נומבער 16 האט א לענגערע ארטיקל דערוועגן, ווי און בערך ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און וויאזוי ס'האט זיך אנטוויקעלט ביזן היינטיגן טאג
 
Back
Top