מזלות / האראסקאופ

ניעל דיגרעס טייסאן - מיט א הסבר איבער די ארידזשינס פון אסטראלאגיע, פארוואס עס האט געהאט אזא באדייט אין די ווייטן אמאל:

View: https://www.youtube.com/watch?v=c0SQzpOOadY

View: https://www.youtube.com/watch?v=PZ0cNk2PRSo


דא קומט ריטשערד דאוקינס אריין מיט א שטיקל שטודיע איבער אסטראלאגיע (ענליך צו @ההוא גברא'ס פראפאזיציע)

View: https://www.youtube.com/watch?v=dlMiKrwCRQ0


אויך ליגט מיר אין קאפ אז ער האט א לענגערע דאקומענטערי ווי ער צונעמט די אלע סארטן פסאודאסייענסעס און ער פראבירט אויפצו-ווייזן סייענטיפיש וויאזוי זיי ארבייטן נישט באמת, (האמעאפאטי, אסטראלאגיע, דאוזינג).
הגם אין די פריערדיגע ווידעא טענה'ט ניעל ספענסער (אויפן גאנג פון @חדשים) אז די עצם שטודיע קען צומאל שטערן די עפעקט פון תפלה און אנדערע סופערנאטורליכע כוחות וכדו', און דערפאר בלייבט עס אומפאלציפירבאר אפגעזען וואס סייענס און די סייענטיפישע מעטאד האט (נישט) וואס צו זאגן דערויף.. די איינציגסטע קאוויאט וואס איך וואלט צוגעלייגט איז אז ביי צדקה שטייט יא 'ובחנוני נא בזאת' וואס באדייט אז סייענטיפישע סטאדיס וואלטן עס גרינג געדארפט קענען באשטעטיגן אנע אפהאלט. און נו?!


פאלגענד איז א שטיקל סייענטיפשע אפהאנדלונג איבער די כח פון תפלה צו היילן קראנקע - נאכן מאכן א געהעריגע שטודיע דערויף:
What Can Science Say About the Study of Prayer?.
 
איך קען ווייטער שמועסן ווען די דעבאטע גייט ווייטער זאכליך און מיט רעספעקט.
ביזדערוייל מיין איך אז איך האב נאר אויפגעברענגט לאגישע ארגומענטס, אויב בין איך נישט גערעכט ביטע ווייז מיר צו
 
איך רעד פון די subtle השפעה וואס תפילה האט אויף די מענטש. איך בין נישט פון די וואס האלטן אז דורך תפילה באקומט מען עפעס פיזיש.
גראדע איז יעדער מודה אז תפילה האט געוויסע פיסכילאגישע מעלות, וואס איך זאג איז אז ווען מענטשן טענען אז זיי זענען געהאלפן געווארן מיט עפעס דורך תפילה איז דאס אויך א תוצאה פון קאמפערמאציע בייעס
 
כ'הער וואס דו זאגסט. ווען מ'רעדט פון זעהן אויב איינער האט א הויכע נשמה אדער באהאלטענע כוחות, יענץ פארשטיי איך איז נישט טעסטעבל, אדער ווען ס'קומט צו א לייוו חכם וואס רעדט צו דיר איבער דיין תכונת הנפש. כ'האב מיך אבער באצויגן צו זייער א ספעציפישע קלעים וואס האט מיר יא אויסגעזעהן טעסטעבל. אבער אז נישט איז נישט.



ווען מ'רעדט פון אזויפיל דורות וואס האבן געלייגט געוויכט אויף דעם. איז וויכטיג צו אינטערשרייכן אז אנדערע קולטורן און תקיפות האבן עס גענוצט אין גענצליך אנדער וועגן, איינער פאר עתידות, א צווייטע פאר פערזענליכקייט, יעדער מיט זיין אינטערפערטאציעס, ס'נאר לעצטנס ווי אלעס איז צאמגענומען צו מאכן איין גרויסע דאקטרין.


ס'איז נישט שווער צו זיך פארשטעלן פארוואס אמאל האבן זיי געלייגט אזויפיל געוויכט אויף פלאנעטן פאזיציעס און קאנסטולאציעס.

היינט ווייסן אונז אז ס'דא ביליאנען גאלאקסיעס, מיט ביליאנען שטערנס, און שטערנס האבן פלאנעטן ארום איר, אונזער זון איז בסך הכול אין שטערן פון ביליאנען אנדערע. די מאוומענט און פאזיציע פון קאנסטולאציעס איז פשוט א רעזולטאט פון די ערדס ראטאציע. די כוכבי לכת פאלגן נאך א פשוט'ע ארביט ארום דעם זון, אלס רעזולטאט פון גרעוויטי.

די מענטשן דעמאלטס האבן ארויפגעקוקט און געזעהן יעדער נאכט שטערנס אין א צווייטע פאזיציע. עפעס איין רויטע "שטערן" רוקט זיך ארום מיט זיין אייגענע מהלך וכו' די זעלבע נייגער און ווילן צו פארשטיין די בריאה וואס טרייבט היינט סייענטיסטן, האט דעמאלסט געטריבן אונזערע איר עלטערן צו אויפקומען מיט הסברים איבער וואס די שטערנס זאגן אונז.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז קיינער (אכ'פ איך...) זאגט נישט אז אמאל זענען זיי געווען טיפשים פארן גלייבן דערין, ס'נאריש צו זאגן אזוי, ווען איך וואלט געלעבט דעמאלס וואלט איך אויך געגלייבט אין דעם. אונז האבן פשוט היינט אזויפיל מער קנאלעדזש, וויסנשאפט און מעטאדן ווי זיי, אז זייערע הסברים פעלט מער נישט אויס.

כ'מיין נישטא צו מאכן א גענעטיק פעליסי, מיט'ן זאגן אז אסטראלאגיע איז נישט אמת פלעין ווייל ס'קומט פון פרימיטיווע מענטשן, וואס איך זאג איז, אז ווען מ'לייקנט עס מיינט עס נישט אז מ'לאכט אפ פון אלטע חכמה, מ'קען זיין באוויסטזיניג איבער זייערע לימיטאציעס אן זיי אוועקמאכן פערזענליך.
ס׳איז אמת אז אסטראלאגיע האט זיך אנטוויקלט אין פארשידענע קולטורן אויף פארשידענע וועגן, און אז דער היינטיגע מהלך איז א מיקס פון עטליכע טראדיציעס. אבער דאס איז נישט קיין שוואכקייט — דאס איז פונקט ווי חכמה אנטוויקלט זיך איבער צייט. ווי תורה איז נישט די זעלבע אין יעדער דור, אדער ווי מעדיצין אדער וויסנשאפט אנטוויקלט זיך לויט וואס מ׳לערנט און מ’ווייסט מער, אזוי אויך קען מען זאגן אז אסטראלאגיע איז געבליבן א לעבעדיגע חכמה וואס האט זיך פארטיפט און פארברייטערט.

און יא — ווען מ׳זעט פון די היסטארישע קאנטעקסט ווי פארשידענע חכמים אין אינדיע, טשיינע, איראק און רוים זענען אנגעקומען צו ענליכע יסודות אינדיפענדענט — איז עס נישט סתם עפעס וואס מ׳קען אוועקמאכן ווי primitive errors. עס קען זיין א טיפע אינטואיטיווע אמת וואס זיי האבן געכאפט אויף א וועג וואס איז נישט גענוג אפצופרעגן מיט מאדערנע טעסטס ווייל די טעסטס אליינס זענען נישט צוגעפאסט עס צו מעסטן. נישט אלעס וואס איז אמת קען מען מעסטן מיט סייענטיפישע מעטאדן. און עס איז נישט גלייך צו די וועלט איז פלאך וואס די פאקט איז אנדערש.

אז מ׳האט היינט מער נאלעדזש איז גוט, אבער דאס מיינט נישט אז אלעס וואס מ׳קען נישט טעסטען אדער נישט פארשטיין איז פאלש. האסט נישט קיין פאקט פארקערט. ווייניגסטנס דארף מען אנערקענען אז דאס פרובירן צו פארשטיין מענטשהייט דורך די שטערנס איז נישט נעבעכדיג — ס׳איז א מהלך זיך צו פארבינדן צום קאסמוס, און מען טאר עס נישט אוועקווארפן נאר ווייל מ׳קען עס נישט קלאר אפמעסטן.

לויט די חכמת הקבלה פארשטייט מען שוין אז עס איז די רוחניות’דיגע השפעה וואס עס קומט דורך די מזלות.
 
ביזדערוייל מיין איך אז איך האב נאר אויפגעברענגט לאגישע ארגומענטס, אויב בין איך נישט גערעכט ביטע ווייז מיר צו
די טענה אז די וועלט איז צען מינוט אלט, האט אויסגעקוקט ווי דו פארסט אוועק פון די דעבאטע.
 
גראדע איז יעדער מודה אז תפילה האט געוויסע פיסכילאגישע מעלות, וואס איך זאג איז אז ווען מענטשן טענען אז זיי זענען געהאלפן געווארן מיט עפעס דורך תפילה איז דאס אויך א תוצאה פון קאמפערמאציע בייעס
וואס שרייבסטו אנדערש ווי מיר?
 
פאלגענד איז א שטיקל סייענטיפשע אפהאנדלונג איבער די כח פון תפלה צו היילן קראנקע - נאכן מאכן א געהעריגע שטודיע דערויף:
What Can Science Say About the Study of Prayer?.

אז מען בלייבט מיט די בליק אז תפילה מיינט אז מען באקומט וואס מען דארף, שטימט עס טאקע נישט. תפילה איז א ריין ספירוטשעל קשר און עס איז העכער לאגיק. עס דארף לכאורה אריינטראגן א מענטש אין אזא סייקעדעליק סטעיט. ויש להאריך בזה ואיני יודע אם מקומו כאן.
 
פארוואס קען עס נישט זיין סאביעקטיוו?
דהיינו
די טענה אז די וועלט איז צען מינוט אלט, האט אויסגעקוקט ווי דו פארסט אוועק פון די דעבאטע.
איך וויל ארוסברענגען אז נישט יעדע זאך וואס איז נישטא קלארע באווייז אז נישט (אויב עס איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אזוי) דארף מען אפי' נעמען אין באטראכט
וואס שרייבסטו אנדערש ווי מיר?
איך שרייב נישט אנדערשט ווי דיר, איך האב נאר געזאגט אז תפילה אויפן פיזישן פארנעם איז א ראי' צו קאמפערמאציע בייעס
 
עס איז סוביעקטיוו פאר די מענטש און נישט נאר אבדזעקטיוו וואס מען קען מעסטן.
איך וויל ארוסברענגען אז נישט יעדע זאך וואס איז נישטא קלארע באווייז אז נישט (אויב עס איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אזוי) דארף מען אפי' נעמען אין באטראכט
דאס צאמשטעלן מיט אסטראלאגיע איז לצנות (אין מיינע אויגן עטליעסט)
איך שרייב נישט אנדערשט ווי דיר, איך האב נאר געזאגט אז תפילה אויפן פיזישן פארנעם איז א ראי' צו קאמפערמאציע בייעס
יעדע זאך וואס איז פיזיש קומט נישט אריין אין די שמועס דא
 
אדער ווי מעדיצין אדער וויסנשאפט אנטוויקלט זיך לויט וואס מ׳לערנט און מ’ווייסט מער, אזוי אויך קען מען זאגן אז אסטראלאגיע איז געבליבן א לעבעדיגע חכמה וואס האט זיך פארטיפט און פארברייטערט.
מעדיצין און וויסנשאפט האבן זיך געטוישט דורך באזייטיגן פאלשע אידיעס און פארבעסערן זייער פעאיגקייטן באזירט אויף נייע באווייזן. אסטראלאגיע, אין קאנטראסט, אפערירט אין א פארשלאסענע סיסטעם וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט דורך ביאבאכטונגען, און פאדערט נישט קיין באווייז אויסער די סוביעקטיווע געפילן פון די וואס גלייבן דערין
און יא — ווען מ׳זעט פון די היסטארישע קאנטעקסט ווי פארשידענע חכמים אין אינדיע, טשיינע, איראק און רוים זענען אנגעקומען צו ענליכע יסודות אינדיפענדענט — איז עס נישט סתם עפעס וואס מ׳קען אוועקמאכן ווי primitive errors. עס קען זיין א טיפע אינטואיטיווע אמת וואס זיי האבן געכאפט אויף א וועג וואס איז נישט גענוג אפצופרעגן מיט מאדערנע טעסטס ווייל די טעסטס אליינס זענען נישט צוגעפאסט עס צו מעסטן. נישט אלעס וואס איז אמת קען מען מעסטן מיט סייענטיפישע מעטאדן. און עס איז נישט גלייך צו די וועלט איז פלאך וואס די פאקט איז אנדערש.
די פאקט אז פארשידענע קולטורן האבן אנטוויקלט ענליכע סיסטעמען איז נישט קיין באווייז פאר זייער אויטענטישקייט, עס ווייזט נאר אז מענטשן האבן ענליכע טענדענצן צו זוכן פאטערנס. פארשידענע קולטורן האבן אויך אנטוויקלט ענליכע פארמען פון גלויבן אין גייסטער, דעמאנען, אדער מאגישע מיסטישע היילונגען, דאס מאכט זיי נאכנישט פאקטיש.
 
עדע זאך וואס איז פיזיש קומט נישט אריין אין די שמועס דא
סא דיין קלעים איז אז אסטראלאגיע איז נישט פיזיש? (ד.ה. מען קען נישט זאגן זאכן אויף א מענטש דורך וויסן זיין מזל)
נאר וואס דען איז אסטרעלאגיע?
 
איך פארשטיי אז מען קען טוישן זאכן דורך תפילה וכו’
אבער תפלה האט נישט קיין פיזישע השפעה?


און אנדערע ווערטער:
תפלה שלאגט זיך מיט מזלות,
סגולות העלפן געוויס פאר עין הרע,
האמעאפאטי העלפט אנקעגן שדים,
דאוזינג זאגן אסאך איבער האראסקאפישע אנשויאונגען,
טעלעפאטיע פאציילט איבער אניגראמישע טיפן,
און צדקה איז א גוטע מיטל אפצושלאגן כישוף.

איך קען דערווייל טון ווי יענקל מילער זאגט: לאזט מיר ארויס פון בילד און שלאגטס ענק אויס צווישן זיך...
 
מעדיצין און וויסנשאפט האבן זיך געטוישט דורך באזייטיגן פאלשע אידיעס און פארבעסערן זייער פעאיגקייטן באזירט אויף נייע באווייזן. אסטראלאגיע, אין קאנטראסט, אפערירט אין א פארשלאסענע סיסטעם וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט דורך ביאבאכטונגען, און פאדערט נישט קיין באווייז אויסער די סוביעקטיווע געפילן פון די וואס גלייבן דערין

די פאקט אז פארשידענע קולטורן האבן אנטוויקלט ענליכע סיסטעמען איז נישט קיין באווייז פאר זייער אויטענטישקייט, עס ווייזט נאר אז מענטשן האבן ענליכע טענדענצן צו זוכן פאטערנס. פארשידענע קולטורן האבן אויך אנטוויקלט ענליכע פארמען פון גלויבן אין גייסטער, דעמאנען, אדער מאגישע מיסטישע היילונגען, דאס מאכט זיי נאכנישט פאקטיש.
אבער וואס ס׳באווייזט יא איז אויף אונזער סייקי psyche און אינטואציע, און ווי ס׳ארבעט, און קען אונז לערנען אסאך אין סייקאלאגיע.
און דאס מאכט עס א פאקט און מציאות און אונזער מח עכ"פ.
ועיין עוד וואס מיין רבי קארל יונג (carl jung) זאגט אויף דעם.
https://www.researchgate.net/public...thetics,by the unconscious through archetypes.
 
לעצט רעדאגירט:
מעדיצין און וויסנשאפט האבן זיך געטוישט דורך באזייטיגן פאלשע אידיעס און פארבעסערן זייער פעאיגקייטן באזירט אויף נייע באווייזן. אסטראלאגיע, אין קאנטראסט, אפערירט אין א פארשלאסענע סיסטעם וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט דורך ביאבאכטונגען, און פאדערט נישט קיין באווייז אויסער די סוביעקטיווע געפילן פון די וואס גלייבן דערין
עס איז נאר שווער ווען דו ווילסט עס פיזיש מעסטן
די פאקט אז פארשידענע קולטורן האבן אנטוויקלט ענליכע סיסטעמען איז נישט קיין באווייז פאר זייער אויטענטישקייט, עס ווייזט נאר אז מענטשן האבן ענליכע טענדענצן צו זוכן פאטערנס. פארשידענע קולטורן האבן אויך אנטוויקלט ענליכע פארמען פון גלויבן אין גייסטער, דעמאנען, אדער מאגישע מיסטישע היילונגען, דאס מאכט זיי נאכנישט פאקטיש.
איך וועל נאכאמאל איבער’חזר’ן. איך זאג נישט אז עס איז א פיזישע פאקטישע זאך. איך זאג נאר אז מען דארף צוגיין צו דעם מיט רעספעקט און עס קען זיין אמת אפילו מען קען עס נישט אויפווייזן מיט סייענס. עס איז אנדערש ווי א קלעים אז די וועלט איז אלט צען סעקונדעס אדער די וועלט איז פלאך. זהו.
 
סא דיין קלעים איז אז אסטראלאגיע איז נישט פיזיש? (ד.ה. מען קען נישט זאגן זאכן אויף א מענטש דורך וויסן זיין מזל)
נאר וואס דען איז אסטרעלאגיע?
וואס האט פיזיש מיט נישט קענען זאגן זאכן? מען קען זאגן זאכן וואס מען קען נישט אפמעסטען פיזיש.
 
אבער תפלה האט נישט קיין פיזישע השפעה?


און אנדערע ווערטער:
תפלה שלאגט זיך מיט מזלות,
סגולות העלפן געוויס פאר עין הרע,
האמעאפאטי העלפט אנקעגן שדים,
דאוזינג זאגן אסאך איבער האראסקאפישע אנשויאונגען,
טעלעפאטיע פאציילט איבער אניגראמישע טיפן,
און צדקה איז א גוטע מיטל אפצושלאגן כישוף.

איך קען דערווייל טון ווי יענקל מילער זאגט: לאזט מיר ארויס פון בילד און שלאגטס ענק אויס צווישן זיך...
שוין... אז עס איז נישט געמאכט פאר דיר, גיי ווייטער. לאז עס פאר די וואס עס העלפט יא...
 
@חדשים דו זעסט דאך אז זיי האבן נישט קיין קשיות, נאר תירוצים...
איך רעספעקט זיי. איך ווייס נישט וואס זיי האבן, און עס איז נישט איך קעגן זיי. זיי האבן וואלידע שיטות וואס איז ווערט דורכצוטון. איך האב פשוט געלופטערט מיין פערספעקטיוו. (איך בין נישט זיכער אז עס איז די זעלבע ווי דיינס, איך האב נישט דורכגעליינט געהעריג דיינע תגובות).
 
Back
Top